בלאט 6 פון 12

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:22 pm
דורך בן תמליון
moti107 האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:האמיר שוין דא א שטיקל שיעור ערב אין שטיבל, היכי תמצא, ראובן איז פארליבט אין די בלאנדע שלאנקע חנה גיטל פון קעגן איבער די גאס, אבער ער קען בלויז חלומ'ן דערפון. ויהי איין פרימארגן לויפט איהם קייגן בערל דער שדכן שרייט מזל טוב מקודשת חנה גיטל איז מקודש צו דיר. גיי נעם א שויער.

וויאזוי איז זי מקודש צו איהם ערהאט איר נישט מקדש געווען און נישט געמאכט א שליח?

אויב האט ער זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט באשטיין און די צוויי עלטערן האבן זיך געטראפן און געגעבן קידושין .
עיין קידושין דף מה. הנהו בי תרי... וכו׳ .
רש׳׳י עמוד ב ודילמא ארצויי ארצי אם הבן גילוי דעתו לאביו שהוא חפץ בה האב נעשה שליח מאליו וזכין לאדם


זייער גוט! דא איז די מקור צו מיין ענטפער וואס איז אין שולחן ערוך אבן העזר סימן ל"ה סיעיף ד' יש מי שאומר שאפילו לא מינוהי לשליח בהדיא אלא שגילה דעתו שחפץ באשה פלונית והלך השדכן וקידוש בלא מינו שליחות הרי זו מקודשת. די מקור איז די דערמאנטע גמרא.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 1:51 pm
דורך וואלפה
ווי פרעגט מען אין הגדה 4 קשיות און מען ענטפערט 1 תירוץ. חוץ מה נשתנה?

א ראיה פון גמרא אז אן אמורא האט (געמאכט קידוש) אויף א בעכער אן א פיסל ( אפשר קומט עס אין "שמייכל")

ווי זאגט מען צוויי מאהל אין שמו"ע 4 נעמען פון מענטשען, אויף איינמאל ?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:23 pm
דורך ודי למבין
אחד מי יודע
שלום טובה וברכה חיים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:23 pm
דורך מאטי
איך האב אזא שאלה:
יעדער ווייסט אז אמירה לעכו״ם איז אסור, נישט נאר זאגן פארן גוי בעצם השבת נאר אויך זאגן ערב שבת אז דער גוי זאל ארבייטן שבת פאר א איד איז אסור.
אויב א איד איז מקבל שבת פריער טאר ער אויך נישט זאגן פאר א גוי אדער אפילו פאר א ״איד״ - וואס מעג נאך איצט - צו טון א מלאכה פאר אים.

יעצט שטעלט זיך די שאלה אויב ער הייסט פאר א איד -נאך פאר זיין ערלי שבת - צו טון א מלאכה נאך זיין קבלת שבת אבער פארן שליח איז נאך נישט שבת. צו זאג איך אז וויבאלד פאר אים איז שבת איז דאס פונקט ווי שבת אליינס. אדער, ניין נאר וויבאלד בשעת ער האט געהייסן האט ער נאך נישט געמוזט גומר דעת זיין צו מקבל שבת זיין פריער.קומט אויס אז יעצט ווען ער איז מקבל שבת פריער איז דאס א נייער החלטה און דאס וואס זיין שליח טוט פאר אים א מלאכה האט דאס גארנישט מיט זיין אמירה פון פריער וואס איז געווען נאך פאר ער האט בעצם מחליט געווען מקבל שבת צו זיין פריער.
אגב כ׳האב א ראייה פון עירובין דף מ: די וואכעדיגע דף אז מטאר נישט ווער ס׳טרעפט צו באקומט פון מיר 50 לייקס.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:03 pm
דורך משה געציל
דו מיינסט צו ברענגען א ראיה וויבאלד די גמרא זאגט נישט מען זאל געבן די כוס פון יוה"כ צו טרינקן פאר א גדול וואס האט נאכנישט מקבל געווען יו"ט? איך ווייס נישט צו עס איז א ראי' וואס טוט זיך אין א פאל וואס יעדער איז מקבל צוזאמען?
למעשה איז דא א בפירוש'ע ראיה להתיר פון פינעף בלאט שפעטער, לאמיר זען צו דו קענסט עס צו טרעפן, און אזוי פסק'נט אויך דער מחבר אין סי רס"ג סעיף י"ז; "י"א שמי שקבל עליו שבת קודם שחשכה מותר לומר לישראל חבירו לעשות לו מלאכה". דער משנ"ב דארט איז מסביר "דכיון שלחבירו מותר אין איסור אמירה שייך בזה", דער שועה"ר האט א לאנגע אריכות אין קו"א און ער לערענט די טעם איז אז ווען איינער איז מקבל שבת פרי איז ער נישט מקבל אויף זיך די איסור פון שליחות.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:25 pm
דורך היימישער ליטוואק
לכבוד ל"ג בעומר.
וואו ברענגט דער קצות א זוהר (EASY)?
וואו ברענגט דער נתיבות א לשון הזוהר?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:36 pm
דורך משה געציל
קצות בהקדמתו

