בלאט 6 פון 13
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:58 am
דורך אורח
אךשמח האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!
דער שב ואל תעשה פון רבי'ן איז דער גרעסטער אינדיקעטער וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי מאכן אן עירוב אין ווילי.
איך האב ממש לעצטנס געהאט א שמועס מיט א תלמיד פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און אים געפרעגט איבער דעם עירוב פרשה און וואס זיין רבי האט געהאלטן, האט ער מיר געזאגט אז זיין רבי ר' מ"ד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון מאכן דעם עירוב (ווי מען האט געוואלט איינרעדן דעם עולם) און אויך אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אים שטארק געשטופט דערצו, נאר ער איז שוין נישט געווען ביי די כוחות און האט עס ליידער נישט אויסגעפירט.
פאר א בעלזער קענסטו פארקויפען די לאשקען
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 9:27 am
דורך יידל
אורח האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!

קוק ווער ס'רעדט...
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:28 am
דורך דולה ומשקה
איך וויל נישט מאריך זיין דא אבער דאס איינע זאך וויל איך יא זאגען:
אז דער אינטערנעט פראבלעם וואלט נישט צושאנד געקומען ווען נישט א פאהר מהרסים האבען אויף געשטעלט א עירוב. דאס איז מיר ברור כשמש. דער עירוב איז געוועהן דער שורש פורע ראש ולענה. ווען מ'וואלט זיך דעמאלס מער פארלייגט אין מבטל געוועהן דעם עירוב וואלט אונז נישט היינט צו טאג געטרינקען פון חזיר-פעטענס האט קאפס, אנגעפילט מיט ווערים וואסער, צוגעגעסן ווערימיגע סטראבעריס אדער ראזינקעס, אין נישט געשלאפען אויף א מאדראץ וואס איז שטנז לכל הדעות, די פרויען וואלט נישט געטראכט פון טראגען א שייטל דאס איז דאך ממש עבודה זרה, עבירה גוררת עבירה איז מען ליידער אנגעקומען צום אינטערנעט.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:36 am
דורך איך אויך
דולה באקומסט דעם קאמידיען אופ די יאר עווארד.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 11:42 am
דורך לעמיל
[quote="דולה ומשקה"]איך וויל נישט מאריך זיין דא אבער דאס איינע זאך וויל איך יא זאגען:
אז דער אינטערנעט פראבלעם וואלט נישט צושאנד געקומען ווען נישט א פאהר מהרסים האבען אויף געשטעלט א עירוב. דאס איז מיר ברור כשמש. דער עירוב איז געוועהן דער שורש פורע ראש ולענה. ווען מ'וואלט זיך דעמאלס מער פארלייגט אין מבטל געוועהן דעם עירוב וואלט אונז נישט היינט צו טאג געטרינקען פון חזיר-פעטענס האט קאפס, אנגעפילט מיט ווערים וואסער, צוגעגעסן ווערימיגע סטראבעריס אדער ראזינקעס, אין נישט געשלאפען אויף א מאדראץ וואס איז שטנז לכל הדעות, די פרויען וואלט נישט געטראכט פון טראגען א שייטל דאס איז דאך ממש עבודה זרה, עבירה גוררת עבירה איז מען ליידער אנגעקומען צום אינטערנעט.[/quote
עס שטעלט זיך נישט אפ דא...... די נעקסטע סטעף איז מ'וועט אויסטרינקען די נעגל וואסער און דעמילטס וועלין מיר טאקע זיין אין טראבעל
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:04 pm
דורך איך לאך
פינטאו האט געשריבן:איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!
יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?
