בלאט 6 פון 7
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:26 pm
דורך עסקן בדברים
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.
I don't think this is a correct interprtation of the halachic norm. Rabbonim have in all generations done what is in their power to enforce takanos
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 1:44 pm
דורך יואליש
עסקן בדברים האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אבער עס איז נישט די פליכט פון די רבנים אדער עסקנים צו אינפארסירן זייערע תקנות. השי"ת האט געגעבן פאר יעדן מענטש זיינע נסיונות מיט א בחירה, און די בחירה ליגט אויסשליסליך אויפן מענטש אליין. רבנים הגאונים זאלן מחזק זיין און זאגן דברי מוסר, און מצד שני מחזק זיין און ארויסברענגען די פאזיטיווע זייט פון אידישקייט, כדי אריינצוגעבן א חשק צו טון די זאכן מרצון, און דערנאך לאזן דעם מענטש אליין טון וואס ער פארשטייט, אויף וואס ער אליין וועט אפגעבן דין וחשבון נאך די 120.
I don't think this is a correct interprtation of the halachic norm. Rabbonim have in all generations done what is in their power to enforce takanos
ConclusionFrom the above analysis one can see that
as halakha tries to adapt itself to the realities of its day, it must contend not only with past precedent but also with the social and ethical fabric of its time. This, in my opinion, is the best way to explain the various positions that Rabbis in different times and places, whether 14th-century Spain or 16th-century Poland, took with respect to capital punishment and dismemberment, respectively. The sources remain the same, from Rav Huna's hand chopping to Rav's lashes, but
it is the social, historical and ethical constructs of a given community's [worldview] that ultimately determines the course of its pesak.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:07 pm
דורך בעריש
שמעקעדיג האט געשריבן:פאלגענד זענען עטליכע שו"ת וואס דער רבי שליט"א האט פארענטפערט לרבים השואלים את הדרך ילכו בה:
(וענו השואלים: יישר כח, רבי, איר דערלייכט אונז די אויגן! ונשקו על ידיו הקדושים, ויצאו מביתו נאוה קודש)
און וואס זאגט דער רבי אויף די טענה אז האבן די אינטערנעט און שטוב ווי סאיז דא קינדער עפענט עס פאר זיי א נייע וועלט מיט נסיונות בשעת ווען זיי האבן נאך נישט די כוחות זיך צי שלאגען דערמיט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:20 pm
דורך נולד מאוחר
וועלכע ניסיונת האבן קונדער אויפן וועב?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:40 pm
דורך דעת תורה
יואליש, טו א טובה לייג ארויף דעם פי די עף פונעם מאמר וואס דו האסט צוגעלינקט, איך קען עס נישט דאונלאודן. (ווער איז דער שרייבער?)
לעניננו, ווער רעדט דען דא פון געבן מלקות, מען טוט וואס איז היינט די נארמע צו טון כדי צו אינפארסירן יעדע אידישקייט זאך. באקוקן דעם טאטן'ס קאמפיוטער איז ווייניגער אפענדינג ווי א פרוי זאל קומען קוקן צי מען איז אפגעשוירן. און די זאך פון אריין דרינגען אין איינעמס פריוואטן אנליין לעבן איז בכלל נישט אויסגעשלאסן ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וואס ווילן קענען קוקן אימעילס אן א ווארענט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:52 pm
דורך יואליש
כ'האב זיך באצויגן צו די טענה אז מ'האט אלע דורות אזוי געטוהן, האב איך צוגעצייכענט אז א סורוועי פון פוסקים פונעם תלמוד ביזן מיטל אלטער תשובות צייגט אז דאס איז אזאך וואס טוישט זיך לויטן צייטגייסט.
לויט דעם, איז די פרעצענדעט אז אויב וויל מען עפעס איינפירן ווערט עס געמאסטן און באיינפלוסט לויט די עמפידליכקייטן פונעם רוח החיים אין יענע תקופה. ממילא איז גילטיג די שאלה וואס די ציבור פון היינט וויל. קיינער קען יעצט נישט קומען אויסהאקן אויגן ווייל ס'איז דא א פרעצעדענט אין הלכה. די בדיקות של ראש ביי נשים איז בבחינת זו ואין צריך לומר זו. ס'איז די זעלבע שאלה.
(דער שרייבער פונעם עסיי איז זאב פארבער. איך ווייס נישט וויאזוי אריבערצופירן די פי די עף. פילייכט קען זיך איימיצער מרחם זיין. אדער בעט זשעי נעט בעצם היום ער"ח סיון זיי זאלן דיר עפענען די תורה סייט...)
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 2:55 pm
דורך הוגה
באקומען אין אישי סתם ליצנות:
Monsey upcoming Internet asifa!
$6,500 to rent stadium, 6000 seats,
$10.00 per seat =$60,000
Now make the Calculation!!
$53,500 profit.
it's not about the money right? It's about saving Jewish souls ...
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:03 pm
דורך דעת תורה
נישט איך האב עס געשריבן, אבער ער האט א פוינט. איך מיין אז אפילו דער ארטיקל וואס דו ברענגסט רעדט נאר פון די מיטלען, נישט פון דעם עצם קאנצעפט פון פרובירן צו אינפארסירן די מצות התורה דורך צוואנג, וואס אויבן אויף על פי הלכה איז דא א חיוב אויף בית דין אזוי צו טאן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:17 pm
דורך יואליש
דעת תורה האט געשריבן:נישט איך האב עס געשריבן, אבער ער האט א פוינט. איך מיין אז אפילו דער ארטיקל וואס דו ברענגסט רעדט נאר פון די מיטלען, נישט פון דעם עצם קאנצעפט פון פרובירן צו אינפארסירן די מצות התורה דורך צוואנג, וואס אויבן אויף על פי הלכה איז דא א חיוב אויף בית דין אזוי צו טאן.
