בלאט 6 פון 8
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 11:56 pm
דורך יאיר
לויט דעם קומט אויס אז אויף יעדע עבירה איז מען עובר הונדערטער לאוין ווייל מ'וואלט געקענט לערנען אין די צייט און יעדע ווארט תורה איז קעגן טויזנט מלאכים זינגען שירה קעגן טויזנט מאל טעם גן עדן קעגן טויזנט מאל לערנען א בלאט גמרא שבת פארטאגס מיט א הייסע גלאז קאווע פון א כלי שני.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:02 am
דורך היימישער ליטוואק
הונדערטע עשין
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:05 am
דורך שמעקעדיג
מ'זאגט נאך בשם הגר"א ז"ל אז דאס איז דער פירוש אויף "דין וחשבון", דין איז פשוט א דין אויף די עבירות; חשבון איז פשט מען רעכנט אויס וואס דער מענטש וואלט געקענט אויפטון אין די צייט פונעם זינד...
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 12:08 am
דורך יאיר
און מען זאגט נאך בשם די גמרא אז איינער וואס רעגט זיך אויף ווען דער באס פארט אוועק פאר זיינע אויגן ווייל א משוגענער האט אים געבעטן א קוואדער איז אזוי ווי ער וואלט געדינט עבודה זרה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 10:07 am
דורך שומרים
איך בין נייגעריג צו די וואס טענה'ן אז אין ספרי ח"ח ליגט נישט קיין חריפות האבן ריכטיג געלערנט זיינע ספרים,
ווייל מיר האט עס אויך געמאכט אזא רושם אויבן אויף, אבער זייט איך האב מיך אריינגעלייגט אין זיינע ספרים זעה
איך א מוראדיגע חריפות, א גאנצע ספר חפץ חיים מיט אלע הלכות בפרטיות ווען ס'איז כמעט נישט געווען קיין מקורות
אויף דעם, אין משנה ברורה אויב לערנט מען פארדעם די ט"ז מ"א זעט מען קלאר ווי יעדע שוועריגקייט האט ער אויסגעגלעט
חוץ זיין גרויסע בקיאות אין אלע פוסקים (אן קיין אוצר החכמה) און אין זיין ביאור הלכה זעט מען ווי קלאר ס'האט געדארפט שטימען
ביי אים אלע פרטים לויט די מקורות אין גמרא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 11:32 am
דורך diff
There is a reason why all these lavin etc. are not said openly in tora. Hashem did not want to outsmart us, with our naase venishma. They were given to chachamim that where only allowed to pass on verbally to yeshiva talmidim.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
שומרים האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו די וואס טענה'ן אז אין ספרי ח"ח ליגט נישט קיין חריפות האבן ריכטיג געלערנט זיינע ספרים,
ווייל מיר האט עס אויך געמאכט אזא רושם אויבן אויף, אבער זייט איך האב מיך אריינגעלייגט אין זיינע ספרים זעה
איך א מוראדיגע חריפות, א גאנצע ספר חפץ חיים מיט אלע הלכות בפרטיות ווען ס'איז כמעט נישט געווען קיין מקורות
אויף דעם, אין משנה ברורה אויב לערנט מען פארדעם די ט"ז מ"א זעט מען קלאר ווי יעדע שוועריגקייט האט ער אויסגעגלעט
חוץ זיין גרויסע בקיאות אין אלע פוסקים (אן קיין אוצר החכמה) און אין זיין ביאור הלכה זעט מען ווי קלאר ס'האט געדארפט שטימען
ביי אים אלע פרטים לויט די מקורות אין גמרא.
אויסטעליש גוט ארויסגעברענגט, דאס איז גענוי וואס איך קרעכטץ שוין דא א גאנצע וואך מיט גוטן און מיט בייזן, אויף אלע ע' לשונות, און איך בין שוין באלד הייזעריג.
ווי לאנג מ'לערנט משנה ברורה וייל מ'מודאך לערנען הלכה... זעט עס אויס ווי א שמאלקעפיגע ספר, אבער אז מ'לערנט עס בעיון עמוק האט דאס אן אנדערן טעם. און ווי איר זאגט "אלעס שטימט לויט די מקורות פון די גמ'".