אויף רודני סט. איז געווען דלתות
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:11 pm
דורך אךשמח
אורח,
איך האב נישט געהערט פון איינעם וואס האט גערעדט מיט דעם תלמיד, נאר איך אליינס האב געהאט די זכי' צו רעדן מיט אים און ער זאגט אז ער האט געהאט שייכות מיט ר' מיכאל בער איבערן עירוב, און ער רעדט מיט ווייטאג איבער די ליגנס וואס ווערן פארשפרייט אין שטאט.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2012 12:14 pm
דורך דולה ומשקה
איך לאך האט געשריבן:פינטאו האט געשריבן:איש חסיד האט געשריבן:אמת אז ביי די עירוב ראדני האבן טאקע אויך מענטשען געטראגן, אבער לכתחלה די טעם פארוואס מ'האט עס געמאכט איז געווען פאר די גוים! און היות ענק האבן געשריבן דעמאלטס אז הגאון ריח"מ שליט"א איז אויך מסכים צום עירוב וועגן ער מאכט אויף ראדני סט. האט ער עס געהייסן מבטל זיין!
יארן לאנג האבן זיך טויזענטער אידן זיך באנוצט דערמיט, פארוואס האט מען קיינמאל נישט מוחה געווען דערויף?
אויף רודני סט. איז געווען דלתות
די דלתות האט מען ארויף געשטעל אין די גסיסה יארען, אסאך שפעטער.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 12:25 am
דורך יידל
יאנקל האט געשריבן:די דלתות זענען פאקטיש אומפארשעמטערהייט ארויפגעשטעלט געווארן נאכדעם וואס די מערכה קעגן דעם עירוב האט זיך אנגעהויבן.
און ווען עס איז געווארן צי הייס האט מען אראפגענומען די דלתות און אומפארשעמטערהייט געשריבן אז די עירוב איז אלע יארן נאר געווען פאר די גויים וועלכע שלעפן די פארענטשעס..
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2012 7:14 pm
דורך הקטן
אורח האט געשריבן:אךשמח האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:דאס אז די רבי האט אוועקגעשטעלט אין אמעריקע "אלעס" וואס א אידישע שטאט דארף צו האבן, און אלעס מיינט אלעס! נאר דעם עירוב האט ער אויסגעלאזט!
דער שב ואל תעשה פון רבי'ן איז דער גרעסטער אינדיקעטער וואס דער רבי האט געהאלטן לגבי מאכן אן עירוב אין ווילי.
איך האב ממש לעצטנס געהאט א שמועס מיט א תלמיד פון ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל און אים געפרעגט איבער דעם עירוב פרשה און וואס זיין רבי האט געהאלטן, האט ער מיר געזאגט אז זיין רבי ר' מ"ד האט קיינמאל נישט צוריקגעצויגן פון מאכן דעם עירוב (ווי מען האט געוואלט איינרעדן דעם עולם) און אויך אז דער סאטמארער רבי זצ"ל האט אים שטארק געשטופט דערצו, נאר ער איז שוין נישט געווען ביי די כוחות און האט עס ליידער נישט אויסגעפירט.
פאר א בעלזער קענסטו פארקויפען די לאשקען
אין קונטרס החוט המשולש - וואס איז תולדות פין הרב יעקב יצחק ניימאנן זצ"ל, געדריקט דארך פאפא ווערט געברענגט א שמועס וואס דער רב האט געזאגט חודש אלול תשס"ה אין די פאפא בית הוראה:
"... דער רבי האט מיר אמאל פארציילט: ער איז אמאל אריין צום סאטמאר רבי זצ"ל בנוגע מתקן זיין אן עירוב דאהי. האט מיר די סאטמאר רבי געזאגט איך קען דאס מאכן, אבער איך זאל דאס נישט מאכן אינגאנען אליין, נאר איך זאל מיטנעמען מיט מיר אנדערע, ווייל דא אין אמעריקע איז נישט זיכער ווי לאנג מען וועט בלייבן און די זעלבע שטאט, (אין די עירוב וועט בלייבן אן השגחה) און די רבי איז טאקע געגאנגען למעשה און געקלעטערט מיט די קינדער יבלחט"א ועד רבנים"
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:20 pm
דורך הקטן
יאנקל האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:
אין קונטרס החוט המשולש - וואס איז תולדות פין הרב יעקב יצחק ניימאנן זצ"ל, געדריקט דארך פאפא ווערט געברענגט א שמועס וואס דער רב האט געזאגט חודש אלול תשס"ה אין די פאפא בית הוראה:
"... דער רבי האט מיר אמאל פארציילט: ער איז אמאל אריין צום סאטמאר רבי זצ"ל בנוגע מתקן זיין אן עירוב דאהי. האט מיר די סאטמאר רבי געזאגט איך קען דאס מאכן, אבער איך זאל דאס נישט מאכן אינגאנען אליין, נאר איך זאל מיטנעמען מיט מיר אנדערע, ווייל דא אין אמעריקע איז נישט זיכער ווי לאנג מען וועט בלייבן און די זעלבע שטאט, (אין די עירוב וועט בלייבן אן השגחה) און די רבי איז טאקע געגאנגען למעשה און געקלעטערט מיט די קינדער יבלחט"א ועד רבנים"
די מעשה איז מיר נישט קלאר. האט דער פאפא רב טאקע דעמאלס געשאפן א ועד הרבנים? ווער זענען זיי געווען?
