בלאט 6 פון 7

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 6:12 pm
דורך איך אויך
דיין אמתדיגע ליבע איז בעסער ווי סיי וועלכע מתנה. און ס'פארלירט זיך נישט.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 6:16 pm
דורך קינות גירושין
איך וויל נישט הערן און 10 יאר ארום טאטי האסט מיך קיינמאל נישט געקויפט קיין בירטדעי פרעזענט פאר דיין איין איינציגע טאכטער
יעעעעעע איך בין עקסיידעט
im running tyyl

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:04 am
דורך newkave
ווי אזוי איז עס געווען?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:11 am
דורך טעפל
newkave האט געשריבן:ווי אזוי איז עס געווען?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 10:13 am
דורך אבגד
טעפל האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:ווי אזוי איז עס געווען?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 11:50 am
דורך קינות גירושין
די בעסט וואס סאיז נאר שייך
We had a great time!

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:16 pm
דורך בדחן
איך האב הנאה פאר דיר.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 1:18 pm
דורך שרייבער
בדחן האט געשריבן:איך האב הנאה פאר דיר.

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 2:41 pm
דורך אבגד
שרייבער האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איך האב הנאה פאר דיר.

און דער אויבערשטער זאל העלפן פון יעצט און ווייטער זאל דיר גיין נאר גוט, די בעסט וואס איז נאר שייך...
זאלסט האבן א great time א גאנץ לעבן....

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:47 pm
דורך טעפל
קינות אונז אלע דא זענען זיך משתתף אין דיין "קליינע" שמחה, זאל דער אייבישטער דיר אויפרעכטן מיט א "גרויסע" שמחה..

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 9:59 am
דורך קינות גירושין
רבותי סאיז עק וועלט !
נעכטען בין איך געגאנגען וויזיטען מיין אינגעל אין קעמפ, פארציילט ער מיר אז א אינגעל (די זעלבע וואס האט עם געטשעפט לעצטע מאל) איז ארום געגאנגען אין באנג טיילען משניות פאר אלע קינדער (זיי האבען אין באנג אסאך משניות׳ן) גיט זיך א רוף אן אין פראנט פין יעדעם ״יוסעלע דא האסטו מסכת גיטין״

זיין רבי האט געגעבן פאר יעדעם פעפער צו שרייבען א בריוו צו די עלטערן גיט ער זיך א רופ אן און פראנט פון די גאנצע כיתה ״יוסעלע דא האסטו צוויי זאלסט שרייבען איינס פאר דיין טאטע און איינס פאר דיין מאמע״

און אויך ווען מהאט פארגלערנט חומש ״ונדר אלמנה וגרושה״ האט די גאנצע חדר געלאכט

וואס האלט דער עולם דארף מען טון צו אזא מלמד , געבן א ווארענונג אדער שוקען לופטערן?

די יונגעל גייט מסתם פליען פון די מוסד, דעס האט מיך די מנהל צוגעזאגט פאריגע מאל


איך עס מיך פאר יסורים איך קען נישט עסן שלאפען טראכטען.....
איי קענט טעיק דיס פעין ענימאר איטס ביענט מיי קעפעבילעטי

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 10:11 am
דורך קאווע טרינקער
מדחציף כולי האי שמע מינה אז יענע אינגעל איז א ממזר, אלזא, זאל ער נעמען מסכת כריתות, און שרייבער צוויי בריוו, איינס פאר זיין עכטע טאטע.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 10:24 am
דורך אבגד
איך ווייס נישט וועלעכע מוסד דו שיקסט, אבער היינט האבן שוין רוב מוסדות פאראלעל קלאסן, איז קודם אויף די קומענדיגע יאר זאל ער נישט לערנען אין די זעלבע קלאס.
און אויף יעצט, רוף אהן די מלמד און געב אים אריין מנה אחת אפים מיט אביסעלע ברכות אויך אין די זייט, און פרעג אים וואס ער וואלט ווען געטוהן ווען זיין קינד מאכט דאס מיט.
און דערנאך רוף די מנהל און מאך א סקאנדאל (ווייל די יונגעל גייט ״נישט״ פליען אפילו ער האט דיר אליין געזאגט).
און רוף אויך זיין מדריך און דערצייל אים די מעשה, און בעט אים אז ער זאל אים עקסטער מקרב זיין, ווייל ער מאכט נעבעך מיט אזויפיל.
און צו די זייט, רוף אהן די טאטע אדער די מאמע פונעם קינד, אפילו עס העלפט א מכה (אזוי ווי שוין דעמאלטס ערווענט) אבער זאלן זיי שעפען אביסל נחת...