בכלל איז זיס צו באמערקן ווי חכמי הארטסקרולדותא באניצן זיך מיט'ן משנה ברורה פשוט מסביר צו זיין פארנעפלטע גמרות וואס מ'טרעפט נישט פאר זיי קיין ביאור אין "ערגעץ" ביז צום משנה ברורה, א זייטיגע טובת הנאה פונעם ספר.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 4:40 pm
דורך diff
His work is remarkable, his guidelines are very useful, and his mussar is beautiful mamesh unprecedented. But as long the sefer is not rebutted by a renowned posek, it is maybe beth shamai and not lehalacha.
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 9:26 am
דורך diff
משלי פרק-ג משלי - רש''י
{ל} אל תריב עם אדם . להתלונן עליו : אם לא גמלך רעה . שעבר על המצוה הכתובה בתורה ואהבת לרעך כמוך ( ויקרא יט ) ומי שהוא רשע רשאי אתה לשונאו Does this agree with his sefer
נשלח: זונטאג פעברואר 03, 2013 10:41 am
דורך פאר הדור
ב,ה
דבר הגרי"א הנקין על "ערוך השולחן" לעומת "המשנה ברורה" המוזכרים בתחילת האשכול מובאים בשו"ת בני בנים ב' בחלק הנספחים, 'מאמר א': אמרי מרן הגאון ר' יוסף אליהו הענקין זצ״ל', עמ' ר"ט (210 בעמודי היברובוקס), אותיות י'-י"ב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=210
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:10 pm
דורך פרייוויליג
יידל האט געשריבן: בשם דעם גרויסן פוסק הרב יוסף אליהו הענקין זצ"ל (שו"ת בני בנים ב, ח) ברענג הרב ענקין נאך אז ער האט אויך אזוי גע'טענה'ט אין פאר די פאלגנע סיבות: קודם כל, דער ערוך השלחן איז ארויסגעקומען הערשט נאכן משנה ברורה, און אין פאקט ברענגט דער ערוך השלחן אפט דעם משנה ברורה'ס שיטה פארן שרייבן זיין אייגענע. נו, איז דאך דער ערוך השלחן א פולקאמער "בתראי" אין פולען זון פון ווארט - האבנדיג געזען וואס דער משנה ברורה שרייבט.
ווער קען דא ארויסהעלפן, עפעס שטומט נישט דא אינעם אשכול. כמדומה איז דער ערוך השלחן געווען פאר דער משנה ברורה. און אין דעם עוז והדר פרישע מהדורא, וואו דער עולם האט געטענה'ט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן צוזאממישען צוויי פוסקים. דארט שטייט דאך אז די "פסקי משנה ברורה" איז דארט ווי די משנה ברורה איז חולק מיט אים אדער דארט וואו די משנה ברורה האט עפעס מוסף געווען. אויב איז דער משנה ברורה געווען פאר דעם ערוך השלחן וואלט ער נישט געקענט חולק זיין אויף אים.
ערוך השלחן איז געבוירן געווארן תקפ"ט און איז נסתלק געווארן תרס"ח - אין עלטער פון 79 יאר.
משנה ברורה איז געבוירן געווארן תקצ"ט, און איז נסתלק געווארן תרצ"ג - אין עלטער פון 94 יאר.
דער ערוך השלחן איז געווען 10 יאר עלטער פונעם משנה ברורה. סא פארוואס איז דער ערוך השולחן א פולקאמער בתראי. עכ"פ זיי האבן געלעבן אין כמעט די זעלבע צייט סא אפשר איז נישך שייך דא בתראי.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 12:21 pm
דורך mevakesh
דער ערוך השולחן האט ארויסגעגעבן צוביסלעך זיין ספר אהנגעהויבען פון חושן משפט
די חלקים אויף אורח חיים האט ער אנגעהויבען צו ארויסגעבען פון תרסה-1905
די משנה ברורה איז ארויסגעקומען תרסד איין יאר פארדעם
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט דורכגעליינט דער אשכול, נאך דעם וואס פרייוויליג האט עס ארויפגעברענגט.
