בלאט 6 פון 8
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 6:00 pm
דורך סאנטיאגא
זייער אן אינטערסאנטן דאקומענטרי אויף מאריוואנא,
Cannabis Evolution ס'לויפט דורך די רייכע היסטאריע פון טויזנטער יארן אלט בקיצור נמרץ, און נאכדעם דעקט עס אויך די סייענטיפישע פארשריט, ווי די געוואוקס צייגט אז זי העלפט און האט די פאטענציאל צו העלפן אין א שלל פון פיזישע און גייסטישע מחלות אזוי ווי:
Multiple sclerosis
Arthritis
Glaucoma
Some forms of cancer
Some forms of epilepsy
Parkinson's disease
Herpes
Insomnia
Stress
Anxiety
ADHD
און אויסער דעם האט עס די מעלה אז ס'איז נישט אדיקטיוו פאר רובא דרובא און זיכער נישט אזוי ווי אנדערע דראגס וואס מ'גיט יעצט אין שפיטעלער
https://youtu.be/lEBxBuL_7Ag
נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 1:18 pm
דורך סמבטיון
טאקע נישט קיין דאקומענטערי אבער דאך העכסט אינטרעסאנט,
דער לעצטע יודישע געגנסטער
https://www.youtube.com/watch?v=tvZgqYGEqR0
נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:24 am
דורך תרמב
איך האב עס געקוקט מיט א פארכאפטע אטעם, ס’ברענגט ארויס זייער אינטערסאנט די גאנצע הלוך ילך אין מדינת ישראל, איין זייטיגע זאך האב איך באמערקט אז זיי דערמאנען נישט די הפלס פון די עצ’ניקים בכלל.
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
נשלח: דאנערשטאג יולי 08, 2021 3:03 pm
דורך תוהו ובוהו
יעצט געענדיגט זעהן "I'll be gone in the dark" איבערן א.ג. 'גאלדען סטעיט קילער' (פון א אינוועסטעגעיטיוו רעפארטער קוק ווינקל)
גאר אינטערסאנט, אביסל גראפיש, פארזיכערט ארויסצוברענגן געפיהלן וואס איר האט נישט געוואוסט איר פארמאגט.., (א געמיש פון פחד, פאראיבל, און פאראכט צום טונקעלן זייט פונעם מענטשליכן מין.)
https://www.sdarot.tv/watch/5674Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 1:45 pm
דורך Nanach
איך זיך אזעלכע אזוי ווי Spanish princess 7 וכדומה, עפעס וואס איז שיין אראפגעלייגט בעיסד אויף אמת’ע היסטארי.
בעיסיקלי שיין דערציילט היסטאריע, איך וועל עפרישיעטן הילף
נשלח: מיטוואך יולי 14, 2021 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:Monkey Planet BBCAvailable on Netflix
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Monkey_ ... (TV_series)
מוראדיג! סאיז ממש נישטא קיין ווערטער צו דיסקרייבן די שוי. עוואלוציע פארנט פון אונזער אויגן! מ׳זעהט קלאר א חלק פון אונז מענטשען אין אלע סטעידזשעס אף דיוועלעפמענט. אונז מענטשן זענען נאר די ״העכסטע מאדעל״ פון זיי אלע (אונז זעמער נאר די rolls royce פון די מאנקיס)
טעכנאלאגיע האט אונז געברענגט אז מיר זאלן קענען שטודירן אזוי נאנט מאנקיס און אנדערע חיות ווי קיינמאל ביפאר.
שוין לאמיר נישט פארקריכן. אבער פאר ווער עס וויל זיך באקענען מיט זיין extended family זאל דאס וואטשן.
באלד קומט שוין הקטן און בערל בעלאגעלה זיך נעמען טענהן וועגן עוואלוציע.
איך האלט אז ווער ס׳זעהט עס נישט איז ממש בלינד...
אפאר וואכן צוריק האב איך שפאצירט אויפן גאס און באמערקט איינער וואס כהאב נאך קיינמאל נישט געזעהן אבער ער קוקט אויס פונקט ווי זיין טאטע. גיי איך צו און איך פרעג אים זאגט ער מיר יא איך בין טאקע דער און דער.
מקען זעהן אז לייבן טייגערס און קעץ זענען ענדליך. די זעלבע איז מיט וועלף, פוקס, הונט. און די זעלבע איז מאנקי׳ס מיט מענטשען אסאך זענען נענטער ווי אנדערע- אבער אלע האבן סימני מאלפע. די זעלבע איז מיט אלע מיני ״לייף״ סאיז דא א משפחה וואס ענדעלט צו יענע מין. ווי שווער איז שוין צאמצושטעלן די רעשט פון די פאזעל?