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 11:58 am
דורך קינות גירושין
יעצט גרעדט צו די מנהל וזלה״ק יא איך ווייס פון אלעם איך בין אין טאפ אויך איט, דארפסט פארשטיין די מלמד קען איך נישט איבערמאכען, מדארף זעהן אז יוסעלע זאל זיין שטארק ביי זיך, און איך ווייס אויך פון די אינגעל, מיטן אויברשטערפס הילף און מיט סייתא דשמיא וועט מען אלעס מסדר זיין, עכלה״ק
בקיצור ער פארלאזט זיך אויף גאט אז אלעס זאל זיין גוט
אין די קעמפ איז נישטא אזא מין זאך ווי מדרך, טוישן קלאסן וועט נישט העלפן איבעראל איז דא חיות אז די מנהל איז קרעפ קענסט דיך אויפן קאפ שטעלן, וואסונקטלעך וועל איך אויף טון אז איך וועל רעדן צו דעם אןיס גוועפטן מלמד????
דער יונגעלס מאמע איז מיט די נערווען און די טאטע איז פאריקט, ס״ה איז דא אין דעם שטוב 9 קינדער א שיף אן א רודער
סאיז ששן ושמחה, דע אר פאקט אפ ביג טיים!
סאיז א רחמנות אויף די דור, כהאב נישט מער וואס צו זאגען

 

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 12:27 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן, און ס'שווער אויסצולערנען א קינד זיך צו קענען מתמודד זיין מיט די אלע שלעכטע חברים אין לעבן.
בלי שום ספק אז ווען דער אנדערער קינד וועט עלטער ווערן וועט ער זיך רייסן די האר פון קאפ וואו איז געווען זיין שכל, און אויב וועט אים עפעס נישט גיין גוט (אזוי ווי מען הערט היינט גענוג מעשיות ליידער) וועט ער אים איבערבעטן פון טיפן הארצן.
שכל קען מען נישט געבן. קינדער זענען קינדער. מיר זענען אלע געווען אזוי אומ-רחמנות'דיג אלס קינד. שכל קומט ערשט שפעטער.

די איינציגסטע עצה וואס איך זעה אויף למעשה וואס קען זיין אביסל ווירקזאם, איז צו לערנען דיין אינגל צו זיין שטארק און נישט ווערן באטראפן פון דעם באנעבעכטן חבר.
גיב אריין אין איהם קאנפידענץ, און זיי אים מסביר אז רוב מאל וואס א חבר טשעפעט קומט עס פון יענעמ'ס LACK אף קאנפידענץ, נעבעך א רחמנות, און טאמער יענער חבר וועט זעהן אז דו לאכסט זיך אויס פון אים וועט ער זוכן א צווייטן קרבן.

זאל דער באשעפער רחמנות האבן און העלפן ענק אלע מיט א ישועה שלימה בקרוב ממש.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 12:27 pm
דורך איך אויך
מילא די יונגעל ביסטו מלמד זכות ער קומט פון א צובראכענע שטוב (כאטשיק טעכניש לעבן זיי צוזאמען) אבער דער מלמד זאל זיין אזא פערד? מען דארף עם שיקן האדעווען פערדן.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 12:45 pm
דורך שמעקעדיג
נו אדרבה, שיק...

אביסל שלא מן הענין, אבער געהערט אפשר אין דעם אשכול,
כ'האב פונקט לעצטנס געלערנט חובת הלבבות, שער הבטחון, ווי ער ברענגט ארויס אז יעדער מענטש אין יעדע מצב פון לעבן דארף ער זעהן די טובות וואס ליגט דערינען,
כידוע איז דאס א זאך וואס איז טיילמאל שווער, אבער אלע שיינע ספרים זענען פול דערמיט, א שטייגער ווי ר' אביגדור מילער פלעגט אסאך דרש'ענען דערוועגן.

עכ"פ, זאגט דער חובת הלבבות, אז א מענטש וואס איז סינגל, כאטש ער שפירט נישט גוט, האט עס אפאר מעלות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,
ברוחניות, אויב ווילסטו זיך מדבק זיין אין באשעפער איז דאך זיכער גרינגער אליינס אן די אלע דאגות און טירדות פון ווייב און קינדער, ווי די אמאליגע פרושים פלעגן אנטלויפן אין די וועלדער אוועק פון די פאריאגטע וועלט,
און בגשמיות, אויב ווילסטו האקן א טאג, איז אויך פיהל גרינגער זייענדיג איינזאם, ווי איידער האבן א משפחה מיט קינדער..
(שפעטער איז ער מסביר די טובות פון די וועלכע האבן יא א משפחה מיט קינדער, ואכ"מ)