הרב לעיקוואד האט געבויט א סולם ערכים, א לייטער פון ווירדע'ס, און עפ"י דעם אפגעווישט א ספר וואס כלל ישראל על כל חכמיה וסופריה האט פארהייליגט. איך פארשטיי דער תאווה דערצו, אבער זיין שכל זעט מיר אויס אז ס'איז געגאנגען שלאפען אין די תגובות.
דער גדלות פון דער משנה ברורה, און אלע זיין ספרים, איז דאס וואס מ'ברענגט פון בריסקער רב אז קיין שטותים זענען נישט דא. ד.ה. אז ער האט א שפראך וואס איז שטארק קענטיג אז ס'איז מיט א ריזיגע דקדוק. ער מיינט גענוי וואס ער האט געשריבען, פונקט וויאזוי ער האט עס געשריבען. דער דקדוק איז אויך ניכר בעליל אין משנה ברורה. כמעט וואס ער ברענגט נישט קיין אייגענע ווערטער. ער קומט אונז זאגען די ווערטער פון די אחרונים מיט זיין פארשטאנד און הכרעות. און דער וואס קען גוט די סוגיות פאראויס, קען זיך לייכט איבערצייגען דער ענין. דאס איז א מהלך פון חכמה און עניוות צוזאמען, זיך אינגאנצען אונטערלייגען דער סוגיא אן אריינלייגען די אייגענע חידושים און שפראך.
ווען חכמים גדולים זענען איבערגענומען פון א חיבור, דארף מען כאטש האבען דער שכל נאכצופארשען פארוואס. קיינער איז נישט געבוירען געווארען א ראדינער חסיד, און קיין סבה חיצונית האט קיינער נישט זיך איינצורעדען עפעס אויף איהם. פשוט'ע שכל זאגט אונז אז זיי האבען עפעס געזען דארט. מ'דארף אבער נישט גלויבען. ווען מ'לערנט זיין ספר מיט א צוגאנג אז דא שטעקט עפעס חשוב, קען מען זיך אליינס איבערצייגען. ווען מ'לערנט איבערפלעכליך קען מען מאכען אזעלכע לעיקוואד סטייל גרייזען.
אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט, האט דער ראש ישיבה געהאט תקופות וואס ער האט פארגעלערנט ח"ח נאכ'ן דאווענען מיט א גרויסע פלפול. ער פלעגט פרעגען און קלערען פונקט ווי אין יעדער חלק פון לערנען. בכלל איז קענטיג אין ח"ח אז ער זוכט א ריינע הלכה, נישט סתם געשאסען. ער שרייבט אין הקדמה פארוואס ער ברענגט פון שע"ת פון רבינו יונה, הגם ס'איז א מוסר ספר, ווייל ס'איז קענטיג אז ער איז נישט ארויס פון גדרי ההלכה. אין ח"ח איז דאס אויך קענטיג. עכ"פ קען איך זאגען אז מ'איז יא מפלפל אין ח"ח און דער חלקת בנימין האט טאקע א חיבור אויף דעם.
מיט די גאנצע מערכה פון הרב הנקין קען מען זיך לייכט דינגען. דער ערוך השלחן איז געשריבען געווארען אויף א לייכטער אופן. זיין פלעמעניק (הרב מאיר בר אילן) שרייבט אז ער האט עס געשריבען מער ווייניגער פון זכרון און איין מאל. איך בין שטארק נתפעל פון דער ספר, אבער צו דער משנה ברורה וואס ער האט גע'ארבעט יארען און יארען איז עס נישט קיין צושטעל. פארפאלען, פון ארבעט קומט רעזאלטס.
דער פסקי תשובות איז א שאנדע פאר כלל ישראל. און דאס אז מו"צ'ן נוצען עס מאכט עס פאר א צרה גדולה. עס איז א נח מיט זיבען גרייזען על כל קוץ וקוץ. יעדער וואס קוקט איהם אביסל נאך קען זע'ען אז ס'איז א חמור נושא ספרים, מראה מקומות אן קיין שום תוכן, וע"ע
כאן. ער פעלשט מראה מקומות און פארדרייט זיי אין גרויסען, אן קיין טראפ פאראנטווארטליכקייט.