(אגב, שלום עליכם ר׳ הקטן. ועליו הכתוב אומר זה הקטן גדול יהיה.)
אין די בריוו וואס פאפא רב אין ב.פ. האט געשריבן פאר רבי חיים לייב פאר די ב.פ. עירוב שרייבט ער וועגן זיין טאטען:
"...ובסוף ימיו השתדל בעצמו בעשיית העירוב בוויליאמסבורג ושלח את אחי הגדול שליט"א לסובב לבדוק את העירוב, יחד עם הגה"צ מהאליין שליט"א ועוד רבנים חשובים..."
בדרך אגב ווייזט דאס ווי לעכערליך די טענה פין די מתעקשים "מע-סוי-רע"
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 5:54 pm
דורך שמואל שלום שלמה
איז שעיפער לענדינג אין וויליאמסבורג בכלל העירוב?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:22 pm
דורך קלאר
איך גלייך זייער ווי די זאליס וועלכע ווילן פארדעקן זייער אומאראלישע אויפגעפירעכטס מיטן שיקן בחורים נאכשרייען נשים וואס טראגען מיטן עירוב
זענען זיי ביזי אראפצורייסן ר' אהרן וועלכע הייסט נישט שרייען ''ווייל ער איז נישט דער פילאט''
ר' אהרן איז קיינמאל נישט געווען אזא פילאט ווי זייט ער איז געווארען זעלבסשטענדיג, קוק וויפיל פראיאקטען ער האט דערליווערט זינט ער איז זעלבסטשענדיג
אין ווי משועבד ער איז געווען (צו דעם וואס האט אויפגענומען ר' זלמן לייב פאר רבי) ביז ער האט זיך פין אים אפגעלאזט
ר' אהרן'ס גאנצע כח בעבר איז נאר געקומען דורך יענעם וועלכע האט אמאל געפירט די וועלט, אין ער איז געווען נכנע אינטער אים, (פינקטליך אין ווען אין פארוואס וועל איך דיסקאסירן אין 'צימעס' ווען מיין צייט וועט ערלויבען)
לדוגמא, ר' אהרן האט ביז תש''ס נישט געקענט ערלעדיגט אז מ'זאל מאכען סיי וועלכע שינוים אין די ישיבה אין קרית יואל ווייל 82 האט ג'טענה'ט אז עס איז דא וויכטיגערס ווי דעם אויפן טיש, די ק''י ראה''ק האבען נישט געקענט פועל'ן ביי דעם משלח ער זאל נישט טוהן וואס ער האט געטוהן מיט ילד שעשועים,
אוודאי היינט צו טאגס שפאנט מען איין אלע פראפאגאנדע צו פארטושן די מוחות, אבער קיין מציאות קען קיינער נישט טוישן
לענינו,
פאר די זעלבע סיבה פארוואס סאטמאר האט קיינמאל נישט איינגעפירט מ'זאל נאכשרייען די וויזניצער וועלכע טוהן שוין מלאכות פאר די 72 טראץ וואס זיי זענען אין וומ''ס אסאך א קלענערע מיעוט ווי די קהילות וואס טראגען מיט די עירוב, טראץ וואס זיי האבען שוין געטוהן מלאכות בפרהסיא אין צומאל להכעיס אסאך בעפאר די סאטמערע מחלוקה האט אויסגעבראכען
דאן פארוואס זאל סאטמאר הייסן נאכשרייען די וואס טראגען מיטן עירוב
נאכדערצו אז עס גרעניצט זיך מיט אזעלכע נידריגע מעשים, אזש מ'האט שוין אראפגעצויגן א שייטל פין א פרוי פארענט פין קינגס טערעס
מיין גרעסעט שאלה איז צו די בעלי דרשנים וואס העצען די יוגענט צו שרייען, ווי זענען זיי אליינס? האט איר זיי אמאל געזעהן שרייען?
