בלאט 6 פון 7
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:54 am
דורך כוכב
[center]קידוש די וואך אין אפטע נעבן די מיסט פאר א'ונזער פ'ריקן ט'ייערער ע'רליכער מ'חי'דיגער י'אמי ס'וויט ט'ויגליכער
[tag]אפטעמיסט[/tag]
לאמיר אים אלע גלעטן אין די בארד פאר זיין בייסיגע הומאר, ציפעדיגע סארקאסיזם, געלונגענע גבאות'שאפט, רעפ און גראמען, פאעזיע און שמאעזיע (דער אפטער האט געלט, ניין?) נישט פארגעסן איבער זיינע מאחורי רענטס איבער ליב און לאז.
# אין אפטע ברענט א פייער צינדט עס אן אין מיין הארץ[/center]
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:57 am
דורך אפטעמיסט
מאכסט מיר לאכן

מיינסט איך קער פאר לייקס? חאחאחאחא!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:10 am
דורך רויטע וואנצעס
ביי די מיסט ברענט א פייערעל,
און אין שטיבל מאכט ער הייס,
און ער רופט זיך אפטע אחיעזרעל,
געלונגען, טאלאנטפול און נייס.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 10:36 am
דורך שמעקעדיג
אפטע ווי לאוו יו, לאוו אטאקע אלערט, דיין זיסקייט פון שרייבן איז א זעלטנהייט. יעדע לייק איז וועל דעזערווט!! Wיל קיפ איט קאמינג!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:33 am
דורך כוכב
(זאל איך ארויפברענגען דעם אשכול? נע, ס'פאסט נישט.)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:28 am
דורך אפטעמיסט
[center]קידוש די וואך שבת אויפ'ן לבנה נעבן די כוכבים פאר אונזער קאצק-שארפער שטערן, חכם וסופר, פלאגיאריזם קעמפער און דענקער, האירו ברקיו תבל, הכוכב הגדול בשווקים מרן
[tag]כוכב[/tag]
לרגל הגיעו לאלפיים נשיקות בעזר צור ישראל
קישקע הערינג טשולענט אפאן ריקוועסט מיט סעמי-כשר'ע קוקה קולה כסעודת אחשוורוש בשעתו. קומט אין די מאסן! [/center]
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:38 am
דורך כוכב

א פארברעכער דער כבוד, כ'האב געוואוסט ער וועט מיר נאכלויפן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:42 am
דורך רויטע וואנצעס
לרגל די גרויסע שמחה, ווערט יעדער געבעטן זיך אנצופולען ביים קידוש, מיט לכה"פ 2000 קאלעריען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:47 am
דורך קינד_אן_קייט
מזל טוב כוכב!
בליעה״ר און ביז די הונדערט און צוואנציג…
חוץ די גדולות ונצורות וואס [tag]כוכב[/tag] טוט דא אויף און וואס אירע השפעות איז שטארק קענטיג און מערקבאר כ״י, שפיר איך פערזענליך א שטארקע הכרת הטוב פאר די קירבה און אהבה וואס ער האט מיר דא ארויס געוויזן אין די ערשטע מינוטען.
זייער ערליך פארדינט! ויהא שכרך כפול מן שמיא וכוכביא.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:09 pm
דורך סאשי פיש
מזל טוב! דו ביסט א ריכטיגע שטערן דא אין שטיבעל!
קודם מיט דיין
קאמפלימענטן אשכול וואס בלאזט אריין א חיות אין א שרייבער,
מיט דיינע הערליכע פאזיע ארטיקלען וואס טון באלייכטען די קונסט פארום,
אז דו האסט געקענט דיליווערן די אראומא בלעטער זעט מען וואספארא כבוד מען גיבט אפ פאר אונזער (
לאפוקי) כוכב.
מיט דיין ציפעדיגע סענס אוו הומאר האט זיך די טיטאניק
דעטראנקען.
און אויב עס פעלט סאשי מאכט מען נישט אזעלכע
קולות..
נשלח: מיטוואך יוני 17, 2015 11:23 pm
דורך petergrifin
מזל טוב @אדנירם!
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:59 am
דורך [NAMELESS]
איר זעט? ווען דער שטערן בעולם הקאווע שטיבל, הרב המאיר כ[tag]כוכב[/tag] מזהיר איז אנגעקומען צום מספר האלפיים לייקים, איז ער געווען
כמסתפק ועומד צו ער זאל ווארטן אויף כבוד, אדער ער זאל זיך אליינס איינלאדענען צום אשכול הדין, אבער ווען דער נארישער אדנירם איז אנגעקומען צום נומער 2000, האט אים שוין הרב [tag]petergrifin[/tag] מקדים געווען מיט א ברוך הבא.
יעצט פרעג איך אייך, מה אני נגד כוכב, חגב נגד יליד ענק, עפר נגד הר, טיפה נגד ים, אדער פשוט: אדנירם נגד כוכב, איז במה זכיתי??? אלא ע"כ מוז מען זאגן, אז אזויווי חז"ל זאגן אויף די דור המבול 'ברותחין קלקלו, ברותחין נדונו', אזוי אויך דא, אז מ'איז ביזי א גאנצן טאג צו מ'האט געלייקט כראוי וכיאות, באקומט מען עס צוריק... ב"ה אויף א פאזיטיווע וועג.
און יעצט, אז כ'האב שוין געפראוועט פאלשע עניוות, און 'יעצט קען ער דאך טאקע זיין א ריכטיגע רבי' כסיפור החוזה מלובלין וראש הברזל מלובלין, און כ'האב שוין חוזק געמאכט פון מיך זעלבסט כנוסח רבוה"ק לבית פעסט וחאצאצק, און כ'האב שוין באדאנקט דעם עולם כנוסח כל אדמור"י זמנינו, איז דאך פשוט אז מ'קען שוין מאכן א הכתרה. נו שרייטס אלע: לאנג לעבן זאל דער בארוועסער מלך, דער נאקעטער פרינץ, דער נארישער מאיעסטעט, דער הויכגעשעצטער כלומ'ניק, אדנירם יר"ה.
ולכל בני ישראל לא יחרץ לשונו...
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:24 pm
דורך רויטע וואנצעס
[center]ש"שה מי יודע, ש"שה מלא ידיעות,
אדנירם, קלעי חצר ק"ש שזורות,
מעשה חושב, מאמריו במחשבים,
ש"שה בשמן המור, ש"שה בבשמים,
זהר לשונו ש"שים, צחות עטיו שמחים,
רבות מחשבות של הכרה, מזל טוב באלפיים.[/center]
נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
ייש"כ הרב [tag]רויטע וואנצעס[/tag], תשוחח"ל. [ומז"ט על הגבאות לחודש הלז...].
האסט פארפעלט צוצוצייכענען, אז די אנהויב פון יעדע שורה פארעמט אויס דאס ווארט 'אדנירם'.
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 10:59 pm
דורך כוכב
[center]א מזל טוב א ווארעמע פאר האי כהן שדעתו יפה, הכהן הגדול מאחיו
ר' [tag]ישמעאל הכהן[/tag],
לרגל הגיע לאלפים לייקס.
ישמעאל איז אן אייגנארטיגע ניק, פון מיינע ערשטע ידידים אויף ק''ש, ער איז מקיים דעם עשה הרבה און טוט צו דער זאך אן ווארטן פאר כבוד.
באזונדער היט ער אויפ'ן שטיבל זי זאל נישט ציען צופיל אויף לינקס און זאל חלילה נישט פארוואנדלט ווערן אין א פ*****, ער איז פון די ריכטיגע ברכיים אשר לא כרעו וואס וועט נישט נכשל ווערן מיט לייקן חלילה אן אויפגעקלערטן און וועט אנהאלטן דעם קול פון דעת תורה הצרופה מיט מסירת נפש. ישמעאל איז דער ניק וואס וועט נישט פארשווייגן עוולות אפילו ביי די עליטע און איז נישט נושא פנים פאר קיינעם. ער האלט זיך קליין און בלאזט נישט פון זיך אבער מיר האלטן אים גרויס, ווי סשטייט אין ספרים הקדושים מאן דאיהו זעיר איהו רב.
באזונדער באנוצט ער זיך מיט דעם עם עקש תתפתל און מיט א טראלל וועט ער צוריק טראלן געבנדיג צו שפירן פון זיין אייגענעם מעדיצין.
א שמחה בבית ר' ישמעאל איז א שמחה פאר אונז אלע און מיר וואונטשן אים, אז זיינע לייקס זאלן זיך מערן ששה בכרס אחד כפליים כיוצאי מצרים וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות אמן.
[/center]
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 11:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
סוד שיח. אוי ברוך יהיה
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2015 11:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
אגב איך בין א שטיקל בעל ביקער, און א שטיצער דערפון אויך. אבער נאר פריוואט, נישט צו מפרסם זיין קאלטערהייט.
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 7:19 am
דורך פלעין יודיש
און צו אלע מעלות
"א הייסע זאלי"
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 8:06 am
דורך קאסטנער
קימט איינער אין שרייבט אפ א שעה צייט הסבר איבער א נושא, בא ר׳ ישמעאל והעמידן על אחת אין איין שורה.....
זיינע send from שטריכן וואלטן פארלאנגט אן עקסטערע באשרייבונג.....
נשלח: דינסטאג יוני 30, 2015 9:25 am
דורך אפטעמיסט
מזל טוב!
ר' ישמעאל איז מיינס א ידיד נאך פון סענס סטריט. אלס תלמיד חביב פון רבי'ן ז"ל איז ער בשעתו געווען שארף קעגן בייקס און שפעטער, אין די אינטערנעט עפאכע, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שנאה קעגן לייקס. מיינע צייטן מיט דעם כהן גדול האבן געוואוסט בעסערע, און היינט, לצערי הרב, רעדן מיר מער נישט, עכ"פ אויף גוגל טשעט.
ישמעאל'ס פינטעלע איד פלאקערט ווי א בארביקיו און ער איז לוחם מלחמות השם קעגן די אויפגעקלערטע וואס ווילן זיך פארגלייכן צום ארגינעלער איד. זיין מצבה וועט מוזן זיין גאר הויעך ס'זאל זיין פלאץ פאר אלע פאסיגע טיטול'ן וואס פאסט פאר דעם צדיק.
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 12:43 pm
דורך קאך_לעפל
אפטעמיסט האט געשריבן:מזל טוב!
ר' ישמעאל איז מיינס א ידיד נאך פון סענס סטריט. אלס תלמיד חביב פון רבי'ן ז"ל איז ער בשעתו געווען שארף קעגן בייקס און שפעטער, אין די אינטערנעט עפאכע, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א שנאה קעגן לייקס. מיינע צייטן מיט דעם כהן גדול האבן געוואוסט בעסערע, און היינט, לצערי הרב, רעדן מיר מער נישט, עכ"פ אויף גוגל טשעט.
ישמעאל'ס פינטעלע איד פלאקערט ווי א בארביקיו און ער איז לוחם מלחמות השם קעגן די אויפגעקלערטע וואס ווילן זיך פארגלייכן צום ארגינעלער איד. זיין מצבה וועט מוזן זיין גאר הויעך ס'זאל זיין פלאץ פאר אלע פאסיגע טיטול'ן וואס פאסט פאר דעם צדיק.
די האסט נישט קיין דשאב?
Re: מזל טוב! 2000 לייקס
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:05 pm
דורך סאשי פיש
קאך_לעפל אריין אין צימעס אבער שוין,לויף