בלאט 6 פון 6
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 1:44 pm
דורך איך אויך
געפילטע פיש האט געשריבן:איינער האט געהעקט בדחן'ס אקאונט?
כ'מיין עס האט צוטוהן מיט מיין רעד לייט-גרין לייט טעאריע.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 2:28 pm
דורך געפילטע פיש
מאי האי?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 5:06 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 7:42 pm
דורך איך אויך
יא.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:22 pm
דורך געפילטע פיש
אה!
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:33 pm
דורך יאיר
לאמיר אריינווארפן מיינע צוויי צענט. ווי יידל האט שוין ארויסגעברענגט איז ברור כשמש אז אין הלכה און השקפה איז נישטא קיין אויטענטישע אידישקייט. יעדער וואס קען א משהו היסטאריע ווייסט דערפון צו זאגן. נעמט אייך, לדוגמא, די סאמע יסודות אין אמונה, די י"ג עקרים וואס זענען היינט אנגענומען כמעט בלי יוצא מן הכלל, און עס איז א טאטאלער חידוש פון'ם רמב"ם און רב סעדיה גאון וועלכע האבן גענומען דעם מושג פון יסודי אמונה פון גוי'אישע פלעצער.
אבער איך וויל יא מעיר זיין אז לדעתי איז דא עפעס אין חסידיש'ע אידישקייט וואס קען יא גערופן ווערן אויטענטיש. איך רעד נישט פון א גרויסער פראצענט פון היינטיגע חסידים, מעגליך רוב, וואס זענען פשוט'ע ראבאטן, איך רעד פון אמת'ע ווארעמע חסידישע אידן, דוקא אזעלכע וואס זענען ביזי מיט מיסטישע און פאגאניסטישע אויפפירונגען און סגולות, אזעלכע וואס טענה'ן זיך אויס מיט'ן אויבערשטן ווי מיט א שטרענגן טאטן, און וואס לויפן צו אים בעת צרה ווי צו א ליבליכע מאמע, אזעלכע זענען לדעתי די נענטסטע צו אויטענטישע אידישקייט, פון די אבות און די נביאים, ביז די חכמי הש"ס. דאס אינערליכע תמימות און דער אימינענט גאט וואס מען זעט אייניג ביי די אבות האומה און ביי די חסידים איז גאר מערקווירדיג. עס איז ביי מיר גאנץ זיכער אז אברהם אבינו און ירמיהו הנביא וואלטן זיך אסאך בעסער פארשטאנען מיט א ווארעמער פשוט'ער חסידישער איד ווי מיט א געלערנטער ארטאדאקסישער פראפעסאר.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:37 pm
דורך דעת תורה
הלכה איז נישט אויטענטיש?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:49 pm
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:הלכה איז נישט אויטענטיש?
די היינטיגע אנגענומענע הלכה איז באזירט אויף א ספר פון רבי יוסף קארו וועלכע איז געבוירן קנאפע פינף הונדערט יאר צוריק. כמדומה לי אז די אבות, די נביאים, און די חכמי הש"ס האבן זיך נישט געפירט לויט דעם.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:57 pm
דורך נולד מאוחר
יאיר, ווי זעסטו ביי די אבות פעגעניסטישע סגולת?
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 4:59 am
דורך איינגעמיירעט
יידל האט געשריבן:מאראנצןזאפט האט געשריבן:יידל, האסט אמאל געזען א בילד פון מענדלסאן? ער זעט דיך אויס ווי א וויליאמסבורגער איד?
און דאס וואס דו שרייבסט אז מ'פלעגט אמאל גריסן יעדע פרוי איז שווער צו גלייבן, ס'איז נישט אויסגעהאלטן מדינא דגמ'.
ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן, מענדלסאהן האט געוואלט איין זאך, און דאס האט אונזער היימישער אידישקייט צום סוף אנגענומען. למעשה איז אויך אנגעקומען חסידות מיט נאך א רייע חידושים וועלכע האבן גענצליך געטוישט דאס פנים פון אידישקייט און ס'פארשטייט זיך אליין אז וויליאמסבורגע אידישקייט האט מיט מענדלסאן נישט קיין שייכות. דאס מיינט אבער נישט אז מענדלסאהן'ס וויזיע פאר חינוך איז נישט מקויים געווארן - עכ"פ טיילווייז.
לגבי גריסן פרויען: אויב האסטו אן אויבערלענדישע באבע אדער זיידע, פויל זיך נישט און זיי מקיים דעם שאל ... זקיניך ויאמרו לך. עס גלויבט זיך נישט אבער עס איז א פאקט.
איינגעמיירעט האט געשריבן:דאס גאנצע שמועס און צוחושעניש קומט פון נישט קוקען אויף די הויפט איידענטיטעט פון א איד די תורה,פון דארט פארמען אונז אויס אונזער איידענטיטעט,און נישט פון קיין שום אנדערע פלאץ.
יידל איך וואלט דער מייעץ געווען ארויסצונעמען א חומש דברים און לערנען לערן אביסעל נביא שופטים,שמואל,מלכים.
די אויבערשטער שרייט די ואבדיל אתכם נאכאמאל און נאכאמאל.
ווילסט לעבן ווי א גוי, ווילסט לעבן חיי הפקר גיי געזונטערהייט פליז לאז די תורה און יודישקייט צורוה.
כ'האף אז צו די ספרים וועלכע דו טוסט אזוי ברייטהארציג רעקאמאנדירן, לייגסטו צו אביסעלע מער קאפ ווי צו וואס איך האב געשריבן, ווייל עס קוקט אויס ווי דו האסט בכלל נישט פארשטאנען מיין פוינט. צו מיינסטו אז כ'האב גע'טענה'ט אז דער חתם סופר האט מחדש געווען דעם פסוק פון ואבדיל? איך רעד פון עפעס אנדערש. ליין איבער מיינע ווערטער, דערנאך קום נאכמאל.
און, טו מיר א טובה, די תורה און אידישקייט דארף נישט דו זאלסט זיך אננעמען פאר זיי באופן פון אד האמינום אטאקעס. תורה מונחת בקרן זוויות, וכל מי שרוצה ליטול יבוא ויטול, אן קיין רעקאמענדאציעס פון איינגעמיירעט.
וואס איך שרייב דיר איז אז יודישקייט איז געבויט אויף תורה און פון דארטען בויט זיך אונזער מהות , פון טרייען אויצופיגערען יודישקייט פון פאפא שטעטעל און א וויליאמסבורגע מקווה, און דערנאך אריבערשפרינגען צו מענדאלסען און גרץ זאלסטו נישט פארקויפען וואס יודישקייט איז
ווייל יודישקייט קומט פון תורה דארט פארמט זיך א יוד אויס און נישט פון קיין שום אנדערע געמויזאכצער
נשלח: מיטוואך מאי 22, 2013 10:17 am
דורך יידל
ארגומענט פראם אויטאריטי אן קיין שום סובסטאנץ ווי אייביג.
Re: דער מיטאס פון אויטענטישע אידישקייט
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2019 10:14 am
דורך מי אני
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2019 2:34 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר, ווי זעסטו ביי די אבות פעגעניסטישע סגולת?
קרבנות.