לעיקוואד'ס טענה 'ווער האט געזאגט אז מ'דארף זיך רעכענען מיט אלע אחרונים?' איז אבסורד ביז גאר. ער האלט זיך א חברותא מיט דער ח"ח, כאילו ער שמועסט עפעס אויס מיט איהם, און פון דעם האט ער געבויט א תורה שלמה. פאר דער ח"ח איז אנגעקומען האט מען שטארק געשעצט די תורה פון אסאך גדולי ישראל פון נאך דער באר היטב. דער פמ"ג ועוד זענען שטארק ארויפגעקוקטע ספרים און ער האט געפיהלט נויטיג צו פארפאסען א ליקוט פון די אלע שיטות. ער איז דען דער וואס איז איינגעפאלען דער ענין צו שעצען ספרי האחרונים? דאס איז דער חידוש פון דער ח"ח וואס לעיקוואד האט געזען? ער קומט טוהן א געוויסע ארבעט, און נישט קיין אנדערע, און פון די ארבעט זעט מען זיין גדלות.
לעיקוואד האט אויך אריינגעלייגט אין זיין סולם ערכים אן אנדערע ענין. א הלכה ליקוט פון נאך דער ערפינדונג פון עלעקטער וואס דערמאנט עס נישט, איז שוין א פעלער. (איך זוך נאך הלכות עלעקטער אין ערוך השלחן) מאן יימר? וואס האט עס מיט'ן משנה ברורה? נישט דאס איז ער געקומען טוהן, נישט דאס איז זיין תכלית און נישט פאר דעם האט מען פארהייליגט זיין חיבור.
נאך א נערישקייט פון לעיקוואד איז זיין בליק אויף דער גר"א. ער קוקט איהם אן אלס איינער וואס ס'האט איהם איין זאך געפעלט, ער האט זיך נישט געווייגט ביי מאטעל זילבער. ווען דער גאון וואלט זיך נישט אזוי נעריש געמאכט און ער וואלט זיך אריינגערוקט צווישען די אונגארישע אויבערחכמים אין תולדות יהודה, מיט אלע כתה א' מלמדים אין לעיקוואד (דער שטאט) וואס זעצען זיך.צו ביי זיין ראש חודש פראוועראציע'ס, וואלט ער בעסער פארשטאנען. דער ח"ח האט געהאט עפעס א מופת ביים גר"א און דעריבער איז ער געווארען א חסיד, און ער האט געצווינגען זיין פארטיי אויף כלל ישראל מיט זיין ברענגען פסקי הגר"א להלכה. ס'דוכט זיך אז די אבסורדיטי רעדט שוין פאר זיך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 5:43 pm
דורך mevakesh
ליטוואק איך זעה נישט קיין סיבה צו דיין אטאקע אויף לעקוואד דא חוץ פון דעם וואס ער האט אהנגערירט די אדמורים דיינע
איך בין לאו דוקא מסכים מיט איהם אבער סך הכל ברענגט ער ארויס א סברה אז דער משנה ברורה איז נישט קיין טיפע לומדישע ספר און ער האט געוויסע טענות אויף זיין הכרעות קענסט דיך דינגען מיט איהם אבער מאטל זילבער קומט נישט אריין דא...
