בלאט 6 פון 8
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
.. אז עראפלאנען האבן א פיצל לעכל אין יעדע פענסטער?
http://www.travelandleisure.com/article ... indow-holeאון נאך 10 זאכן איבער פליען וואס איר האט ווארשיינליך נישט געוואוסט
http://www.tested.com/science/physics/5 ... ut-flying/
האט איר געוואוסט אז...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 11:56 pm
דורך [NAMELESS]
... אז קענסוס סיטי, קענסוס איז געשאפען געווארן איבער א יובל יארן נאך קענסוס סיטי, מיזורי. זי איז נישט איין שטאט איבערגעהאקט אינמיטן מיט א סטיעט ליין ווי למשל El Paso, ציווישן טעקסעס און מעקסיקא (ווי כאילו טעקסעס באלאנגט נישט פאר מעקסיקא...), נאר באמת צוויי עקסטערע שטעט. בערך זעכציג יאר נאכדעם וואס קענסוס סיטי, מיזורי האט זיך אויפגעבויעט אין די 1820'ער יארן און שיין אוועקגעשטעלט פינאנציעל האבן די שכנים פון סטעיט אוף קענסוס מחליט געווען אז ס'איז נישט קיין יושר אז א פרעמדע סטעיט זאל איר בא'גנב'נען איר גוטע נאמען. האבן די חברה צוזאמגעשטעלט א געגענט און געשאפן אן אייגענעם קענסוס סיטי אין קענסוס גופא און דערמיט אין איינוועגס אוועקגעשלעפט צוקונפטיגע אינוועסטירער וואס האבן געהערט אז אין "קענסוס סיטי" איז ביזנעס גוט, נישט כאפענדיג זיך אז זיי זענען אין די נישט ריכטיגע קענסוס סיטי. (איר זענט צומישט? איר זענט נישט אליינס. מיליאנען אמעריקאנער מאכן מיט די זעלבע קאפ-דרייעניש ווען ס'קומט זיי אונטער סיי וואס עפעס וועגן "קענסוס סיטי").
למעשה איז עס נישט געלונגען פאר די חכמי קענסוס. עד היום הזה שטייט קענסוס סיטי, מיזורי סאך העכער אין פינאנץ ווי אין מענטשן ווי איר שכן אין די ריכטיגע קענסוס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:06 am
דורך berlbalaguleh
האט איהר געוואוסט אז מ'האט אנגעהויבן צענזורירן הודעות דא אין קאווע שטיבל, וועלכע אטאקירן נישט קיין שום יחיד אדער גרופ פערזענליך. נאר זיי זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פערזענליכע אנשויאונגען פון די "סדרנים". מיט'ן תירוץ אז ס'איז נישט פון די טעמע וואס דער פותח האשכול האט געשריבן. אן דעם וואס מ'זאלל זיך אויסטענה'ן און מתווכח זיין אדער געבן א טשענס צו זאגן עפעס איבער די פארמעקטע הודעה. ווער ס'האט דעם מעקער אין די הענט קען אט די הודעה אויך אויסמעקן. ואין פוצה פה ומצפצף. דזשאסט פאר די רעקארד. מ'זאלל נישט זאגן אז קאווע שטיבל איז נאכאלץ א פרייע פלאטפארמע וואו א יעדער קען אויסדרוקן זיין מיינונג אומגעשטערט...!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
אז אין אמעריקע, ווען מען וויל מאכן דעם עולם אויפמערקזאם אדער באוואוסטזיניג צו א געוויסע פאקט אדער פענאמענאן, באשטימט מען א
"נאציאנאלע טאג" דערויף? (א שטייגער ווי "
נישט קיין הויזן" טאג... אדער צב"ש א טאג וואס מען גייט מיט 2 סארטן שיך... עס זענען פאראן אלע סארטן מאדנע טעג, ואכמ"ל)
איך בין נישט פונקטליך באקאנט אין דעם נושא, לכאורה זענען געוויסע טעג נאר אין אמעריקע; און אנדערע איבער די גאנצע וועלט. אדרבה אויב קען איינער מסביר זיין, תבא עליו ברכה.
