בלאט 6 פון 28

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 8:47 am
דורך שמעקעדיג
די זיסע געזאנג פונעם קינד צוגייעט אין די ביינער, און האט מיר גורם געווען עמאציאנאלע געפילן. אבער די קאמענטארן האבן מיר שוין געברענגט צו טרערן, בפרט פון די נישט אידישע קאמענטירער. אזא קידוש השם!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Zmk99wYxSsE[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 2:45 pm
דורך shem-tov
כ'ווייס נישט צו איינער האט שוין געברענגט ווי פינקי גראמט אויס דעם לעלובער רבין שליט"א דאכט זיך נאך א טראגעדיע אין די משפחה ל"ע, פרובירט עס צו וואטשן אן נאס מאכן די אויגן איבערהויפט פון בערך די זעכצענטע מינוט אומעגליך

[[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hoR7dJnxN64[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 4:23 pm
דורך גנדי
איך האב מיטגעהאלטן די דרשה פון הרב דוב גריבערג ביי די כינוס השלוחים פון חב״ד (תשע״ד) אויף:

Http://Chabad.org/kinus

עס האבן מיר געפלאסען טרערען פון שמחה. איך האב זיי נישט געקענט צוריק האלטן.

(ווער עס קען דאס אימבעדען דא. כדי צו מזכה זיין אנדערע. וועל איך אים שטארק מכיר טובה זיין בזה ובבא.)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 9:40 pm
דורך ברוך בערל
shem-tov האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו איינער האט שוין געברענגט ווי פינקי גראמט אויס דעם לעלובער רבין שליט"א דאכט זיך נאך א טראגעדיע אין די משפחה ל"ע, פרובירט עס צו וואטשן אן נאס מאכן די אויגן איבערהויפט פון בערך די זעכצענטע מינוט אומעגליך

[[


מקען טאקע נישט

אבער וואטס דיע פוינט פון מאכן א לויה ביי א חתונה?

איך קען עס נישט פארשטיין, ער צושטערט ממש די חתונה

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 10:30 pm
דורך דענקער
טאטע, קום אהיים!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xF7UVW6PLig[/youtube]

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 04, 2013 11:34 pm
דורך קאווע טרינקער
וואו! ווי ער זינגט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:14 am
דורך ברוך בערל
איך ווייס נישט די מעשה אונטער דעם בילד
אבער סשמעקט נישט גוט
עס איז הארץ רייסענד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:32 am
דורך גנדי
דענקער האט געשריבן:טאטע, קום אהיים!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xF7UVW6PLig[/youtube]


דער בחור'ל וואס זינגט איז א ברודער פון אלי גערסטנער (דער מחבר פון די ניגון, וואס זיצט ביים פיאנא)

די ניגון ציעט די סטרונעס פון די הארץ...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 11:53 am
דורך רויטע וואנצעס
ברוך בערל האט געשריבן:איך ווייס נישט די מעשה אונטער דעם בילד
אבער סשמעקט נישט גוט
עס איז הארץ רייסענד


http://photosofwar.net/war-photos/vietnamese-child/

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 12:19 pm
דורך גנדי
ס'האט מיר געברענגט טרערן ווען איך האב געזעהן א יונגע מאמע האט געלייגט איר טייערסטע אוצר'טע אויף די ערד אין א גראסערי...

איך האב געוויינט פאר די בעבי...
און איך האב געוויינט פאר די מאמע...
נאכדעם האב איך געוויינט פאר מיינע חברים וואס זעהן נישט די חסרון אין דעם...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:41 pm
דורך דער (פינטעל) איד
און נאכדעם געוויינט פאר דע וואס זען נישט די חסרון אין ארומשיקן דאס בילד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 6:13 am
דורך דער (פינטעל) איד
image.jpg
image.jpg (110.27 KiB) געזען געווארן 3138 מאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 9:21 am
דורך פרישער
ווי אזוי האט נאר פרעה געזאגט, ווייז מיר א צייכן, אלזא אויב ווייזט איר ווי אזוי ער שפירט, ווייל איר זענט אויפגעקימען, דאן קאל אים אן, בלי שום בזיון כלל, איר ווייסט דאך ווער ער איז.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:34 am
דורך איך אויך
און דערווארעמט דאס הארץ.

http://truthseekerdaily.com/2013/11/sur ... ps-wvideo/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:48 am
דורך רויטע וואנצעס
באלאנגט אין א אשכול "ס'האט מיר געברענגט צו וויינען" נישט נאר טרערן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:52 am
דורך פרישער
פשיהא, דעיס איז דאך מורה'דיג איך דאנק דיר @איך אויך פארן ברעינגען דעים קליפ

אויב ווייסטי מער איבער דעים ביטע לייג עס צי צים קליפ, איך וויל זעין מער איבער דעים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:01 am
דורך רויטע וואנצעס
http://en.wikipedia.org/wiki/Nicholas_Winton
http://www.youtube.com/results?search_q ... nton&sm=12
ער לעבט נאך, ער איז 104 יאר אלט! אז מ'געבט לעבן באקומט מען לעבן.

