בלאט 6 פון 15
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:02 pm
דורך שמעקעדיג
ווען האבן זיי זיך צוקריגט? נישט געהערט דערוועגן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:26 pm
דורך מ. גליקמאן
טשארלס היינס איז נישט געגאנגען איבערבעטן, ער וועט דאס אין זיין לעבן נישט טון, דער איז א געפערליכער בעל גאווה.
ער איז פשטו געגאנגען קאמפיינען.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:28 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען האבן זיי זיך צוקריגט? נישט געהערט דערוועגן.
יא, זייט ער איז געגאנגען צו די אנדערע כ"א אינטערנעט אסיפה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:27 am
דורך סאשי פיש
ער האט דאך גערעד קעגען עם ביי די וועבערמאן פרשה
די זאך איז אז ער האט אנפאנג ווינטער געזאגט אז ער וויל זיך נישט טרעפען מיט סאטמער רבי און שוין קען ער נישט האלטען ווארט!!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:12 pm
דורך סאשי פיש
די פאליציי גייט אן מין אן אגריסיווע זוכעריי נאך א געגאנבטע פאליס קאר פון נוי זשערזי מיט העליקאפטערס מיט די ESU ער איז ערגעץ ווי אין הארלעם
נשלח: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 1:03 pm
דורך סאשי פיש
מען האט שוין געטראפען די קאר פארשטייציך אן די מענטשען k9 שמעק הונט מיט די פאליציי זוכען די גנבים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:19 pm
דורך סאשי פיש
די עסקנים מיט די באמטע לכבוד די פארשטייענדיגע ימים טובים צו פארזיכירען די געגענט בעזרת השם
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:53 pm
דורך זר זהב
גניבה אין וויליאמסבורג, תפילין מיט דזשולערי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DPJRbreSECQ[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:46 am
דורך סאשי פיש
ווילאמסבורג: שומרים האט געכאפט און פארהאלטן א פארברעכער וועלכע האט גע'גנבט א ביציקל ביי מארסי און פענן סטריט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:07 am
דורך מאיר_וואלף
עקלהאפטיג גרויליג
נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2013 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
קען מען אייך באשולדיגן טאמער איר זיצט אינדערהיים אויפן פאטעל, און ביודעים האט איר געשיקט א טעקסט פאר א פריינד בשעת ער דרייווט, און דאדורך פאסירט א עקסידענט?
ניו דזשורסי ריכטער ווילן זאגן אז יא, מען קיין אייך סוען דערפאר!
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065www.pcmag.com/article2/0,2817,2423792,00.asp?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 12:08 am
דורך רויטע וואנצעס
שרעקליכע עקסידענט אין קראון הייטס ערשטע טאג יו"ט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=853DvuNkFdw[/youtube]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 5:53 pm
דורך זר זהב
זיין רעמאט העליקאפטער האט אים נעבעך דער'הרג'ט, דעם ערשטן טאג יו"ט אין א ניו יארקער פארק.
דא איז איינע פון זיינע ווידיא'ס וואס דער 'העליקאפטער ענטוזיאסט' האט ארויפגעלייגט אויף יו טוב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=8Gz3NC8QaYc[/youtube]
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 3:44 am
דורך דעת תורה
א אינטערעסאנטע אפשאצונג וואס איז ערשינען היינט זונטיג וזאת הברכה צום גדליה ע"ד, אין איינע פון די גרויסע אידישע טאג צייטונגען, ברענגט ארויס אז די ריכטונג אין וועלכע ניו יארק סיטי גייט איצט, וועט ברענגען אז אין הונדערט יאר פון היינט וועלן אלע איינוואוינער פון די סיטי - מען רעדט פון די פשוט'ע איינוואוינער, לאפוקי די רייכע מיליאנערן פון די בילדערבורג גרופע - זיין פשוט בלינד! ל"ע. עס וועלן מער נישט זיין קיין גאסן בכלל, אנשטאט וועט מען בלויז אריבער גיין פון בנין צו בנין דורך קארידארן. די רייכע וועלן וואוינען אין די אויבערשטע שטאקן, און זיי וועלן פארשטייט זיך באקומען עסן און טרינקען די ערשטע, די שיריים וועלן זיי געבן פאר די ארימע פארשקלאפטע מאסן וואס וועט זיך נישט וואגן צו רעוואלטירן, נישט וועלנדיג איינשטעלן זייער לעבן אז די רייכע זאלן אויפהערן אראפ צו שיקן עסן.
און פארשטייט זיך אז די רייכע וועלן נישט זיין צופיל, לויט די אפשאצונג וועט זיין 12 מיליאנערן וואס וועלן באלבאטעווען אויף צען מיליאן מענטשן. שרעקליך! דער אנאליסט, א גרויסער אויסלענדישער פראפעסאר וואס איז אקארשט דא געווען פאר א באזוך, זאגט אז ער זעהט שוין לויט וחיאזוי זאכן גייען אויף וואל סטריט וכדומה אז דאס וועט זיין דער מצב אויב טוט מען נישט באצייטנס עס אפשטעלן. (פאר מער דעטאלן, פארבינדט זיך מיט חזקיהו המלך).
ליינט און האט הנאה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:06 am
דורך יאיר
אוי ווארף איך זיך פאר געלעכטער! וואו האסטו אפירגעזוכט דעם צייטונג אויסשניט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 10:21 am
דורך געפילטע פיש
דעת תורה האט געשריבן:...און פארשטייט זיך אז די רייכע וועלן נישט זיין צופיל, לויט די אפשאצונג וועט זיין 12 מיליאנערן וואס וועלן באלבאטעווען אויף צען מיליאן מענטשן. שרעקליך!...
"איך זאג אז די גאנצע רייכטום פון שטאדט וועט אין הונדערט יאהר ארום זיין אין די הענד פון 12 מיליאנערען (ליין: ביליאנערען) ווייל איך זעה, אז עס געהט דערצו. שוין איצט ווערט "וואל סטריט" קאנטראלירט פון א הייפעלע מענשען און די דאזיגע הייפעלע שלונגט אריין אין זיך מעהר און מעהר. זייער צאהל וועט קלענער ווערען פון יאהר צו יאהר. זיי וועלן ביסלעכווייז אלעס אריינגעהמען אין זייערע הענד.
The U.S. Has The Worst Income Inequality In The Developed World, Thanks To Wall Street: Study[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=QPKKQnijnsM[/youtube]
און דאס איז אלץ אויף אמעריקע, ניו יארק סיטי, אזוי ווי דער פראפעסער זאגט פאר, האט די מערסטע אינאיקוואליטעט אין די וועלט!
New York City, Income Inequality Capital Of America, Now Also Facing Soaring Rent Prices: Report

