בלאט 6 פון 12

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:00 am
דורך יואליש
בדחן האט געשריבן:אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט.

אויס שטירמער?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:02 am
דורך בדחן
DotCom האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:דער סאטמארער רבי האט נישט אפגעקויפט די שטחים פון דעם שטעטל, עס איז נישט פרייוועט פראפערטי, עס איז א פובליק ארט פונקט ווי גאנץ אמעריקע, און יעדער האט רעכט דארטן זיך צו פירן זייער לעבן וויאזוי זיי ווילן. אוודאי קען מען פארשטיין אז איינער וואס ציט זיך דארטן אריין זאל זיך רעכנען מיט די כוונות פון דעם אינציאטאר פון דעם שטעטל, אבער איינער וואס איז דארטן געבוירן געווארן?! עס איז זיינס גארנישט ווייניגער ווי דעם רבי'נס, און עס איז רשעות און חוצפה צו פארלאנגען זיך צוצושטעלן צו תקנות צו וועלכע ער איז נישט מסכים.

נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?

גערעכט, די גאנצע ענין האט מען דא זייער ברייט אויסגעשמיעסט עי״ש והדבר פשוט מאוד אז א מיעוט גייט נאך א רוב,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:02 am
דורך יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:04 am
דורך בדחן
יואליש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:07 am
דורך יואליש
בדחן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

אמת אז דאס בילד אויפן פילם איז פון די סידו"ק, אבער מ'האט אויף דאס פארפאלק געווארפן פאשקעווילן אין גאנצן שטאט. כ'געדענק עס. כ'האב עס געזעהן.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:11 am
דורך בדחן
שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:14 am
דורך געפילטע פיש
DotCom האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.

סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:15 am
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:17 am
דורך יאיר
moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:18 am
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.

סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

מילאן פערצענט זאלסט אנטלויפן ווי פריער, עס איז לאגיש און תורה׳דיג און מעגליך אויך געזעצליך אז זאלסט אנטלויפן פון אזא מקום סכנה ווי פריער.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:25 am
דורך הדד בן בדד
ר' שמחה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)

האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.

דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.

ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.

למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.

נישט נאר שקרים וכזבים, חלומות ודמיונות, נאר טייל פון די סאטמערע PR.

א גרויסער שקויעח ר' שמחה פארן דאס מעורר זיין. דאס איז שקר, שטותים און פערדעריי. דאס איז הוצאות שם רע אויף איד א צדיק תמים ונשגב, א תלמיד חכם און א בנן של קדושים, פון וועמען עס זענען געבליבן ערליכע אידישע דורות דא אויף די וועלט. עס איז נארישע סאטמארע פי אר, און עס איז נאריש ווייל עס זענען נאך דא היינט מענטשן ביי וועמען מען קען עס מברר זיין. און איך מיין נישט דעם רשע ושקרן הידוע זריעל גליק

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:31 am
דורך הדד בן בדד
גנדי האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.

אויב דייטשלאנדס פירער און רוב דייטשלאנד האלטן אז מען זאל הרגענען אלע אידן - זאל מען בעטן אמעריקא זיך אריינמישן ראטעווען?

אויב די מדינה איז געווארען מיוסד אויף פרייהייט און רוב זענען פריי - זאל מען זיי שטערן האלטן א פארקינג לאט אפן שבת, אדער גראבן קברים?

א מדינה וואס איז מיוסד אויף INDIVIDUAL FREEDOM אין נישט דיסקרימינערן קעגן קיינעם - מעגן מען דארטן מאכן א שטעטל וואס דיסקרימינירט?

דייטשלאנד'ס פירער, פארן מחליט זיין צו הרג'ענען, האב זיי קודם געטרייט צו פארטרייבן. און נאר נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן אז קיינער, נאכאמאל, קיינער, וויל זיי נישט ארייננעמען, האבן זיי מחליט געווען צו הרג'ענען. און דו פרעגסט צו זיי זענען געווען גערעכט? זעסט דאך אז קיינער האט זיך נישט געקימערט. אפילו נישט אמעריקא, אפילו נאכדעם וואס זיי האבן קלאר געוויסט וואס עס גייט פאר. זיי זענען געווען זייער העפי אז יענער טוט עס.

צו איז דאס ריכטיג?

