בלאט 6 פון 19
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
smart האט געשריבן:די מלמדים האבן נישט מורא פאר זייער דשאב???
זענען זיי משיעגע? מילא ציצערמאן דעס איז דאך זיין פרנסה ער גייט ארום נאך געלט פאר דעם. אבער וואס איז פשט פון די מלמדים..
איך פארשטיי עס אויך נישט. אויך , וואס איז פשט אז די עלטערען שטערט נישט אז אזעלעכע מענטשען זענען זייעערע קינדער'ס מלמדים
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 12:47 am
דורך רויטע וואנצעס
וודיאו פון די תו"א מחאה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=i7b30Qp4Gkw[/youtube]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 1:59 pm
דורך קרעקער
למעשה איז ער א העלד
ער שעמט זיך נישט און שרייט אויף די גאס קעגען א באקאנטע אדמור
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 3:14 pm
דורך שמעקעדיג
א העלד ווי אמ"ג....
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 12:00 am
דורך דער (פינטעל) איד
דער איר אלטער פראגע מהיכן ירק זה חי ? אז מ'איז פארנומען א גאנצן טאג מיט פראטעסטן וויאזוי לעבט מען ? דא האט איר דעם ענטפער...
און אגב דער וויץ פון הרב גאלדשטיין איז גאנץ גוט דארט
http://youtu.be/eljGWA3e8lw?t=9m
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 6:15 pm
דורך פרישער
בשורה טובא תדשן עצם
היות עס האבן זיך פארמערט לעצטענס געפעכצן צווישען פריינט, חסידות'ן, משפחות, לענדלארד'ס, און עס ווערט שווערער זיך צו א עצה געיבן מיטן צד שכנגד, ווילן מיר דא מודיע זיין דעים חשוב'ן ציבור, אז מיר זענען א גרופע ערליכע פירמטשיקע אינגעלייט, און מיר וועלן אייך שטיין צו די האנט, פאר א מינימאלע אפמאל.
אינזערע סערוויסעס זענען בעיקר געבויט אויף צי לייגען איבריגע געוויכט, אז דער צד שכנגד זאל זיך ברעכן, מיר זענען גרייט פיר און צוואנציג שעה און טאג זיבן טאג א וואך, מיר האבן אלע נויטיגע כלים, מיר האבן הויעך הילכער, און שרייבער, און אייגענע פרינטער'ס פאר כל ערליי כתבי פלאסטר וואס מען קען דרינגענד ברויכן, אויך האבן מיר נאנטע באציאינגען צי אלע רבנים און שענערע אידן.
מיר קענען אנצייגן אויף צעינליגע ציפרידענע קליענטען, ווי מערכות עירב, און האטעל, תולדות אהרן, גל פז, פרעס טראק, און נאך.
גלייכצייטיג ווילן מיר מעלדן אז מיר האבן עפענינגען פאר געוויסע פאזיציא'ס ווי מענער מיט באוואסע שטימעס, גרויסע צישטרויבלטע בערד פארגעצויגן, דרייווערס צו צישפרייטן פאשקעווילן, מיר צאלן גיט, אלעס מזומן מששת ימי בראשית.
מיר ווילן טאקע ביי די געלעיגענהייט מפייס זיין די אלע וואס מיר רודפן, מיר האבן גארנישט פערזעינלעך קעיגן אייך, מיר טיען דאס נאר ווייל מיר מיזן שפייזן אינזערע שעיפעלעך, מיר האבן קעיגן אייך גארנישט, מיר זענען ארבייטער, איר ברויכט אויסגעיבן אייער כעס אויף די וואס צאלן אינז, ואיתכם הסליחה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 3:56 pm
דורך הבא ללמד
עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:10 pm
דורך שושן פורים
הבא ללמד האט געשריבן:עטס קענסט זאגען וואס עטס ווילסט.... איך הייב מיין הענט פאר דעים יואל צימערמאן ער האט געוויזען אז ווען ער שרייט שטעלט ער אלע רבנים אויף דע פיס אנגעהויבן פין ר' זלמן לייב גענדיגט ביי דע רבני עדה החרדית
ני פרעג איך ענק האט ער נישט קיין כח?
האלט דיין הענט זייער הויעך , און האב שוין אינזין דערביי בין לאדין , סאדאם כוסעין , און היטלער ,
זיי האבן אויך באוויזן צו שטעלן אויף די פיס אלע וועלטס פירער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:21 pm
דורך הבא ללמד
@שישן דע אלע וואס די רעכענסט דא אויס זענען געווען וועלטס פירער כאטש זיי איך פארמינער נישט זייערע רשעות, דא רעד מען אבער פין א טראציגע אינגערמאן וואס דע איינציגסטע זאך וואס ער קען איז שרייען, קימט זיך נישט א האנט פאר אזא איינעם?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:23 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט זיכער עס קומט אים א גאנצע האנט, א פינגער דעזערווד ער זיכער.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 7:31 pm
דורך דעת תורה
בין לאדין איז געווען בערך אזא וועלט'ס פירער ווי להבדיל צימערמאן. ער'ט כאטש געהאט אפאר טאלער אין די זייט...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 3:56 am
דורך סאשי פיש
א געוואלדיגע ווידיא פון צימערמאן, ביים עבודת הקודש, דאסמאל איז עס אין א שול ווי ער איז מבער אלע ספרים וואס געפעלען אים נישט,
ער קראצט, און מעקט, און שרייבט אן!!!