בנוגע צום עצם נידון איז לדעתי נישט שייך מדמה צו זיין צווישן משנה ברורה און ערוך השולחן עס איז צוויי וועלטן דער משנה ברורה ברענגט אראפ אלא דיעות און פרובירט מכריע צו זיין און גייט לאו דוקא אייביג אריין אין די עומק הסוגיא
ווידער דער ערוך השולחן לערנט דעם גאנצן סוגיה אויף זיין מהלך און ברענגט נישט דוקא אראפ אלע דיעות נאר וואס ער האלט פאר אמיתית הסוגיה און ער שניידט דוירך די גאנצע סוגיה פון אהנהייב ביזן סוף
אגב מאיר בר אילן איז געווען זיין אייניקל
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 6:26 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב קלאר מסביר געווען פארוואס איך זאג אז לעיקוואד האט זיך פארזע'ען זיין שכל, און איך זעי נישט קיין סבה אז דו זאלסט לייכט אוועק מאכען א דעה מיט א זאג אז ס'איז מיין אדמור און פערטיג. אז דו האסט עפעס שכל'דיג צו זאגען, זאג. איך בין דא נישט דער נושא
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:19 pm
דורך mevakesh
איך זעה לעקוואד זאגט אז די משנה ברורה איז נישט קיין שטארקע ספר און דאס איז א סברה וואס מען קען מסכים זיין אדער זיין מחולק אבער דו טוהסט נישט דאס דו ברענגסט נאר מעשיות פון בריסקער רב און עפעס וועגן תולדות יהודה וואס איך זעה נישט קיין שום קשר צום נושא עס קוקט אויס פונקט ווי אן אהרוני שיסט צוריק ווען מען רעדט אויף זיין רבי
דו ווילסט זיך דינגען מיט איהם אדרבה אבער מיט מעשיות פון בריסקער רב מיט תולדות יהודה שיינט מעהר אז דיין נושא איז דער מחוצף לעקוואד ווי איידער די שטארקייט פון ספר משנה ברורה
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז דו זעסט נאר האלבע זאכען, הן פון לעיקוואד הן פון מיר, קען איך דיר נישט העלפען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:21 am
דורך אישתישבי
דאכט זיך אז רב ש"ך האט געהאלטען אז מען מאכט פין גר"א א גרעסערע צימעס פין וואס ער איז געוועהן.
דער גר"א ווייזט זעלטן אויף זיינע שיטות באריכות, איגנארירט אחרונים, ממילא האט ער נישט דאס לעצטע ווארט.
דער חפץ חיים, האט ארויס געוויזן א שטארקע אפולגיטקע צום גר"א, כלומר, אפגעזעהן צו ער איז גערעכט צו נישט, פסק'נט ער ווי אים.
ממילא, דער ערוך השלחן וואס טוט עס נישט, איז מער קריטיקעל, און גייט נאך דער אמיתית הדברים איז א בעסערע ספר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 12:47 am
דורך [NAMELESS]
ידוע וואס מען פארציילט אז די חפץ חיים האט מתפלל געווען מחמת עניוותו אז מען זאל נישט זעהן זיין גאונות אין די חיבור, דאס קען זיין די סיבה אז מען זעהט פשוט נישט די גאונות.
לגבי פוסק אחרון ידוע אז הרב יצחק מוואודריטש שרייט ווייל אין ליטא האבן זיי מחליט געווען אז די משנ"ב איז די פוסק אחרון ווילען די חסידים זיך נישט פילען אינטערשטעליג האבן זיי געקרוינט די שו"ע הרב אלס זייער פוסק, אין די צייט וואס אונזערע פסקים זענען כפי הכרעת המג"א והפרמ"ג, כאטש די שועה"ר גייט עפי"ר ווי די מג"א איז דא מקומות ווי ער איז מכריע אנדערש, ווי למשל ביי זמן קרי"ש אינדערפרי גייט ער די זעלבע שיטה ווי די גר"א אויף די שפעטער זמן און אונז נעמען אן די מג"א אפילו בדיעבד, נאר כלפי זמן תפילה וואס איז א דרבנן בדיעבד איז מען זיך סומך אויף די שיטת הגר"א והגר"ז, און נאך פלעצער אין הל' שבת ווי ער קריגט אויף פסקי המג"א
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 4:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך פארשטיי נישט דער וואודרידזשע רב. לויט מיין אפשעצונג איז דער מציאות פארקערט. ביי ליטווישע, ביז דער דור האחרון אין בני ברק, האט מען נישט אנערקענט דער מציאות פון א פוסק אחרון. אלס האט געמוזט זיין לויט די הבנה פון דער פוסק און קיינער איז נישט געקרוינט געווארען מיט אן אפענע טשעק. מ'האט מכריע געווען מסברא און לויט די סוגיא דעלמא, און קיין קלארע גאנג איז נישט געווען, נאר יעדער ת"ח עפ"י דעתו.