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:41 pm
דורך היימישער ליטוואק
ניין, איך מיין ביידע אין זייער ספר. אין "קצות" און אין "נתיבות" נישט אין הקדמות אדער אין איינע פון זייערע אנדערע ספרים.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 3:49 pm
דורך משה געציל
קצות סי' ד'

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:01 pm
דורך היימישער ליטוואק
פיין.
קצות החושן סימן ד
אך גבי פקדון משמע דליכא איסור כלל לעכבו תחת ידו וכמ"ש מוהרש"ל. אבל מדברי הזוהר מבואר דהוא איסור גמור ע"ש פרשת במדבר (ח"ג קיט, א) פתח ואמר ה' אורי וישעי (תהלים כז, א) כו' ובר נש בעי לאקדמא ולמפקד בידיה פקדונא דנפשיה כפקדונא דבר נש דיהיב פקדונא לאחרא דאע"ג דאיהו אתחייב לגביה יתיר מההיא פקדונא לאו כדאי לאתאחדא ביה הואיל ופקדונא אתמסר לגביה, ואי יסרב ביה ודאי נבדוק אבתריה דלאו מזרעא קדישא הוא ולאו מבני מהימנותא וכו' ע"ש. ויש לזה פנים על פי נגלה והוא שיטת הריטב"א פרק הכותב (כתובות פד, ב ד"ה ההוא בקרא) דהיכא שבא ליד הנפקד בתורת פקדון צריך למיעבד השבה מעליא, ועיין ש"ך סימן נ"ח סק"ט, ולכן בעל נפש ירחיק מזה:

אבער יעצט לאזן מיר זעהן צו דו טרעפסט דעם נתיבות!!!

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:02 pm
דורך געפילטע פיש
א פשוטע גוגל "קצות בשם הזוהר גיט מיר דאס, אז די קצות ברענגט בשם הזוהר לגבי עביד אינש דינא לנפשיה, אז מ'זאל נישט תופס זיין ווען איינער איז דיר עפעס שולדיג.

היימישער האקט, ברוך שכיוונתי, (אדער שכיוון גוגל).

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 4:15 pm
דורך משה געציל
ווייס איך נישט, אז מען רעדט פון אראפברענגען, וואו דערמאנט דער מלבי"ם איינער פון די חסידיש'ע רבי'ס?

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 7:25 pm
דורך ונבנתה העיר
אין זיין הקדמה צו ארצות החיים שרייבט ער אז ער האט געלערנט קבלה ביים 'איש קדוש גאון צבאות ישראל' ר' הערשלע זידיטשוב'ער, און אין הל' ציצית ברענגט ער משמו.