מקען דאך זעהן ווען פאלקאוויטש איז זיך משדך מיט לערנעראוויטש אז די קינדער קוקן אויס א געמיש פון ביידע, גייטס ווייטער ארויף מיליאנען יאהרן ופשוט הוא.
ווי אויך mutations שפילט א גרויסע ראלע. די וואס ווערן געבוירן מיט שינוים לטובה האבן די מערסטע שאנסן פאר offspring (צומאכן קינדער)
און דערנאך natural selection וועלט אויס די בעסטע. נאר די בעסטע געבויעטע מין לייף-
נאר די לעבן איבער די אנדערע פאלן ארויס, און טאקע 99 פראצענט פון לייף וואס האט אמאל געלעבט אויף די וועלט איז extinct געווארן. פונקט ווי רוב ביזנעס גייען אין די ענד שלאפן און נאר די גרויסע און גאר געלונגענע מאכן עס....
אקעי גענוג...
שבת אחים: איך האב נישט דערווארט עפעס אנדערש פון דיר. וכמותך. איך האב נאר איין קשיא וואס דו און דיינס גלייכן האבן מיר נאכנישט פארענטפערט...!
לו יצוייר אז ס'איז אזוי ווי דו זאגסט. אונז אלע האמיר אנגעהויבן אלס מאנקיס. וואס איז געשעהן ספעשל אז אונז זעמיר געווארן מענטשן (שוין. מסכים אין ביליאנען יארן) און זיי זענען געבליבן מאנקיס...! כ'מיין ס'האט דאך געמוזט עפעס געשעהן. ס'נישט אז איין טאג זעמיר אויפגעשטאנען אינדערפריה און זיך געזעגנט פון אונזערע קאזינס די מאנקיס. און געווארן מענטשן (האמאו סעפיענס.)...!
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:11 am
דורך תוהו ובוהו
רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח
וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 7:08 am
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח
וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: דו זאגסט זייער גוט. נאר ביטע נוץ דיין אייגענעם ארגומענט פאר דיר אליין. (לשיטתך). וואו איז א ביסל אמונה אין דעם חומש'ל מיט פירש"י און חז"ל אויף מעשה בראשית כפשוטו. און זעקס טעג אזוי ווי ס'שטייט אין חומש מיינט זעקס טעג. נישט זעקס ביליאן יאר.
נאר דאס אלעס איז נישט קיין סתירה צו די עצם געדאנק פון עוואלוציע. (דארווין האט אנגעהויבן גוט. נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך טועה געווען און אנגעהויבן צו רעדן נארישקייטן. וועלכע לייגן זיך אינגאנצן נישט אויפ'ן שכל.).
פארוואס קענמען נישט משלב זיין ביידע. דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט . כפשוטו של מקרא. און ער האט אריינגעגעבן אין די בריאה א כח זיך צו טוישן און צוגעוואוינען צו די טבע. ווי די גמ' זאגט א סאך מאל..."נשתנו הטבעיים"...!
פארוואס קענמען נישט זאגן אז דער אייבישטער האט באשאפן מענטשן. און ער האט אויך באשאפן מאנקיס. די מענטשן זענען מענטשן. און די מאנקיס זענען ווייטער מאנקיס...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:03 am
דורך Nanach
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח
וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
תוהו ובוהו: דו זאגסט זייער גוט. נאר ביטע נוץ דיין אייגענעם ארגומענט פאר דיר אליין. (לשיטתך). וואו איז א ביסל אמונה אין דעם חומש'ל מיט פירש"י און חז"ל אויף מעשה בראשית כפשוטו. און זעקס טעג אזוי ווי ס'שטייט אין חומש מיינט זעקס טעג. נישט זעקס ביליאן יאר.
נאר דאס אלעס איז נישט קיין סתירה צו די עצם געדאנק פון עוואלוציע. (דארווין האט אנגעהויבן גוט. נאר ערגעץ אינמיטן וועג האט ער זיך טועה געווען און אנגעהויבן צו רעדן נארישקייטן. וועלכע לייגן זיך אינגאנצן נישט אויפ'ן שכל.).