דער דברי חיים האט דאך שטארק נישט געהאלטען פון דער מהלך, און ער האט איינגעפיהרט דער קלארע צוגאנג פון מאכען א רשימה פון פוסקים און נאכגייען דער רוב. דאס האט א שטארקע ענדעלקייט צום צוגאנג אז מ'נעמט א שפעטערע פוסק און מ'באקרוינט איהם אלס פוסק אחרון ואין אחריו כלום. אין בני ברק האט מען אויך געוואלט דער באקוועמליכקייט און מ'האט גענומען דער קרוין וואס חסידים האבען געלייגט אויפ'ן שועה"ר און געלייגט אויפ'ן משנ"ב (ס'בלייבט אבער שווער וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט נעגעל וואסער)
דאס פארדרייען דער סיסטעם אויף צוריק, כאילו דאס בלינדקייט צום סוגיא פון די הלכה שטאמט גאר פון די משנה ברורה אידען, זעט מיר אויס אן איבערטייטשונג פון היסטורי.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:34 am
דורך אישתישבי
מאכסט אויף אפאר זאכען.
א. דברי חיים האט געהאלטען מען גייט נאך רוב פוסקים.
נישט אמת. מקור?
ב. חסידים האבן געקרוינט דער שעה"ר.
נישט אמת. איה"נ, נישט די זאגסט עס.
ג. היינט האבן חסידים גענומען דער קרוין און געגעבען דער משנ"ב.
נישט אמת.
וואס יא?
חסידים האבען פיל דרך ארץ פאר אנדערע פוסקים, ליטווישע נישט. וויבאלד ליטווישע זענען גרויסע בעלי גאווה.
ממילא ליטוואקעס זענען געוועהן געוואוינט צו פסק'נען פין בויך ארויס.
איינמאל דער חזון איש וכנופיא דיליה איז איינגעפאלן צו מאכען דער מעתיקי השמועה [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] האבן די ליטוואקעס אויפגעגעבן דער בויך מהלל און געמוזט געבען דער גר"א מעתיקי השמועה סטאטוס און ממילא טוהן אלעס ווי עס שטייט דארט.
חסידים האבען קיינמאל נישט געטוהן ווי עס שטייט אין שועה"ר, דער דברי חיים למשל ברענגט אים אמאהל א יובל, ווייל גערעכענט האט מען זיך מיט דער פוסקים לפי גודלם, אבער קיינמאל באקומט נישט א פוסק מעתיקי השמועה סטאטוס, און קיינמאל איז מען נישט גענוג גרויס אליין מיט די פארשטיקענע ליטווישע גאות.
Re: משנה ברורה לעומת ערוך השלחן - ווער איז פוסק אחרון?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 7:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון די פלעצער ווי מ'קען טרעפען דער דברי חיים איז ח"א חו"מ י"ז, והדברים מפורסמים
ווען האט זיך אנגעהויבען דער ליטווישע גאות? ביים מהרש"ל? ביים חלקת מחוקק? דער ווילנא גאון איז דער ערשטע פון די פארשטינקענע בעלי גאווה שהתחיל לדבר בגודל מעלת עצמו? וויאזוי האט זיך עס אנטוויקעלט?
ס'איז מיר געפערליך וויכטיג צו וויסען
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:54 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איין זאך קען איך געבען פאר'ן וואודרידזשע רב אז זיין טענה שטימט מיט זיין אלגעמיינע שיטה, און ס'איז מעגליך דער מציאות האט טאקע מיט דעם.