ניין. און טאקע דערפאר וואוין איך נישט אין קרית יואל. מיט אסאך יארן צוריק האט מיך א קרוב געמוטשעט איך זאל קומען מיט אים וואוינען אויף ק"י ווייל מען קען דארט קויפן דירות פאר ביליג. איך האב אים געענטפערט: איך אינוועסטיר נישט נישט אין איראן, נישט אין איראק, נישט אין סאודי אראביע, נישט אין סקווער און נישט אין קרית יואל.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:33 am
דורך הדד בן בדד
און צום לעצט לייג איך צו א בקשה, איך האב נאך נישט געזעהן דעם קליפ, און איך וויל זען דעם אריגינעלן. פליז, ווער עס קען דאס ממציא זיין וועל איך אים זייער שטארק באדאנקן. אפילו אין אישי אדער אימעיל

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:33 am
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

יא! איך גלייב. אבער איך האלט אויך אז אויב די גאנצע וועלט נעמט אן פאר א פשטות א זאך וואס איז אין מיינע אויגן קעגן abselute truth אלץ מאראליש. וועל איך מיך גלייך רעגיסטרירן אין א משוגעים הויז אלץ דער איינציגסטער נארמאלער מענטש אין נישט ווארטן אז איך זאל ווערן איינגעשפארט מיט קייטן.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:34 am
דורך בדחן
הדד בן בדד האט געשריבן:
ר' שמחה האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ

דארפסט נישט שרייבען קעגן איינעם כדי דערמיט ארויסצוהייבען א צווייטען, איך פראטעסטיר קעגן די ביליגע לשונות וואס די ניצט,

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:35 am
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

מילאן פערצענט זאלסט אנטלויפן ווי פריער, עס איז לאגיש און תורה׳דיג און מעגליך אויך געזעצליך אז זאלסט אנטלויפן פון אזא מקום סכנה ווי פריער.

ס'נאך נישט קיין סכנה, איך קען אנפייפן און אנדרייען די מידיע מבטל צו זיין די געזעץ. זאל איך אוועקמופן מארצי וממולדתי כדי נישט פוגע צו זיין אין די בעל פעור'ניקעס, אדער זאל איך פראבירן צו בלייבן נאנט צו מיין משפחה, חברים, און פעיוורעט גראסערי, און פראבירן זיך באקוועם צו מאכן ווי ווייט מעגליך?

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:40 am

און רום זאלסטע זיך פירען ווי די רוימער, אויב דו קענסט נישט דאן מוף אוועק פון רום ווייל די וועסט קיין גרויס נחת נישט דערלעבן,

אויב איז די רוב פון א קאמינוטי קעגן דיינע אינטערעסן,דאן פאק פעק און זיך א צווייטע קאמינוטי, די שכל זאגט אז די רוב וועט סיי ווי אויספירען וואס זיי ווילען, געזעצליך צו אומגעזעצליך איז אירעליווענט עס איז א פאקט און שכל׳דיג אז די רוב איז בעה״ב, דערפאר איז ווערט צו פארקוקען אויף די באקוועמע גראסערי און גיין... און זיכער אזוי ווען די משפחה שעמט זיך מיט דיר און קען באשטיין אז זאלסט מופען אויף יהופץ...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:42 am
דורך אברעמעל
יואליש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

אמת אז דאס בילד אויפן פילם איז פון די סידו"ק, אבער מ'האט אויף דאס פארפאלק געווארפן פאשקעווילן אין גאנצן שטאט. כ'געדענק עס. כ'האב עס געזעהן.

נישט ממש אזוי, זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אויף מאנראוי (האבענדיג חתונה געהאט אין וויליאמסבורג).
איינע פון די שכינים האט געווארפן די פאשקעווילן קעגן זיין ווייב איבער איר צניעות אוו נאר אויף יענע גאס און ארום.
צופרי האט מען דאס צאמגענומען. געהייסן האט עס אז וועד הצניעות האט עס צאמגענומען ווייל דאס איז נישט געווען פון זיי, ווי אויך זענען זיי געווען דערקעגן.

עניוועי די קליינע חלק מאכט נישט אויס.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:53 am
דורך matovu
אוי וויי איל פייגער עס צי זעהן,

הההההצצצצללללללההההה

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:01 am
דורך בדחן
matovu האט געשריבן:אוי וויי איל פייגער עס צי זעהן,
הההההצצצצללללללההההה

יענטץ איז נישט דא מער. אבער איך האב אנדערע אינטערסאנטע דאקיומענטרי פילם וואס דו קענסט זעהן.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:06 am
דורך נייגעריגער
וועלכע?!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:09 am
דורך בדחן
זאג מיר וואס די גלייכסט?! איבער ערפלאנענן? סובמארינס? ליבאוויטשער רבי? דא און קאווע שטיבל איז דא א גאנצע אשכול מיט אסאך דאקיומענטרי פילם׳ס איך וועל עס אפיר זיכען פאר דיר.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:10 am
דורך יאיר
moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

יא! איך גלייב. אבער איך האלט אויך אז אויב די גאנצע וועלט נעמט אן פאר א פשטות א זאך וואס איז אין מיינע אויגן קעגן abselute truth אלץ מאראליש. וועל איך מיך גלייך רעגיסטרירן אין א משוגעים הויז אלץ דער איינציגסטער נארמאלער מענטש אין נישט ווארטן אז איך זאל ווערן איינגעשפארט מיט קייטן.

בקיצור, פון אן אביעקטיווער שטאנדפונקט, איז היטלער געווען א מאראלישער מענטש אדער נישט?