עס איז א מאסט צו זען!!
https://www.dropbox.com/sh/3tp0fqlht9t08yn/zYvNSIsPGU
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 9:20 am
דורך קאווע טרינקער
מ'דארף עפענען א קעיס קעגען אים, וואס וועט פארלאנגען אז א שומר זאל אים באגלייטן 24/7 ביז דעם אפעטיט וועט אים דערגיין.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 10:56 am
דורך פרישער
ער איז געוועין דער יעניגער וואס פלעיגט אנשרייבן אלע בעסקיסעס, אז דער עולם זאל נישט פארקויפן דעים נשמה פארן שטן, ווער עס געדעינקט, מען האט אים דאן געכאפט שווארץ האנטיג, און מען האט אים געסטראשעט מיטן לעיבן, אזוי האט זיך עס דאן אויפגעהערט, היינט ציטאגס ברשות הרבנים האט ער א פרייע האנט, ער ווערט ניטאמאל ציטאמעלט ווען מען כאפט אים, ער גייט ווייטער אן כלו היה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 11:22 am
דורך קרעקער
די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל
פחד!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 2:47 pm
דורך סאשי פיש
כינוס לרשעים רע להם ורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמועסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און וואו מען גייט פראטעסטירען!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 2:48 pm
דורך חנניה זרח שטיגליץ
האסט זיך אונטערגעהערט אז דו זאגסט עס מיט אזא זיכערקייט? איך פארשטיי אז ס'איז א גוטע בילד אבער דיינע הגה"ס מאכן נישט קיין סענס, בעסער עס ווייטער סושי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 4:15 pm
דורך גנדי
סאשי פיש האט געשריבן:כינוס לרשעים רע להםורע לעולם!!!
צימערמאן טרעפט זיך מיט הערשל קלאר!!! מען שמוסט אדורך די פירצות אין וויליאמסבורג!! און ווי מען גייט פראטיסטירען!!
ב"ה ענדליך שוין זוכה געווען צו זעהן ווער עס איז הערשל קלאר!!!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:15 pm
דורך ידען
סיז דא א פראטעסט אין וויליאמסבורג קעגען קאנטינענטעל האל ווייל אברהם סלאנים איז דארט.
מן הסתם אז סיז דא א פראטעסט איז צימערמאן די טשעירמען..
ווער האט בילדער?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 12:10 am
דורך קאווע טרינקער
איך דארף א ליסטע פון די משתתפי העצרת.
ציממערמאן זעה איך אויפן קליפ, ער שרייט צו זיין געטשקע (נישט דער זעלבער גאט וואס האט געגעבן די תורה פארציילט מיר)
ווער נאך?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:42 am
דורך חביבי
איך פארשטיי נישט די פראבלעם מיט צימערמאן וועם שטערט ער אדרבא איך האב הנאה ער קופט מיך ביזי אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס אין אינמיטען די וואך ווען איך בין דאון אין ער לעבט מיך אויף שטעלטס ענק פאר וויאזוי וויליאמסבורג וואלט אויסגעקוקט אן דע חברה קודם וואלט געווען זייער זייער זייער אסאך קדושה פראבלעמס עס וואלט געווען א טמא׳נה שטאט אין נאכדעם וואלט עס געווען א דיפרעסטע שטאט אן קיין עקשען בקיצור מען דארף קוקען אויף יעדע זאך פאזעטיוו ער איז די בריח התיכון פון אינזער שטאט :
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:39 am
דורך סאשי פיש
[tag]ידען[/tag] דא האסטו בילדער, און ווי אזוי דו האסט פאראויס געזאגט איז צימערמאן די אנפירער.
מערק אן אויף די רעכטע זייט ווי איינער שרייט און ווארענט אן א בחור!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 8:48 am
דורך כתר מלכות
קרעקער האט געשריבן:די פראבלעם איז אז אין ווילאמסבורג איז ער דער חשובער יונגעמאן און הרב לאבין וואס האט געגעבען א ניר פאר א אנדערען יוד איז א אויפגעקלערטער און משכיל
אבי גערעדט, אין גם אחד וואס איז אים מחשיב, און פאקט איז ער דער משוגענער פון שטאט. ר׳ אשר לאבין, מיין איך אז רוב וויליאמסבורג ווייסט ניטאמאל פון אים צו זאגען, (חוץ אפשר זייט ער האט געהאט לעצטנס א סעריע פון אינטערוויאס אויף קול מבשר, אבער אויב איך גרייז נישט כאפט כמעט קיינער נישט ווער ער איז און וואס עס איז זיין ראלע). אגב, ווען איינער איז באמת א משכיל (לאפוקי ר׳ יואל אשר וואס איז בכלל נישט דאס) און ער גיט אוועק א ניר פאר א צווייטן, הגם סאיז זייער א שיינע זאך, ווערט ער אבער נאכנישט געכשרט מיט דעם.