- Capture.PNG (33.92 KiB) געזען געווארן 2663 מאל
נו, זענען זיינער נבואות אזוי ווייט פון די מציאות?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 3:49 pm
דורך סאשי פיש
די יעליכע עצרת תפלה פון טויזענטער קינדער צאמגעשטעלט דורעך מתעסקים היינט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 7:52 pm
דורך סאשי פיש
עס איז פארגעקומען א מענהואל אויפרייס ממש ביי די סאטמערע בהמ״ד אויף ראדני ב״ה אן קיין געשעדיגטע
פייערלעשער מיט הצלה מיט שומרים זענען געווען אנוועזענט ביים אנצינדענט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:16 pm
דורך שמעקעדיג
ווי עס איז שוין מסתמא גוט באקאנט פארן ציבור - בפרט פאר די אלע דרייווערס וועלכע האבן לעצטנס געדרייווט אין ניו יארק און זיך באגעגנט מיט די אומצאליגע טאוולען - אז טעקסטן איז שוין היינט א $150 שטראף בנוסף צו 5 פוינטס אויף די לייסענס. די שטאטראט פרובירט כל מה שביכולתם אויסצוראטן די מגיפה מתוך מחנינו, ותשואות חן חן להם.
אצינד האט דער גאווערנאר קאומא געמאלדן, אז אויף אלע בלויע טאוולען לענגאויס ניו יארק טרואוועיס וועלכע טוען מודיע זיין אז עס קומט א "רעסט עריע", וועט מען צולייגן די ווערטער "טעקסט עריע". דאס וועט אויטאמאטיש אריינגעבן אין די קעפ פון די דרייווערס און זיי ברעינוואשן אז עס זענען פאראן לעגאלע פלעצער וואו צו טעקסטן, און מען זאל נישט טעקסטן בשעת מען דרייווט.
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:18 pm
דורך outspoken
מעג מען ליגאל אפשטעלען אויף די זייט פון הייוועי צו טעקסטען?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 3:35 pm
דורך elter-zeide
אויב מ'מעג זיך שטעלן אין א זייט? איך געדענק ווען דאס געזעטץ איז ארויסגעקימען אז מ'טאר נישט רעדען אויף דע פאהן ביים דרייווען, האט פאסירט נאך דעם ערשטן טאג ווי א דרייווער האט זיך געשטעלט אין א זייט רעדען, איז איינער געקימען פין איטער עהם ציפליען אין אריינגעקראכט אין זיין קאר אין ער איז דארט געבליבען אויפן פלאטץ, דאס פאסירט ליידער זייער אפט ןןאס שטיין אויף דער זייט ווערט געשעדיקט, דע שאלדער איז געמאכט געווארן נאר פאר אימערזענסי,
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:38 pm
דורך יין שרף
elter-zeide האט געשריבן:אויב מ'מעג זיך שטעלן אין א זייט? איך געדענק ווען דאס געזעטץ איז ארויסגעקימען אז מ'טאר נישט רעדען אויף דע פאהן ביים דרייווען, האט פאסירט נאך דעם ערשטן טאג ווי א דרייווער האט זיך געשטעלט אין א זייט רעדען, איז איינער געקימען פין איטער עהם ציפליען אין אריינגעקראכט אין זיין קאר אין ער איז דארט געבליבען אויפן פלאטץ, דאס פאסירט ליידער זייער אפט ןןאס שטיין אויף דער זייט ווערט געשעדיקט, דע שאלדער איז געמאכט געווארן נאר פאר אימערזענסי,
טאקע וועגן דעם שטעל איך מיר קיינמאל נישט אפ אויפן שאלדער צו רעדן אויפן פאון...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 6:48 pm
דורך סאשי פיש
עס איז פאר געקומען א קאר עקסידענט ווי דריי אידישע קינדער זענען ארפגעהאקט געווארען און ווערען אריינגעפירט אין שפיטאל אין א סטאפילע צושטאנד.
עס זעט אויס ווי א פראטעסט #בין הזמנים.
הצלה אויף די סצענע

- image.jpg (120.71 KiB) געזען געווארן 2392 מאל

- image.jpg (129.2 KiB) געזען געווארן 2392 מאל
די קאר

- image.jpg (155.85 KiB) געזען געווארן 2392 מאל
די געוואלדיגע עולם #בחורים #כולל אינגעלייט #בין הזמנים