בלאט 6 פון 14
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 12:57 am
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:
זאלסט אריינשמייסן דיין טאכטער אזוי לאנג ביז זי וועט ווערן א בת תלמיד חכם.
אדער ביז נחום רעדט פון דיר.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 1:21 am
דורך ברעט מענינג
מאכן א הדלקה איז עפעס א נייע מין זאך! קיינמאל נישט געווען!!
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 7:25 am
דורך יואב
דער אינגערמאן וואס שפאצירט פרייטאג צונאכטס מיטן אומבויגזאמע רושוואלקע, נאסליכע פארקעמטע פיאות, און מיט א זעלטן שטרענגן פנים שפאצירט ער אייך אריבער, ארויסמורמעלנדיג פון מויל אזא פארלענגערטע "גוט שאמבעס" נאכעפאלגט מיט א לייכטן בייג מיטן קאפ.
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 7:33 am
דורך נייגעריגער
יואב האט געשריבן:דער אינגערמאן וואס שפאצירט פרייטאג צונאכטס מיטן אומבויגזאמע רושוואלקע, נאסליכע פארקעמטע פיאות, און מיט א זעלטן שטרענגן פנים שפאצירט ער אייך אריבער, ארויסמורמעלנדיג פון מויל אזא פארלענגערטע "גוט שאמבעס" נאכעפאלגט מיט א לייכטן בייג מיטן קאפ.
"יואב": צולייגסט מיר דאך דא ברבים

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 7:36 am
דורך יואב
אז איך האב דיר שוין יא דא, לאמיר דיר טאקע פרעגן.
אינדערוואכן ווען די גייסט מיר פארביי קענסטו מיר אפילו נישט, שבת אבער וועסטו מיר גריסן יעדע 7 מינוט.
ווואס איז טאקע פשט, איז דאס די נשמה יתירה וואס טרייבט אייך צו גוט שאמבעסן?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 8:11 am
דורך נייגעריגער
כ'פיל מיך שוין באלד ווי דער דארפסמאן אין יונתן שווארץ'ס ניגון!
ווען כ'פלעג קיינעם נישט זאגן גוט שבת פלעגסטו חוזק מאכן פון מיר אז כ'בין אן אנגעבלאזענער בעל גאוה! און יעצט ווען כ'וואונטש יעדע זיבן מינוט פאר יעדעם איינעם האסטו ווייטער טענות ומענות! כ'וועל מקיים זיין דעם אל יבוש מפני המלעיגים!
נו גוט, נו שוין! גיימיר צוריק צום נושא....
די העווי סמאוקער'ס וואס מיטן צוגארעטיל אין מויל זאגן זיי: מער מענטשן וואס האבן נישט גערייכערט זענען שוין געשטארבן ווי די וואס האבן יא גערייכערט.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:19 am
דורך ברעט מענינג
עפשר געסט מיר עס אביסל ביליגער?
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 8:50 am
דורך וואלפה
וואלפה האט געשריבן:ווי פרעגט מען אין הגדה 4 קשיות און מען ענטפערט 1 תירוץ. חוץ מה נשתנה?
א ראיה פון גמרא אז אן אמורא האט (געמאכט קידוש) אויף א בעכער אן א פיסל ( אפשר קומט עס אין "שמייכל")
ווי זאגט מען צוויי מאהל אין שמו"ע 4 נעמען פון מענטשען, אויף איינמאל ?
ודי למבין האט געשריבן:אחד מי יודע
שלום טובה וברכה חיים
אחד מי יודע איז מער ווי איין קשיא, ווידער דער פיוט האט מער פון איין תירוץ.
התירוץ: "בצאת ישראל וג"ו מה לך הים .... מלפני אדון...
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:26 am
דורך מאטי
ווען מטרעפט זיך אונטער א חבר ביי א רויט לייט האקט מען לייכט אריין אינעם חבר׳ס באמפער ווי צו זאגן איך בין עס! האסט דיך דערשראקן?
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:32 am
דורך ודי למבין
וואלפה האט געשריבן:וואלפה האט געשריבן:ווי פרעגט מען אין הגדה 4 קשיות און מען ענטפערט 1 תירוץ. חוץ מה נשתנה?
א ראיה פון גמרא אז אן אמורא האט (געמאכט קידוש) אויף א בעכער אן א פיסל ( אפשר קומט עס אין "שמייכל")
ווי זאגט מען צוויי מאהל אין שמו"ע 4 נעמען פון מענטשען, אויף איינמאל ?
ודי למבין האט געשריבן:אחד מי יודע
שלום טובה וברכה חיים
אחד מי יודע איז מער ווי איין קשיא, ווידער דער פיוט האט מער פון איין תירוץ.