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 9:15 pm
דורך היימישער ליטוואק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:לכבוד ל"ג בעומר.
וואו ברענגט דער קצות א זוהר (EASY)?
וואו ברענגט דער נתיבות א לשון הזוהר?

תשובה
נתיבות המשפט ביאורים סימן סב ס"ק ט"ו
כיון דבשעת נישואין ודאי כל מה שהיה לה הכניסה הכל לבעלה, ולית לה מגרמה כלום בשעה שהתחילה לישא וליתן

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:08 am
דורך איחוד פעלד
וועלכע הלכות טוהן מיר וואס דער ב"י ברענגט פין זוהר?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 11:59 am
דורך געפילטע פיש
ב"י בשם הזוהר איז א יקר המציאות? איך מיין אז נישט, עכ"פ אין הלכות נט"י שחרית ברענגט ער עם.

___

דא שרייבט איינער דערוועגן, און זאגט אויך לגבי תפילין בחוה"מ.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:24 pm
דורך בן תמליון
דאס איז פון מיין היינטיקן שיעור ערב: וואספארא חלק אין א בהמה וואס מען שחט כדת וכדין בלייבט אסור אלץ אבר מן החי? (בן פקועה איז מותר בשחיטת אמה).

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:32 pm
דורך איחוד פעלד
אה דאס געדענק איך פין גירסא דינקותא. די רעדסט מן הסתם פין א בן נח? די ריאה. ווייל די שחיטה איז עס נישט מתיר פאר א בן נח, די מיתה איז עס מתיר, און היות מען האט געשחטען די קנה האט זיך די ריאה אנגעטיילט פין די בהמה הייסט עס אבר מן החי.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:36 pm
דורך איחוד פעלד
moti107 האט געשריבן:איך האב אזא שאלה:
יעדער ווייסט אז אמירה לעכו״ם איז אסור, נישט נאר זאגן פארן גוי בעצם השבת נאר אויך זאגן ערב שבת אז דער גוי זאל ארבייטן שבת פאר א איד איז אסור.
אויב א איד איז מקבל שבת פריער טאר ער אויך נישט זאגן פאר א גוי אדער אפילו פאר א ״איד״ - וואס מעג נאך איצט - צו טון א מלאכה פאר אים.



מען מעג הייסען א איד און א גוי ווען ער איז מקבל שבת פרי צו טוהן א מלאכה, א גוי מעג מען אפילו הייסען בין השמשות. עיין סי' רס"ג. מוצ"ש איז א מחלוקת, ער"ש איז לכו"ע מותר.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:37 pm
דורך בן תמליון
איחוד פעלד האט געשריבן:אה דאס געדענק איך פין גירסא דינקותא. די רעדסט מן הסתם פין א בן נח? די ריאה. ווייל די שחיטה איז עס נישט מתיר פאר א בן נח, די מיתה איז עס מתיר, און היות מען האט געשחטען די קנה האט זיך די ריאה אנגעטיילט פין די בהמה הייסט עס אבר מן החי.


ניין. איך רעד פון א ישראל.

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:42 pm
דורך ודי למבין
תולעים שבבשר, מורנא דבישרא (רמב"ם מאכלות אסורות פ"ב הי"ז, עיין אבני נזר או"ח סימן תפ"ג אות ד)

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:46 pm
דורך [NAMELESS]
די דין איז ביי עדים זוממים, כאשר זמם ולא כאשר עשה, אם הרגו אין נהרגים. איך זאג ענק אז אלע עדים זוממים וואס האבן גורם געווען מיתה זענען נהרגים, קען איינער זאגן פארוואס און ווער איז דער מחדש פון די שיטה?

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:48 pm
דורך בן תמליון
ודי למבין האט געשריבן:תולעים שבבשר, מורנא דבישרא (רמב"ם מאכלות אסורות פ"ב הי"ז, עיין אבני נזר או"ח סימן תפ"ג אות ד)


יא געוואלדיג. די גמרא איז אין לעצטן בלאט פון אלו טריפות.