אין פארוואס טאקע זעהט מען נאר אזא שוואכע מספר שרייערס, פין ווי ווייסן די אלע בחורים אז די בעלי דרשנים מיינען בלויז פאליטיק אין שנאה?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:27 pm
דורך לעמיל
קלאר האט געשריבן:\
מיין גרעסעט שאלה איז צו די בעלי דרשנים וואס העצען די יוגענט צו שרייען, ווי זענען זיי אליינס? האט איר זיי אמאל געזעהן שרייען?
אין פארוואס טאקע זעהט מען נאר אזא שוואכע מספר שרייערס, פין ווי ווייסן די אלע בחורים אז די בעלי דרשנים מיינען בלויז פאליטיק אין שנאה?
איך גיי נישט אריין און די סאטמערע פאליטיק
(עס אינטערסירט מיך ווי די פאר יאריגע שניי) און נישט אין די ערוב פאלטיק אבער איך האב שוין געזעין מער ווי איינמאל און מער וויי איינס פון די חשובע רבנים ביי סאטמער מהרז"ל שרייען שבת
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:31 pm
דורך קלאר
לעמיל האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:\
מיין גרעסעט שאלה איז צו די בעלי דרשנים וואס העצען די יוגענט צו שרייען, ווי זענען זיי אליינס? האט איר זיי אמאל געזעהן שרייען?
אין פארוואס טאקע זעהט מען נאר אזא שוואכע מספר שרייערס, פין ווי ווייסן די אלע בחורים אז די בעלי דרשנים מיינען בלויז פאליטיק אין שנאה?
איך גיי נישט אריין און די סאטמערע פאליטיק
(עס אינטערסירט מיך ווי די פאר יאריגע שניי) און נישט אין די ערוב פאלטיק אבער איך האב שוין געזעין מער ווי איינמאל און מער וויי איינס פון די חשובע רבנים ביי סאטמער מהרז"ל שרייען שבת
וועם האסטו געזעהן?
איך האב שוין גענוג געוואקט לעבן ר' זלמן לייב פילאף ווען א יונגערמאן מיט א טלית האט געטראגען אויף בעדפארד אין ער האט עס איגנארירט (ביי די קעריזשעס האט ער דאך זיכער נישט באמערקט..)
די זעלבע האב איך געהערט אויף ר' שלמה לייב וויינבערגער אין ר' מנשה פרידמאן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:32 pm
דורך יידל
יא, לעמיל זאגט אמת. און די ערשטע יארן פון די מערכה פלעגט הגרז"ל פילאפף און הגרש"ל וויינבערגער שרייען בכבודם ובעצמם. שפעטער האבן זיי אויפגעהערט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:37 pm
דורך טאמבל סאס
אין די ערשטע יאר האב איך געזען הגרז"ל פילאפ אדורכגיין א פרוי מיט א באגי, און אויפהייבן אזא געשריי אויף איר, מיט א קול וואס כ'האב נישט געחלומ'ט אז ער פארמאגט אפילו.. ס'האט בכלל נישט געשטימט מיט זיין קערפער מאס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 12:38 pm
דורך קלאר
יידל האט געשריבן:יא, לעמיל זאגט אמת. און די ערשטע יארן פון די מערכה פלעגט הגרז"ל פילאפף און הגרש"ל וויינבערגער שרייען בכבודם ובעצמם. שפעטער האבן זיי אויפגעהערט.