ועל של עכשיו באנו, נאוועמבער 19 (פארגאנגענע וואך דאנערשטאג) איז באשטימט אלס "אלוועלטליכע טוילעט טאג". יא יא, לאכט נישט, עס איז גארנישט פאני. דאס איז צו ציען אויפמערקזאמקייט אז אין מערערע ארימע דריטע וועלט לענדער, זענען פאראן איבער אנדערטהאלבן ביליאן מענטשן וועלכע האבן נישט קיין נארמאלע סאניטארישע פלאץ וואו צו גיין הכנות, און טוען דאס דעריבער בפרהסיא אויפן גאס, וואס דאס איז גורם שווערע קרענק און אסאך טויט פאלן, בפרט פאר קינדער.
דער פראבלעם איז נאך פיל שווערער ביי מיידלעך און פרויען משום צניעות, און דעריבער זענען פאראן א געוואלד מיט מיידלעך וואס גייען נישט אין קיין סקול צוליב בושה, אנדערע גייען יא אין סקול אבער האלטן זיך איין (אויך נישט געזונט) ביז אין די נאכט אריין צו גיין אין די טונקעלע פעלדער, וואו זיי זענען אויסגעשטעלט צו רעיפ און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז.
וויבאלד עס איז א אומבא'טעמ'טע טעמע צו דיסקוסירן, זענען רוב מענטשן באקוועמער צו מסיח דעת זיין דערפון און פאקוסירן אויף מער געשמאקערע ענינים. אלזא האט מען מתקן געווען דעם טוילעט טאג כדי נישט צו שטופן זאכן אונטערן קארפעט, נאר דאס פאלק זאל זיין אויפמערקזאם איבער דעם פראבלעם און פרובירן צו העלפן.
.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 4:18 pm
דורך געוואלדיג
אז אייער חתימה קען זיך ציעהן אויף 300 שורות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 4:55 pm
דורך בת קול
געוואלדיג האט געשריבן:אז אייער חתימה קען זיך ציעהן אויף 300 שורות.
איך האב עס געוואלט אויספרובירן צו זעהן וויפיל פ'ס עס נעמט צו שרייבן 300 שורות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:51 pm
דורך ונבנתה העיר
ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע
תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 1:57 pm
דורך פרייוויליג
ונבנתה העיר האט געשריבן:ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע
תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.
יוש איז דאס א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעל
אינטערהויזן וכדו', ווען ראמני איז געלאפן איז אסאך משוגעת'ן פון זיי ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך...
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נאך אזא רעליגיע וואס האבען ספעציעלע אונטערהויזען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 2:12 pm
דורך [NAMELESS]
פרייוויליג האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:ארום 15 מיליאן מענטשן גלייבן אז גאט האט געגעבן א נייע
תורה ארום 180 יאהר צוריק, און טאקע דא אין אמעריקא.
יוש איז דאס א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעל אינטערהויזן וכדו', ווען ראמני איז געלאפן איז אסאך משוגעת'ן פון זיי ארויפגעשווימען אויף די אויבערפלאך...
יוש האבן אונז א קראנקע רעליגיע, מען דארף גיין מיט ספעציעלע שטריקלעך ביי די עק פון די קליידער, מ'טאר נישט טראגן געוויסע קליידער, מ'מוז צושניידן א שטיקל פון אן אכט טאגיק קינד וכו'.
א קונץ חוזק צו מאכן פון א צווייטע רעליגיע?! [גראדע אין פאקט באשטייען אירע מיטגלידער פון אן א שיעור נארמאלע, סוקסעספולע, ביזנעסלייט. זיי לעבן זייער גוט צווישן זיך, אזויווי צווישן אנדערע. און זיי האבן גאר גוטע מידות, מער ווי אנדערע רעליגיעס].
