בלאט 6 פון 6

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 9:59 am
דורך ליפא
ס'דא וואס האבן מורא צו זיין אין קליינע פארמאכטע פלעצער, אדער זיין ערגעץ וואו עס איז דא אסאך מענטשן און ס'וואלט געווען שווער זיך ארויס צוזען פון דארט. ס'איז א מענטאל אישו איך קען גראדע אזא איינער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:06 am
דורך הקטן
phobic = פחד
claustr = פארמאכט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:07 am
דורך פרייוויליג
א דאנק אייך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:23 am
דורך לית דין בר נש
איך בין א געליטענע אויף דעם וועסט מיר קיינמאל זעהן שטיין ביים דאוונען אינמיטן א טיש (צווישן מענטשן) איך דארף אלץ א קארנער פאר די ספעיס, אויב קום איך אריין ביי א מנין וואס איז פוהל וועל איך לייגן טלית און תפילין אין א לייזיגע שטיבל אויפן זייט און ארום שפאצירן א גאנצע דאוונען אין די שטיבל פון די מנין ווי עס איז דא אביסל פלאץ. עס איז א זאך אין די מח אז מען דארף ספעיס.
די ערשטע מאל איך בין געפארן אויף א פליגער האב איך געמיינט אז איך כאפ א ריק פון זיצן 10 שעה און א פארמאכטע שטוב איך האב מיר אפילו גיווערטלט מיט די סטאוד אויב ער קען מיר עפענען די טיר אינמיטן וועג ווייל איך מוז ארויס פון דער תפיסה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:39 am
דורך פרייוויליג
דאן וואו קומט דא אריין פחד? איז דאס אפשר א סארט מליצה, א פחד פון פארמאכטקייט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:18 pm
דורך פרייוויליג
Rude - שלעכט, אוממענטשליך.
Ruth - רחמנות׳דיג.
(Ruthless - אכזריות׳דיג)

צוויי כמעט די זעלבע ווערטער מיט צוויי פארקערטע באדייטן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 5:50 am
דורך Telegram
פרייוויליג האט געשריבן:דאן וואו קומט דא אריין פחד? איז דאס אפשר א סארט מליצה, א פחד פון פארמאכטקייט?


איך לייד דערפון, איך ווער דיזי ווען איך בין צווישן אסאך מענטשן.

עס איז פחד, ביי מיר איז די פחד אז אויב עפעס גייט פאסירן ארום מיר וועט נישט זיין ווי צו לויפן.

עס איז גוט אז דער עולם זאל וויסן דערפון, ווייל ווען איך בין געווען א קינד האט מיר מיין טאטע געטראגן צו די גרויסע טישן פון די רבי און איך האב אייביג געזיכט צו שטיין אינדרויסן, מיין טאטע האט עס ממש נישט אויסגעהאלטן, ער האט געמיינט אז עס אינטרעסירט מיר נישט גארנישט, אבער די אמת איז געווען אז איך האב געהאט א פחד, און איך האב מיר געשעמט עס צו זאגן ווייל איך גיי אויסקוקן ווי א קליין קינד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:35 pm
דורך מאטי
sanction

A threatened penalty for disobeying a law or rule.1

2. official permission or approval for an action.

גיי פארשטיי.

זיי זאגן אז בעצם איז דער שורש "אומצווייזייטיגע באאויפטראג" צו אויף יא צו אויף ניין ווענד זיך שוין וואו די ציגעלע שטייט איין.

נשלח: דינסטאג יאנואר 12, 2016 9:04 pm
דורך פרייוויליג
צוויי (פיר) ווערטער וואס זענען זייער ענליך אבער האבן אנדערע מיינונגען.


‏Distinguished - צו קענען מחלק זיין.
‏Distinction - די חילוק. די צווישנשייד.
‏Extinguished - צו אויסלעשען.
‏Extinction - די פארניכטונג.