פארוואס קענמען נישט משלב זיין ביידע. דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט . כפשוטו של מקרא. און ער האט אריינגעגעבן אין די בריאה א כח זיך צו טוישן און צוגעוואוינען צו די טבע. ווי די גמ' זאגט א סאך מאל..."נשתנו הטבעיים"...!
פארוואס קענמען נישט זאגן אז דער אייבישטער האט באשאפן מענטשן. און ער האט אויך באשאפן מאנקיס. די מענטשן זענען מענטשן. און די מאנקיס זענען ווייטער מאנקיס...!
די עצם זאך אז זאכן האלטן זיך אין אין טוישן לויט די סביבה ווערט דערמאנט אין רמב”ם יסודי התורה.
עס איז קלאר אז זאכן טוישן זיך לויט די סביבה, נאר דאס זאגט אונז גארנישט לגבי די טעאריע פון דרווין (אז אלעס קומט צוריק צו איין סעל וכו’)
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 8:13 am
דורך ליב צו וויסן
תוהו ובוהו האט געשריבן:רבי ר' בערל וואו איז אביסל אמונה, אונז זעהמער דאך די גרויסקייט פון עוואלאציע. דעס אז מ'פארשטיי מיר נישט אלעס, נו אויף דעם האבן דאך שוין סייענטיסטן געזאגט ''איך וויל נישט האבן קיין טעאריע וואס איך פארשטיי'' ודפח''ח
וחוץ מזה פון א קשיא שטארבט מען נישט, און דארווין איז נאך געווען אזוי קלוג ווי דיר..
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
שיין אראפגעלייגט וויאזוי מען ענטפערט ביי אונז...

נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:26 am
דורך Nanach
צוריק צום קעפל
איך זיך היסטערי מאוויס/TV series וואס שפילט אויס א שטיקל היסטערי, א געדאנק ווי the Spanish princess.
איך וועל זייער עפרישיעטן הילף, לכל הפחות וויאזוי די ווערט אנגעריעפן די טייפ
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:34 am
דורך רביה''ק זי''ע
The Spanish Princess isn't history, it's based on a historical novel, the genre is historical fiction
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:42 am
דורך Nanach
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:The Spanish Princess isn't history, it's based on a historical novel, the genre is historical fiction
א גריוסן שכוח
95% איז היסטאריקקעל ריכטיג עס איז נאר צוגעלייגט זאלץ און פעפער ווי מען זאגט
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 12:32 pm
דורך תוהו ובוהו
Nanach האט געשריבן:צוריק צום קעפל
איך זיך היסטערי מאוויס/TV series וואס שפילט אויס א שטיקל היסטערי, א געדאנק ווי the Spanish princess.
איך וועל זייער עפרישיעטן הילף, לכל הפחות וויאזוי די ווערט אנגעריעפן די טייפ
Rise of empires; ottoman,
The book of negroes.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 2:35 pm
דורך תוהו ובוהו
How to become a tyrant
אינטערסאנט, שארף, מצחיק, אינפארמאטיוו, (מעגליך נוצבאר..)
https://sdarot.tv/watch/6908דא האט איר מיט סאבטייטעלס אין עברית
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 11:05 pm
דורך איך אויך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 5:47 pm
דורך טובה
Nanach האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:The Spanish Princess isn't history, it's based on a historical novel, the genre is historical fiction
א גריוסן שכוח
95% איז היסטאריקקעל ריכטיג עס איז נאר צוגעלייגט זאלץ און פעפער ווי מען זאגט
מיני סדרה, דרמה תקופתית חדשה המבוססת על הרומנים שכתבה פיליפה גרגורי ("בת בולין האחרת") והיא המשך לסדרות "המלכה הלבנה" ו"הנסיכה הלבנה".
הנסיכה הצעירה קתרין מארגון (שרלוט הופ, מירנדה, בת זוגו המפחידה של רמזי ב"משחקי הכס"), ביתם של שליטי ספרד איזבלה ופרדיננד נוסעת סוף סוף לאנגליה, לפגוש את בעלה המיועד ארתור נסיך וולש- יורשו של מלך אנגליה הנרי השביעי- שלו הובטחה בילדותה.