ס'איז דא מצות עונשין אויך. די נקודה איז אז רוח המקום באיינפלוסט די מעטאדן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 3:22 pm
דורך איחוד פעלד
עס גייט ארום יעצט א קאל וואס זאגט אז קינדער ווערען בשום אופן נישט ערלויבט צו קומען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:06 pm
דורך קאווע טרינקער
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:25 pm
דורך לעיקוואד
מיין דרשה צו'ם כינוס הקדוש (היות סהאט זיך אריינגעכאפט אזוי שטילערהייט אין א אשכול העוסק בענינים אחרים, צייכען איך עס צו אין די אינטערנעט אשכולות)
viewtopic.php?p=112816#p112816
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:08 pm
דורך דעת תורה
@יואליש, פאסט נישט פאר דיר. מצוות עונשין גייט בכלל נישט אן ביי א בית דין שאינו סמוך, וכל מה שעושין הוא מחמת בית דין מכין ועונשין שלא על פי תורה.
מיט די מעטאדן חלק ביסטו אפשר גערעכט, אבער דער עיקר קאנצעפט - אויב איז טאקע דא א חיוב אויף א מנהיג צו צווינגען זיינע שאף צו האלטן די תורה (פשטות איז דער חיוב ערבות אויף יעדן יחיד, כרגע בין איך נישט קלאר אין די נושא) - פון אינפארסירן די דיני התורה - כמובן על הצד אז די מערכה איז על פי תורה - קען זיך נישט טוישן לויט די אומשטענדן.
און לעצם די מעטאדן פון ברעכן איינעם'ס אנליין פרייוועסי איז בכלל נישט מופרך בדורנו ווען די געזעץ אינפארסירער נוצן דעם מיטל אויף א רעגולערן באזיס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:36 pm
דורך זר זהב
וואס איז שלעכט מיט דעם? דא זעה איך פילטערס פאר ענדרויד אויך.
photo-9.jpg
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:38 pm
דורך שעפטל
ס 'איז פריי דאכצעכמעך
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:50 pm
דורך לעמיל
ווער גייט לייגען לייוו אופדעיטס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:57 pm
דורך לעיקוואד
סקאסט געלט.
http://vcf.co.il/vcf/downloadאגב, קען איינער מסביר זיין פארוואס מדארף אזוינע אסיפות ווען יעדער קען זיך אליינס דאונלואדען די פילטער פונ'ם אינטערנעט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:07 pm
דורך לעיקוואד
דער פילטער ארבעט אויף א cloud, איך בין נישט דער גרויסער טעקנישאן, אבער איך פארשטיי אז דאס מיינט פילצאליגע פרייוועסי פראבלעמן, יבואו המבינים את הענין ויסבירו כאן.
ולפלא, דורכקוקענדיג די גאנצע וועבסייט זייערע, זעה איך נישט אין קיין שום פלאץ קיין פרייוועסי סטעיטמענט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:20 pm
דורך gehlungen
לעיקוואד האט געשריבן:סקאסט געלט.
http://vcf.co.il/vcf/downloadאגב, קען איינער מסביר זיין פארוואס מדארף אזוינע אסיפות ווען יעדער קען זיך אליינס דאונלואדען די פילטער פונ'ם אינטערנעט?
Is it on KOL MEVASER ?
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:53 pm
דורך קאווע טרינקער
יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:14 pm
דורך לייבעלע
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט באקומען א רוף: טיייערע ערליכע אידן, ביטע גייט נישט צום כינוס, התחברות לרשעים... ווכו'
איך האב אויכעט ערהאלטען א ענליכע טעלעפאון קאל, טייערע אידען, גייט נישט צו דעם כינוס, צוזאמען מיט די אגודיסטען,
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:18 pm
דורך לייבעלע
יעצט קאלען זיי נאכאאמל, אז אלע זיץ פלעצער אין מאנסי איז אויספארקויפט, און מען וועט צישטעלען נאך פלאץ אויף בענקלעך,
אויך פאר די נשים צדקניות שטעלט מען צו א לייוו ווידעאו (הש' ישמרינו ויצילינו) אין זאל פון עטרת חיה שרה\סאטמאר מאנסי, לכתחילה האט מען געבעטען פאר דעם 12 דאלער, אבער מען האט עס אראפגענידערט אויף 8,
עס פארען ארום באסעס פון אלע גאסען. די וועטער קוקט אויס גאנץ פיין דערווייל, ס'נישט ערווארטעט ערנסטע רעגען.
איך פרעג פריער א איד, גייסט נישט? זאגט ער, ניין,כ'על עס וואטשן לייוו אויפן אינטערנעט...........
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 7:21 pm
דורך לייבעלע
נאך א פאון קאל יעצט, עס איז דא אויך א כינוס אין לייקוואד (נישט דער ניק) און מען שטעלט צו פאר די נשים א לייוו פרעזענטאציע אין עטריום זאל פון יענעם כינוס.