התירוץ: "בצאת ישראל וג"ו מה לך הים .... מלפני אדון...
באלאנגט נישט אין די אשכול
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 2:23 am
דורך יואב
זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 5:25 am
דורך טעפל
יואב האט געשריבן:זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).
ס'איז נאך געבליבען עפעס וואסער פאר מיר?? (חחח כנ"ל)
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 6:44 am
דורך נייגעריגער
יואב האט געשריבן:זאג נאר, די מקווה איז נאס ? (חחחחחחחחחחחחחחחחחחח).
בדרך אגב [נישט אז "ודי למבין" זאל שרייען אז ס'באלאנגט נישט אין די אשכול]: האב איך נעכטן געזעהן א מאדנער באריכט
אויף "ככר השבת" וועגן א נייע גוגל קראום עקסטענטשען מיטן נאמען No More Hahas וואס גייט פשוטו כמשמעו ארויסנעמען די אלע חחחחחחחחחחחח פונעם געוועב, איך האב מיך אונטערגעלאכט ביים ליינען דעם באריכט טראכטענדיג אז עס איז מיר נישט עכט נוגע, אבער יעצט מיינעך אז כ'גיי מיך איינהאנדלען א קאפי דערפון.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:59 pm
דורך ברעט מענינג
וואס איז דער חיליק פין א ליטוואק ביז א גוי?
טאקע נישט דא קיין חיליק! חחחחחחחחחח
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:05 pm
דורך atmybest
וואס איז די חילוק צווישן א קריסט און א סאטמארע?
א קריסט גלייבט אז עס איז דא א גאט.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 10:18 pm
דורך ברעט מענינג
די דארפסט פליפן
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:17 am
דורך יואב
דער שמועס איז נישט פאר בחורים, אנטשולדיגט! וועסט עלטער ווערן עסטו פארשטיין.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 7:22 am
דורך יואב
די חברה וועלעכע זענען שוין אן היי עלערט ביי ברוך ה' לעולם, ווייל מ'דארף קלאפן צו דערמאנען דעם ציבור צו זאגן יעלה ויבוא, ותן ברכה, מוריד הטל, מיט על הניסים.
און ווי נאר מ'ענדיגט חצי קדיש, נעמט זיך האגלן קלעפ ארגער ווי די קלאפערייען ביי המן, אזש א טויבער קען הערן, און א הערער קען טויב ווערן.
דער צולאזקייט איז אזוי שטורעמיש, אז עס איז כמעט אומעגליך אויפצוכאפן וועלעכע איז די אמת'ע באמבעדירונג, און וואס איז דער ווידערקויל.
און נישט דאס איז פון די סאמע אויסגעדראשענע אקטיוויטעטן, נאר וואס עס פאלגט נאך. נעמליך, עטליכע העכער דעם ארבעים לבינה קענען זיך פשוט נישט קאנטראלירן פאר געלעכטער, און שעפן סיפוק פאר א שמיטה פון די אקציע וואס געוויסע וואנזינגע האבן נארוואס מסדר געועזן.
אינמיטן ברך עלינו קענען זיי נאך שמייכלן, און אויסברעכן אין אזא איינגעהאלטנעם שטילן אויספלאץ.
נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 8:03 am
דורך קאווע טרינקער
געווען א מאל אין א שוהל, ווי דער "מוחזק" אויסצורופען, איז געווען פון די סארט חברה, כנ"ל.
זיין מנהג איז געווען, אז נאך דריי מאל זעצען אויפן בימה, האט ער געווארט א האלבע מינוט, צו מאכן זיכער אז ס'שטיל געווארן... ובתוך כך האבן שוין די מעריב-זיצער אויסגערופן הויעך "יעלה ויבוא"... וכדי בזיון וקצף / ליהודים היתה סחורה.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 8:06 am
דורך יואב
בעל דרשן בשעת'ן דרעשן: "איך זאג אלץ".
אנטשולדיגט'ס מיר, אבער איך קימער זיך גאנץ קנאפ מיט וואס איר האט געזאגט דאן, גענוי ווי איך קימער זיך איצט.
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:23 am
דורך גאלד
זינגען די סקולענער אודה ה' ביי א שבע ברכות די ערשטע ניגון
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:28 am
דורך גאלד
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס זמן שחרית, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "פונקטליך!"
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2013 9:44 am
דורך מ גפני
גאלד האט געשריבן:נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס זמן שחרית, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "פונקטליך!"
אדער:
נאכדעם וואס דער שמש רופט אויס ווען דער מולד גייט זיין, שרייען אלס 2 מענטשן הויך "וועעעעען?!?"