אפשר איז דעמאלסט געווען א צורך שעה
ווייל ר' אהרן האט געזאגט אז מ'דארף נישט שרייען
אנדערש פארשטיי איך נישט פארוואס דעמאלטס איז עס געווען א א מצוה אין היינט נישט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 7:35 pm
דורך רומני
מחאה איז בדרך כלל,,,, א מצוה פאר יודען וואס השי"ת קאכט זיי אין דע בלוט אין זענען מקיים אלע מצוות עשה אין ל"ע,אבער היות ווי עס קוקט אויס איז דאס איבערגעגעבען געווארען ליידער פאר אלע מנוולים אין חזירים וואס באמערקען יעדען קעריטש דריי בלאקס אוועק,, אין אפילו א קליין מחזור אין דע האנט פין א מיידעל בעיצומו של יום הכיפורים,,,,,אין דע זענען די מוחים ?????
בכגון דא וואלט רביה"ק זי"ע אויסגעשריגען בקול חוצב להבות אש.......מי ביקש זאת מידכם רמוס חצירי......זיצט אינדערהיים אין זייט אייך נישט מטמא די אויגען..........
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 3:45 am
דורך [NAMELESS]
געהערט דעם יו״ט אז סאיז געווען א פלאן אז ר׳ אהרן ט״ב זאל מתיר זיין די עירוב און וומסב״ג, די סיבה דערצו האט געדארפט זיין אז סאיז נישט מעגליך פאר א פרוי צו זיין איינגעשפארט אין די קליינע דירות, סאיז אבער נישט געשעהן
סאיז דא וואס זאגן אז רבי געציל איז נישט מסכים, איך קוק עס אן זייער פאזעטיוו, איך גלייב נישט רבי געציל קען אים שטערן אדער אז ער רעכענט זיך אפילו מיט אים.
קען איינער מברר זיין וואס פונקטליך דארט איז געוועהן?
גייט ער עס נאך מתיר זיין?
הלוואי....
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 9:50 am
דורך שמעון וואלף
עזריאל, אויב דארפסטי צוקומען צו זיין היתר ביסטי א גרויס רחמנות. דא אין שטיבל שטעלסטי דיך אהער אלץ איינער וואס שרעקט זיך נישט אויסצושרייען דעם אמת אבער יעצט זעה איך אז אין ריעל לייף ביסטי איינגעמאכט.
ס'דא גענוג רבנים וואס זענען מתיר דעם עירוב לכתחילה, און טאמער זיכסטי אויף וועם זיך צו פארלאזן דארפסטי נישט ווארטן פאר א ברענד נעים ווי מהר"א.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 09, 2015 11:52 am
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וואס די ווילסט מיט דיין תגובה חוץ א לייק....
נשלח: זונטאג אפריל 12, 2015 12:43 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:עזריאל, אויב דארפסטי צוקומען צו זיין היתר ביסטי א גרויס רחמנות. דא אין שטיבל שטעלסטי דיך אהער אלץ איינער וואס שרעקט זיך נישט אויסצושרייען דעם אמת אבער יעצט זעה איך אז אין ריעל לייף ביסטי איינגעמאכט.
ס'דא גענוג רבנים וואס זענען מתיר דעם עירוב לכתחילה, און טאמער זיכסטי אויף וועם זיך צו פארלאזן דארפסטי נישט ווארטן פאר א ברענד נעים ווי מהר"א.
שמעון וואלף: ניין. אבער די נקודה איז אז אויב סתם א רב איז עס מתיר איז נישט קיין חידוש. וואס ס'וועט באמת זיין א באמבע איז, אז מהר"א וועט עס אפיציעל מתיר זיין. נאר איך מיין אז מהר"א פארטראגט זיך זייער גוט מיט ר' געציל. און אפילו ווען ער האט איהם געצה'ט אז ער זאלל נישט מתיר זיין האט ער געמיינט אז ס'לוינט נישט פאליטיש. נישט ווייל ס'איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה...!