דאס אריגינעלע אידישקייט איז נישט קיין ייכטער זאך. יעדער ריר דארף מען אפלערנען פון תורה מיט איהר כללים וויאזוי זיך צו פיהרען. אין דעותיהם שוות און מיר קענען זיך נישט פארלאזען אויף א צווייטען, מ'דארף אליינס זיך ספראווען מיט'ן יצר הרע און מיט די הלכה. ס'איז שווער ואי אתה בן חורין ליפטר הימנה. מה עשו? מ'האט איינגעפיהרט אן ענין פון פארטיי, וואס ער נעמט קעיר פון אלע נושאים. דו זיי נאר א חלק פון די פארטיי, און דארט וועסטו אלס לייזען. דו דארפסט זיך נישט שלאגען מיט די יצר הרע, פאלג נאר די תקנות און אזוי איז עס ערלעדיגט. מיט הלכה איז אויך אזוי. טרעף דיר א שטאט אין מזרח אירופה און פיהר זיך 'מנהגי *****' און פטור אן עסק. דער מיט זיין דרכי חיים ושלום און דער מיט זיין שערי הלכה ומנהג, איינער מיט קונטרס מנהגי בעלז און דער פערטע גאר מיט מנהגי קאמארנא. אלס פטור צו ווערען פון זיך דארפען פלאגען אין לערנען און אמת'דיג האבען א דעה. און ס'האט זיך ווייטער אנטוויקעלט אז אין הלכה האט מען געמאכט א שועה"ר אלס דער פוסק אחרון, נישט ווייל ס'האט אויסגעפעלט פאר לימוד ההלכה, נאר פאר'ן באקוועמליכקייט פון נישט דארפען אמת'דיג מחליט זיין. אין ליטא האבען די זאכען נישט עגזיסטירט, מ'האט ניטאמאל געוואוסט פון אזא מציאות. יעדער רב האט מחליט געווען לויט זיין לערנען קענטניס, און אסאך דעות זענען ארויסגעקומען.
דער ערוך השלחן איז טאקע א ספר אויף די אלטע שטייגער, הגם ער איז דער ערשטע וואס שרייבט אין זיין מהלך. ער האט אליינס אפגעלערנט די סוגיא און אליינס איז ער ארויסגעקומען מיט זיין מסקנא. זאל א צווייטער זיך דינגען. פאר א פולקאמער ע"ה וואס וויל זיך ווייזען אלס א יודע ספר, איז עס א געוואלדיגע המצאה און פון דעם קען ער ווערען א בקי בכל חדרי התורה.
דער ערשטע 'בעל גאווה' הרב חיים וואלאזשינער האט שוין שטארק גע'ארבעט אז מ'זאל זיך בעיקר פארלייגען אויף די סוגיא מיט איהר ראשונים, און ווייניג מיט די פוסקים, מיט זיין באקאנטע זאג "די וועלט זאגט אז לערנען פוסקים אהן די סוגיא איז ווי עסען א תבשיל אהן פלפלים, און איך זאג אז עס איז אזוי ווי עסן פלפלים אהן תבשיל". און אזוי האבען זיך אלע געפיהרט כמבואר בספריהם, און דער ערוך השלחן אויך.
דער משנה ברורה איז דער ערשטע זיך אזוי שטארק צו קימערען מיט די דברי הפוסקים, אבער אויך נישט בלינדעהייט. ער האט זיך שטארק באמיט צו קומען צו א הכרעה אין די זאכען, און אין די זאכען איז נישט דא קיין קלארע געזעצען וויאזוי צו מכריע זיין, ודבר זה ניתן לכל תלמיד חכם כפי דרכו.
דער וואודרידזשע מערכה קעגען פארטייען גילט אויף די נייעם מהלך פון פסק. דאס פאראייניגען אלע חסידישע אידען אלס נאכפאלגער פון דער שועה"ר, ווי אויך אלע ליטווישע אידען אלס נאכפאלגער פון דער משנ"ב איז דער זעלבע קטנות און שלעכטס פון פארטייען.
בני ברק מיט איהר שמאלע בליק, בפרט פון די חזו"א'ניקעס, האט געמאכט א תורה שבכתב פון יעדער האלבע מימרא פון דער חזו"א, אן אריינצוקוקען אין די פנימיות פון זיין מימרות און וואס ער וויל באמת ארויס ברענגען. ער אליינס האט נישט געהאלטען אז מ'דארף פארמאכען די מויל פאר סיי וועמען, כמבואר בספרו בכמה וכמה מקומות. ער האט געגעבען פאר'ן משנ"ב א גרויסע הערכה אז מ'זאל וויסען אז ס'איז נישט אבי געשאסען, ס'איז דער הכרעה פון אן אדם גדול וואס האט שטארק געמאסטען זיין ווערטער און געשריבען וואס ער האט אמת'דיג געהאלטען. פון דעם ביז פוסק אחרון שאין להרהר אחריו, איז זינלאז און נעריש, און פון דעם איז געווארען דער ווידערשטאנד פון אנדערע צו לייגען דער ערוך השלחן אין דער פאסטען. ביידער זענען טפשות'דיג און קטנות'דיג.