נ.ב. מיר האבן ח"ו נישט קיין קראנקע רעליגיע, עס איז א משחק מילים ארויסצוברענגען א נקודה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 5:13 pm
דורך פרייוויליג
אז אין די FedEx סימבאל ליגט א באהאלטענע ערא. וואס טוט צייגן אז די פירמע ריקט זיך פאראויס...

נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 8:48 pm
דורך ונבנתה העיר
וְתִפְתַּח אֶת סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת. וּמֵאֵלָיו יִקָּרֵא .וְחוֹתָם יַד כָּל אָדָם בּו. איז טייטש: און די חתימה פון דעם האנט פון יעדן מענטש איז אין איהם.
ווען 'וחותם' וואלט געהאט א צירי אונטער'ן ת וואלט עס געמיינט 'און עס חתמ'עט די האנט פון יעדן מענטש אין איהם'.
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2016 11:26 pm
דורך שמעקעדיג
... אז ונבנתה טראכט ראש חודש שבט פון ונתנה תוקף?
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:28 pm
דורך ונבנתה העיר
ס'איז דא וואס זענען מסביר פארוואס א ספק ספיקא איז מותר לויט'ן רמב"ם אז א ספיקא דאורייתא איז מן התורה לקולא און נאר מדרבנן לחומרא, ממילא איז א ספק ספיקא א פשוטע ספק דרבנן: די ערשטע ספק מאכט עס פאר א דרבנן, און די צווייטע פאר א ספק דרבנן וואס איז לקולא.
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2016 11:10 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דען מסביר אנדערש דעם רמב"ם?
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:06 am
דורך ונבנתה העיר
עס איז א ביאור אין 'ספק ספיקא מותר'.
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 1:21 pm
דורך [NAMELESS]
"חמשה עשר בשבט ראש השנה לאילנות", האט גארנישט מיט משפט'ן די ביימער. ס'איז נישט מער ווי א טריקענע הלכה לגבי די חיוב פון תרומות ומעשרות.
דאס אז מען משפט די פירות האילן, פאסירט גאר יו"ט שבועות בשעת מען ברענגט ביכורים.
Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2016 5:55 pm
דורך ירא שמים
נכנס שרף באילנות.
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 7:10 pm
דורך [NAMELESS]
די ווארט naked באדייט אומ'באהאלפענקייט, די ריכטיגע ווארט פאר נאקעט איז nude.
Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 8:19 pm
דורך קל וחומר
די ווארט טבע ווערט שוין דערמאנט אין גמרא נדה דף כ: בטבעא לא ידענא בדמא ידענא (כ'בעט די בחורים זאלן נישט אריינקוקן ווי מ'טאר נישט).
פאר סאם ריזען איז אנגענומען אז די רמב"ן איז די ערשטע וואס דערמאנט דעם ווארט.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:עס איז א ביאור אין 'ספק ספיקא מותר'.
ונבנתה העיר: לאמיר שיקן די חקירה צוזאם מיט'ן הסבר קיין לעיקוואוד. דארט איז פארהאן אידן וועלכע זיצן און חקר'ן יומם ולילה. און אויב ס'נישט דא קיין חקירות, זיצט מען און מ'באשאפט נייע...! ס'פאסט נישט פאר חסידים...

Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:21 pm
דורך טמיר
קל וחומר האט געשריבן:די ווארט טבע ווערט שוין דערמאנט אין גמרא נדה דף כ: בטבעא לא ידענא בדמא ידענא (כ'בעט די בחורים זאלן נישט אריינקוקן ווי מ'טאר נישט).
פאר סאם ריזען איז אנגענומען אז די רמב"ן איז די ערשטע וואס דערמאנט דעם ווארט.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
נישט יעדער האלט אז עס מיינט טבע. אנדערע האלטן אז עס מיינט די צורות פון מטבעות. עיי"ש בהגה' יעב"ץ
Re: האט איר געוואוסט אז?...
נשלח: זונטאג פעברואר 07, 2016 10:27 pm
דורך קל וחומר
פשט אז די וועלט האט אנגענומען פי' היעב"ץ באופן מוחלט. נו גוט.
Sent from my LG-LS980 using Tapatalk