איך וועל דא מעתיק זיין דעם שטיקל (איך ברענג דעם פירוש "לב טוב", איך לערן פון דעם עס איז פיהל גרינגער)
און נאכאמאל, כ'זאג נישט אז ס'איז גוט אויף אזא אופן, און איך וואונטש יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט א גוטע ווייב און קינדער, נאר אביסל חיזוק אויף דערווייל שאדט נישט.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:00 pm
דורך איך אויך
שמעקי היקר, איך ווייס דו מיינסט גוט אבער די אלע מוסר ספרים איז גוט ווען דו ווילסט דיך מחזק זיין אבער נישט זאלט עס ווייזן פאר יענעם בשעת צרתו. סאטמארער רב למשל צו ר' איציקל וועם א איד איז אריין זיך אפרעדן האבען זיי נישט ארויסגענומען א מוסר ספר נאר א פעקל געלט.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:19 pm
דורך שמעקעדיג
פארוואס נישט? אז איך זעה א גוט שטיקל ואס קען יענעם געבן א פוש אין די שווערע צייטן, פארוואס זאל איך זיין א תמנע טוב מבעליו?
אז קינות וויל, קען ער גערן קומען צו מיר אויפפיקן א פעקל געלט (סך הכל אפאר קוואדערס, אבער בעסער ווי א שטויס), אבער איך זעה נישט די סתירה.
און ביסט גערעכט אפשר אלס "מוסר ספר", מוסר ווייזט מען נישט פאר יענעם נאר פאר זיך, אבער איך זעה א הבדל גדול צווישן מוסר און חיזוק.
פליעז קארעקט מי איף איי עם ראנג, און קינות'ל זיסער, זאג מיר ביטע אויב דו טראכסט כ'האב געטון ראנג מיטן מעתיק זיין דעם חוה"ל.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:22 pm
דורך אבגד
אנטשולדיגט אבער דא האט נישט אויסגעפעלט דער[tag]איך אויך[/tag]
[tag]שמעקעדיג[/tag] האט געוואלדיג געטוהן, עס קומט א צובראכענע איד און ער רעדט זיך אויס זיינע פראבלעמען, מיט געלט וועט אים דער פראבלעם נישט קיין סאך העלפען, און ער האט קיינמאל נישט געבעטן קיין געלט, נאר ער זיכט זיך אביסל זיך מחזק זיין, דארף מען אים ״יא״ ברענגען די שיינע שטיקלעך וואס ברענגט אמונה ובטחון וואס זאל אים העלפען אויף ביזדערווייל, צו שיקן די מלמד האדעווען פערדען וועט ער נישט קיין סאך געהאלפן ווערן און דער ווייטאג וועט אים נישט גרינגער ווערן, אדרבא ״שמעקעדיג״ תחזקנה ידיכם.
און לאמיר שוין אלע האפן און בעטן אז קינות׳ל זאל שוין בקרוב געהאלפן ווערן און דערפרייט ווערן, און די אלע פראבלעמען זאלן אוועק גיין ווי א זייפן בלאז, און שוין קענען זינגען שירה אנשטאט קינות...

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:25 pm
דורך איך אויך
איך האלט קלאר אז נישט אבער לאמר הערן פון חתן דינן (בקרוב אי"ה) וואס ער פילט.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:28 pm
דורך אבגד
איך אויך האט געשריבן:איך האלט קלאר אז נישט אבער לאמר הערן פון חתן דינן (בקרוב אי"ה) וואס ער פילט.

ביזט בארעכטיגט צו האלטן וואס דו ווילסט, אבער דארפסט נישט יענעם אונטעררייסן.
עניוועי, מ׳וועט טאקע ווארטן אז ער זאל מכריע זיין..

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:40 pm
דורך איך אויך
שמעקי יו אר מיסינג מיי פוינט, איך האב נישט געזאגט זאלסט עם געבען געלט (גאנץ מעגליך ער האט מער ווי דיר) ,מיין נקודה איז אז ווען א איד איז אריינגעקומען צו די צדיקים און אויסגעוויינט אויף זייערע חולאים אדער ווי שווער עס גייט זיי חתונה צו מאכן האבען זיי עם נישט געשיקט לערנען א שטיקל אורחות צדיקים נאר אויסגעהערט ,מיטגעקרעכצט און געטון למעשה מיט א שיין פעקל מהירוק הירוק הזה.

קינות'ל היקר ווייסט אויך ווי דער שעלף פון מוסר ספרים ליגט אין זיין ביהמ''ד ער קומט אהער ווייל ער וויל א ליסענינג אויער בדיבוק חברים ,א קלאפ (נישט צו א שטארקע) אין די פלייצע און תכלית מען זאל עם העלפן מיט שידוכים.

האסט געטראפן א שיין שטיקל חובת הלבבות? וואנדערבאר! נעקסטע מאל דו ביסט דאון אדער דו האסט א מעידשער פייט מיט דיין עזרטע און זי רעדט נישט מיט דיר דריי טעג... נעם ארויס דעם שטיקל ווי פיין עס איז צו זיין סינגל...

ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.