רעדענדיג פון מאלעקיולס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז כעמיקעל רעאקציעס האבן עקוועישאנס ווי אזוי מ׳חשבונ׳ט ווי אזוי דאס גייט צו. דאס ארבעט אויפ׳ן יסוד פון
סטאָאיִכיאמעטרי וואס זי איז מיוסד אויפ׳ן כלל פונעם
געזעץ פון די קאנסערוועישאן פון מאסע. דהיינו, איך דארף מאכן זיכער אז די מאס פון עלעמענטס וואס זענען דא אין די כעמישע
ריעקטענטס מיט וואס איך האב אנגעהויבן, איז די זעלבע ווי אינעם ענדגילטיגן
פראדוקט הגם אין אנדערע צאמשטעלן. דאס זעה איך דורך דעם כעמישן עקוועישאן. למשל, ווען איך האב א מעטעין מאלעקיול וואס איז צאמגעשטעלט פון 1 קארבאן אטאם און 4 היידראדזשען אטאמען, און דאס קומט צאם מיט צוויי אקסידזשען מאלעקיולס וואס יעדעס איינס איז א צאמשטעל פון 2 באהאפטענע אקסידזשען אטאמען (דאס איז גראדע די אקסידזשען וואס מיר אטעמען; מאלעקיולס פון צוויי באהאפטענע אקסידזשען אטאמען), גייט דאס ריעקטען און פארוואנדעלט ווערן אין א קארבאן דיאקסייד מאלעקיול, וואס איז צאמגעשטעלט פון 1 קארבאן אטאם באהאפטען צו 2 אקסידזשען אטאמען, און צו צוויי וואסער מאלעקיולס, וואס איז ווי באקאנט צאמגעשטעלט פון 1 אקסידזשען אטאם און 2 היידראדזשען אטאמען. די עקוועישאן גייט אויסזעהן אזוי:
CH₄+2O₂→CO₂+2H₂O
יעדע אות באדייט די עלעמענט [C=קארבאן אא״וו] און די קליינע נומערן אונטען [סאָבּסקריפּט] באדייטן וויפיל פון די עלעמענט צו וואס די קליינע נומער איז באהאפטן זענען אין די מאלעקיול. די גרויסע נומער פאר די מאלעקיול באדייט אז אזויפיל פון די גאנצע מאלעקיול האב איך. יעצט, אונז קענען מיר זעהן פון די עקוועישאן די
סטאָאיִכיאמעטרי דערפון. דהיינו, אויף די
ריעקטענטס/לינקע זייט וואו איך הייב אן האב איך אלעס צוזאמען: 1 קארבאן אטאם, 4 היידראדזשען אטאמען, און 4 [ווייל 2 מאל 2] אקסידזשען אטאמען. אויף די
פראדוקט/רעכטע זייט וואו איך ענדיג קען איך ציילן די זעלבע: 1 קארבאן אטאם, 4 היידראדזשען אטאמען [2 מאל א וואסער מאלעקיול וואס יעדעס איינס האט 2 היידראדזשען אטאמען], און 4 אקסידזשען אטאמען [קארבאן דייאקסייד האט 2 און איך האב נאך 2 וואסער מאלעקיולס וואס יעדעס איינס האט 2 אקסידזשען אטאמען].
אגב, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די ריעקשאן ביי מעטעין איז אן
עקסאטערמיק ריעקשאן [די באקאנטע קאמבּאָסטשען סארט ריעקשאן] ווייל עס גיבט ארויס מער ענערגיע ווי דאס וואס ס׳נעמט אריין מעיקרא אויף צו זיין די קאטעליסט פונעם ריעקשאן. עס איז לעומת זה דא
ענדאטערמיק ריעקשאנס וואס כדי צו באווייזן די ריעקשאן נעמען זיי אריין מער ענערגיע ווי זיי גיבן ארויס.
כעמישע ריעקשאנס טוהן נאר בעצם טוישן די בּאַנדס פון די עלעקטראנס צווישן איין עלעמענט אונעם צווייטן און נישט די אינעווייניגסטע
נוקליאיי פונעם אטאם. אבער אן ענליכע סארט עקוועישאן איז שייך ביי
רעידיאוֺאקטיווע פראצעסן וואו עס טוישן זיך יא די אינעווייניגסטע מאס פּראטאנס וכו׳ אינעם אטאם.
DC5EB9BC-EE60-4E8E-ADD0-F4D645B8AB0F.jpeg
דאס איז אן עקוועישאן פון די
אלפאַ דיקעי פון יורעיניאום וואו עס ווארפט ארויס א היִליִאום נוקליאוס כנ״ל. אויף די לינקע זייט הא׳מיר אן אייסאָטוֺיפּ פון יורעיניאום [דאס איז די U] וואס די אויבערשטע נומער נעבן עס ווייזט איר
אטאמישע מאסע והיינו וויפיל פּראטאנס
און ניוטראנס עס האט אין טאטאל [238]. און די אונטערשטע נומער נעבן עס ווייזט איר
אטאמישע נומער והיינו וויפיל פּראטאנס עס פארמאגט (92, וואס איז די זעלבע ביי יעדע אייסאָטוֺיפּ פון יורעיניאום; אין אנדערע ווערטער די אייסאָטוֺיפּ האט מעיקרא 146 ניוטראנס). דאס ווערט פארוואנדעלט בשעת אן
אלפאַ דיקעי צו אן אייסאָטוֺיפּ פונעם עלעמענט טאריאוּם (דאס איז די TH) וואס האט אן
אטאמישע מאסע פון 234 און אן
אטאמישע נומער פון 90 (וואס דאס איז ביי יעדע אייסאָטוֺיפּ פון טאריאוּם), צוזאמען מיט א היליאום (נוקליאוס) וואס האט אן
אטאמישע מאסע פון 4 און אן
אטאמישע נומער פון 2 (ווי אויך גאממא ענערגיע). אז מ׳רעכענט צאם די אטאמישע מאסעס פון די רעכטע זייט וועט עס ״בּאלאנסירן״ און אויסקומען צום זעלבן אטאמישע מאסע אויף די לינקע זייט וואו מ׳האט אנגעהויבן. דאס גייט אויך זיין ווען מ׳רעכענט צאם די אטאמישע נומערן פון די רעכטע זייט און מ׳פארגלייכט זיי צום לינקן זייט.