קתרין ופמלייתה המגוונת- הכוללת את לינה, נערת החצר השחורה ממוצא מורי- מתקבלים בחוסר רצון על ידי חלק מאנשי החצר, והיא נאלצת להתרגל למנהגים והדעות האנגליים. קתרין נחרדת לגלות שמי שכתב לה את המכתבים הרומנטיים שקיבלה, הוא לא ארתור בעלה העתידי, אלא הנרי הרוזן של יורק, אחיו הצעיר והיהיר של ארתור. כשארתור מת באופן פתאומי, הייעוד של קתרין בתור זו שתביא את השלום בין ספרד ואנגליה עומד בספק, עד שהיא מתאהבת בנסיך הנרי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 7:47 am
דורך איך אויך
Big Ben: Restoring the World-Famous Clock | 2021 Documentary
https://www.youtube.com/watch?v=OiMlQTV ... =UKTvShows
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 5:17 pm
דורך moody
תוהו ובוהו האט געשריבן:How to become a tyrant
אינטערסאנט, שארף, מצחיק, אינפארמאטיוו, (מעגליך נוצבאר..)
https://sdarot.tv/watch/6908דא האט איר מיט סאבטייטעלס אין עברית
שכויעך
מיט דעם קען מען פארשטיין די סכנה פון טראמפיזם
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2022 4:51 pm
דורך שאלתיאל
נשלח: מאנטאג יולי 25, 2022 6:11 pm
דורך שאלתיאל
שטיקל טאטאל פון אינטערסאנטע דאקעמענטעריס וואס כ'האב אפגעוואטשט אין די לעצטיגע עפאכע.
1.
What is a woman מאט וואלש א קאנסערוואטיווע מידיע פערזאן רייזט דורך די וועלט, באגעגנט דאקטוירים, פעמיניסטן, סעקסאלאגען און סתם עמך מענטשן מיטן ציל צו ענטפערן אויפן איינפאכן פראגע: וואס איז א פרוי? שוין גארנישט אזוי איינפאך..
2.
King bibi פערזענליכע און פאליטישע ביאגראפיע פון ביבי נתניהו.
3.
Apocalypse second world war מאסיווע מוח-שטורעמנדע פילפארביגע דאקעמענטארי איבער דער 2'טע וועלט מלחמה,האט מיך געגעבן א שטיקל וועלטליכע מושג וואס איז פארגעגאנגען דארט.
4.
Tha mind: explained זייער קלארע און אינפארמאטיווע דאקעמענטארי איבער די וואונדערן פון מוח. האנדלט אפ דארט: חלומות, מעדיטאציע, מעמארי, פאניק אטאקעס, סייכאדעליק געווירצן.
5.
תיק 512 דעטאלירטע בליק איבער דער כאריזמאטישע שרעק-ווארפענדע איזראעלי מאפיאנער יצחק אברג'יל. באגלייט דער פארצויגענע ברייטפארצווייגטע אינטערנאצינאלע קאמפף פון די אינסטאנצן קעגן אברגי'ל ביז דער דראמאטישע ענדע ווי ער ווערט פאראורטיילט צו 3 לעבנסלענגליכע טורמע טערמינען.
6.
TheSocialDilemma א נעטפליקס דאקאמענטערי איבער די סאציאלע מידיע נעצן און איבער זייער געמיינע מיטלען צו באקומען קאנטראל אויפן מענטש'נס מוח.
7.
the-unxplained א סעריע איבער הימלישע, מיסטישע, איבערנאטורליכע מיסטעריעזע און מאדנע געשעענישן און פענאמען איבערן היסטאריע באגלייט דורך דעם כאריזמאטישן William Shatner.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:15 pm
דורך שאלתיאל
שאלתיאל האט געשריבן:
1.
What is a woman מאט וואלש א קאנסערוואטיווע מידיע פערזאן רייזט דורך די וועלט, באגעגנט דאקטוירים, פעמיניסטן, סעקסאלאגען און סתם עמך מענטשן מיטן ציל צו ענטפערן אויפן איינפאכן פראגע: וואס איז א פרוי? שוין גארנישט אזוי איינפאך..
הרב ד"ר מיכאל אברהם מיט א אפהאנדלונג איבער דעם פילם און אין אלגעמיין איבער די פראגע :
וואס איז א פרוי?
https://mikyab.net/posts/77301
Re: אינטערעסאנטע דאקומענטעריס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 04, 2022 10:54 pm
דורך החוקר
א דאקומענטרי דורך Vice News צו אויפדעקן וויאזוי די טשייניזע ערלעדיגן קארופטירטע דיעלס און האבן די רעגירונג איינגעשטעלטע אין דרום אמעריקא, אין טאש.
https://youtu.be/sOOFSJqBYTY