א לענגערע קליפ:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZIiBTP0spEA[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:13 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ דער (פינטל) איד: איך האב אזוי שטארק געלאכט זעענדיג די אינטרעסאנטע מודעה, צום גנב. איך האב באמת רחמנות געהאט אויפ'ן גנב. ער ווייסט נישט צו ס'איז אמת אדער נישט. כ'בין נייגעריג צו הערן דעם סוף פון די מעשה. כ'בין זיכער אז ער האט צוריקגעלייגט דאס געלט. :roll: :lol:

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:26 pm
דורך common sense
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:און דערווארעמט דאס הארץ.

http://truthseekerdaily.com/2013/11/sur ... ps-wvideo/


באלאנגט אין א אשכול "ס'האט מיר געברענגט צו וויינען" נישט נאר טרערן.


איך האב געוויינט ווי א בעיבי. ס'איז זייער עמאציאנעל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:41 pm
דורך ונבנתה העיר
וַיֵּלֶךְ נָתָן אֶל בֵּיתוֹ, וַיִּגֹּף יְהוָה אֶת הַיֶּלֶד אֲשֶׁר יָלְדָה אֵשֶׁת אוּרִיָּה לְדָוִד וַיֵּאָנַשׁ. וַיְבַקֵּשׁ דָּוִד אֶת הָאֱלֹהִים בְּעַד הַנָּעַר, וַיָּצָם דָּוִד צוֹם וּבָא וְלָן וְשָׁכַב אָרְצָה. וַיָּקֻמוּ זִקְנֵי בֵיתוֹ עָלָיו לַהֲקִימוֹ מִן הָאָרֶץ וְלֹא אָבָה וְלֹא בָרָא אִתָּם לָחֶם.

וַיְהִי בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי וַיָּמָת הַיָּלֶד, וַיִּרְאוּ עַבְדֵי דָוִד לְהַגִּיד לוֹ כִּי מֵת הַיֶּלֶד, כִּי אָמְרוּ הִנֵּה בִהְיוֹת הַיֶּלֶד חַי דִּבַּרְנוּ אֵלָיו וְלֹא שָׁמע בְּקוֹלֵנוּ, וְאֵיךְ נֹאמַר אֵלָיו מֵת הַיֶּלֶד וְעָשָׂה רָעָה.

וַיַּרְא דָּוִד כִּי עֲבָדָיו מִתְלַחֲשִׁים, וַיָּבֶן דָּוִד כִּי מֵת הַיָּלֶד, וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל עֲבָדָיו הֲמֵת הַיֶּלֶד וַיֹּאמְרוּ מֵת. וַיָּקָם דָּוִד מֵהָאָרֶץ וַיִּרְחַץ וַיָּסֶךְ וַיְחַלֵּף שִׂמְלֹתָיו] וַיָּבֹא בֵית יְהוָה וַיִּשְׁתָּחוּ וַיָּבֹא אֶל בֵּיתוֹ וַיִּשְׁאַל וַיָּשִׂימוּ לוֹ לֶחֶם וַיֹּאכַל.

וַיֹּאמְרוּ עֲבָדָיו אֵלָיו מָה הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר עָשִׂיתָה, בַּעֲבוּר הַיֶּלֶד חַי צַמְתָּ וַתֵּבְךְּ, וְכַאֲשֶׁר מֵת הַיֶּלֶד קַמְתָּ וַתֹּאכַל לָחֶם. וַיֹּאמֶר בְּעוֹד הַיֶּלֶד חַי צַמְתִּי וָאֶבְכֶּה כִּי אָמַרְתִּי מִי יוֹדֵעַ וְחַנַּנִי] יְהוָה וְחַי הַיָּלֶד. וְעַתָּה מֵת לָמָּה זֶּה אֲנִי צָם, הַאוּכַל לַהֲשִׁיבוֹ עוֹד, אