בלאט 6 פון 7
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:54 am
דורך יואב
איר גייט יום כיפור מיט קראקס: באקוועמער? קיהלער? ווייל יעדער גייט? אדער?
איר גייט פאפאטשן: איידלער? פאסט אייך נישט? פרומער? איר האלט ס'איז מער עלעגאנט און איר זענט דאך א בעסערער מענטש? אדער?
איר גייט סניקערס: קיהלער? באקווער? איר געט נישט קיין דעמן? אדער?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 10:59 am
דורך סאשי פיש
איך גיי מיט קראקס, ווייל עס איז באקוועם, און לופטיג/קיל,
איך מיין אז נישט יעדער גייט מיט קראקס ווייל עס איז נאך אן אראפגעקוקטע זאך אין אסאך מקומות.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:08 am
דורך יואב
נב. אויב גייט איר קראקס, וועלעכע קאליר: שווארץ, ליכטיג בלוי, טינקל בלוי, בעיזש, ברוין, ווייס, גרין, געיל, אראנדש, רויט, פינק, פורפיל, אדער קאלירפול. און אויף סיי וואספארא קאליר, פארוואס גייט איר אזוי:
איר געט נישט קיין שניט?
נאר דער קאליר איז געוועזן עוועילעבל?
איר גלייכט באזונדער שטארק דעם קאליר?
איר ווילט דייקא א שרייעדיגע קאליר פאר עטענשאן?
אדער?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:18 am
דורך סאשי פיש
[tag]יואב[/tag]
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:20 am
דורך שמעקעדיג
סאשי.. דיין אוועטאר פאסט יום כיפור? אדער איז נאך נישט קיין 10 יאר?
איך גיי אמאל קראקס און צומאל פאפאטשן. געווענליך די ערשטע טישעבאוו און די צווייטע יוכ״פ.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:22 am
דורך יואב
סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואב[/tag]
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................

פאר די דריי סמייליס אליין וואלט איך גראדע געזאגט דו ביזט בערל בעל עגלה. למעשה גייט בערל נאך מסתם מיט פאפאטשן פשוט ווייל אזוי גייט ער שוין די לעצטע 40-50 יאר, און ס'האט שוין נישט קיין פשט צו טוישן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 11:43 am
דורך געפילטע פיש
יואב, האסט אויסגעלאזט די וואס גייען אין בלויזע זאקן, גייט איר אזוי אויפן גאס אויך? אדער נאר אין סמעדרעש וואו יעדער קען דיר פאר א חאניאק?
און די וואס גייען מיט סנדלים, גייט איר מיט פולע סאנדאלים אזוי ווי די קאלערינג בוך פיקטשערס פון מיצרישע נוגשים, אדער די פליפ פלאפ'ס ווי די ישראלים?
ווען קראקס וואלטן ארויסגעקומען "אינדערהיים" אין מיהאלפאלווא וואלט געווען גאנצעטע מנהגים, גאלדענע וואלט מען זיכער נישט געגאנגען ווייל ס'דערמאנט דאך דעם עגל הזהב, אבער געוויסע רבי'ס וואלטן געגאנגען ווייסע, אנדערע רויטע וואס ווערן אליינס ווייס נאכן גיין לעזעזל, אנדערע געשטרייפטע קאלירן משזר ווי די בגדי כהן גדול בעפארן פשט וירד. נאר די צאנזע גזע רבי'ס וואלטן דוקא געגאנגען מיט פערטל שיך מקיים צו זיין מצות עינוי בהידור...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואב[/tag]
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................

פאר די דריי סמייליס אליין וואלט איך גראדע געזאגט דו ביזט בערל בעל עגלה. למעשה גייט בערל נאך מסתם מיט פאפאטשן פשוט ווייל אזוי גייט ער שוין די לעצטע 40-50 יאר, און ס'האט שוין נישט קיין פשט צו טוישן.
יואב: שקויעך פאר די קאמפלימענטן. נאר פאר א בעל יועץ, איינער וואס קען אפשאצן א מצב וואלט איך דיך זיכער נישט גענומען. דו האסט אזוי שטארק גע-פלאפט אין דיין אפשאצונג אויף מיר. ווייל איך בין קיינמאל אין מיין לעיבן נישט געגאנגען פאפאטשן. אפילו סניקערס גיי איך נאר תשעה באב און יום כיפור. ביי מיר איז נאר שיך און שטיוול (שבתים ויו"ט(. ס'נאר א ווערטל. ווייל כ'בין (ב"ה) נישט קיין סקווירא חסיד. מיין חסידות האט גענוג אייגענע משוגעת'ן אן צו דארפן זיך בארגן פון אנדערע.
נ.ב.: א יישר כח (און א לייק) ווייל דו האסט מיר געמאכט בשמחה לכ' יום כיפור. דער טאג איז געוועין געפערליך באארינג פריער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 1:47 pm
דורך יואב
berlbalaguleh האט געשריבן:יואב האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:[tag]יואב[/tag]
עס גרעניצט זיך שוין מיט גילו!!!
דו גייסט דיך ארומדרייען גאנץ יום כיפור און די שולען און אין די גאסען און זאגען אה דעס איז סאשי פיש ער האט געשריבען אז ער גייט מיט די קאליר קראקס, אה דעס איז פלוני אלמוני ווייל ער האט געשריבען אזוי,
איך וואלט געבעטען אז ד גבאים זאלען אויסמעקען די גאנצע אשכול!!!................

פאר די דריי סמייליס אליין וואלט איך גראדע געזאגט דו ביזט בערל בעל עגלה. למעשה גייט בערל נאך מסתם מיט פאפאטשן פשוט ווייל אזוי גייט ער שוין די לעצטע 40-50 יאר, און ס'האט שוין נישט קיין פשט צו טוישן.
יואב: שקויעך פאר די קאמפלימענטן. נאר פאר א בעל יועץ, איינער וואס קען אפשאצן א מצב וואלט איך דיך זיכער נישט גענומען. דו האסט אזוי שטארק גע-פלאפט אין דיין אפשאצונג אויף מיר. ווייל איך בין קיינמאל אין מיין לעיבן נישט געגאנגען פאפאטשן. אפילו סניקערס גיי איך נאר תשעה באב און יום כיפור. ביי מיר איז נאר שיך און שטיוול (שבתים ויו"ט(. ס'נאר א ווערטל. ווייל כ'בין (ב"ה) נישט קיין סקווירא חסיד. מיין חסידות האט גענוג אייגענע משוגעת'ן אן צו דארפן זיך בארגן פון אנדערע.
נ.ב.: א יישר כח (און א לייק) ווייל דו האסט מיר געמאכט בשמחה לכ' יום כיפור. דער טאג איז געוועין געפערליך באארינג פריער.

גראדע האב איך געטראכט איר גייט מיט סניקערס. אזאנע דינע שווארצע מיט א ווייסע ברום, און דינע געל-ברוין שטרייף צווישן די ווייס און די שווארץ. ביי אייער דור נאך ווען מ'פלעגט נישט דארפן בארגן משוגעת'ן פון אנדערע חסידות'ער, פלעגן די אונטערטע שורה זיצערס טראגן אזאנע סניקערס. נאר ערב יום כיפור האב איך אייך נישט געוואלט טשעפנען, און פראקלאמירן פונקטליך וויאזוי איר גייט. אבער רצונו של אדם זה כבודו, אז איר האט געוואלט זאג איך דאס יעצט.
ר' בערל לויפט נאך נישט אוועק. כ'האף איר האט שוין א נייע טלית, לכל הפחות א נייער עטרה. זיצט שוין נישט אזוי לאנג מיט אייער ברוינליכע הענגעדיגע עטרה וועלעכע עדות געדענקן דאס נאך אינעם זילבער קאליר.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:48 pm
דורך יואב
ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען [tag]סאשי פיש[/tag] ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:18 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען [tag]סאשי פיש[/tag] ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.
אנטשולדיגט. יעצט בינעך שוין אינגאנצן "קאנפיוז'ד". איר זענט אויס מגלה צו זיין אדער מכסה צו זיין???!!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:11 am
דורך סאשי פיש
ווען איך האב געלערענט די פרשה פון בראשית זענדיג ווי די וועלט פלעגט זיין איגאנצען אנדערש, איינע פון די זאכען וואס האט געכאפט מיין אויג איז געווען אז מען פלעגט לעבען צווישען 800 - 900 יאר!
וויל איך וויסען צו איינער וואלט געוואלט אז מען זאל היינט לעבען אזוי לאנג?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:36 pm
דורך געפילטע פיש
איך וויל, נישט ווייל איך בין אינטערעסירט צו זיין אויף דעם עולם השקר אזוי לאנג, נאר איך וויל זען וואו די וועלט וועט האלטן דעמאלס. סייענס, מיטל מזרח קאנפליקט, חרדיזם ועוד.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:59 pm
דורך ונבנתה העיר
קענסט אפשר האבן ביידע וועל"ט'ן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:15 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז
דעיע מהלך האט בעסערע אויסזיכטן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:57 am
דורך משה געציל
וואס האט איר געגעסן היינט פאר וועטשערע?
געפילטע קרויט
געפילטע פיש
זיסע מייערן
פארטרוקענטע קיגל
צולאזטע קאטשעניא
מצטמק ורע'יגער טאשאלענט
שלהי דקייטא קשיא מקייטא...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:45 am
דורך ונבנתה העיר
יא יא, כ'בין נאך קיינמאל אזוי פליישיג געווען ווי יעצט...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 8:47 pm
דורך יואב
אין די יעצטיגע טעג ווען ס'גייט נישט פארביי א צוויי מינוט אן דעם וואס איר זאלט נישט א פראסקע טאן, פארשנעקלען, בלאזן, קלאפן, שמייסן, נייגן אלע רמ"ח אברים, און שאקלן אלע שס"ה גידים אין א פארזוך אפצושטויסן כל שרץ העוף ממינים שונים ומשונים, וועלכע דערגייען דעם מענטשהייט צו א אומדערטרעגליכן קלימאקס. וועלעכעס פון די קריכעדיגע געפליאכטס וואלט איר באצייכנט אלס אייער שונא נומער איינס.
דער שרעקעדיגער בין.
דאס נערווען שפאלטנדע פליג ימ"ש.
די ארכי-בלוט זויגער נאצי מאסקיטא שר"י .
דער עקלהאפטיגער קלעבעדיגער 'לעדי באג' פעך צא טמא.
אדער?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:18 pm
דורך זר זהב
זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:05 pm
דורך יואב
זר זהב האט געשריבן:זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן
מאידך גיסה דרייען זיך נישט אזויפיל בינען ווי אנדערע געפליאכצער, מ'קען זיי לייכט הרג'נען משא"כ דער פליג, (מאסקיטא קען מען טאקע אויך), און דריטנס ס'בכלל נישט אזוי שעדליך ווי די איבערגעטריבענע שרעק מ'האט דערצו. ער שטעכט נישט אזוי שנעל, און אפילו ווען ער שטעכט שוין יא.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:39 pm
דורך גורן האט''ד
מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:51 pm
דורך יואב
גורן האט''ד האט געשריבן:מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.
מאידך גיסה בעת דער מאסקיטא גיבט א שוואכע ציפ, קען מען פונעם בין אריינהייבן אן ערענסטער שטאך. מאסקיטאס קען מען צוקלאפן עטליכע אויף א מאל אין רגעים, בעת דער פליג איז כמעט אוממעגליך צו דעריאגן, און דער לעדי באג איז אן עקל וואס שמייסט זיך אן אין דיר, און האט נאך פליגלן אפצוטראגן בעוד מועד.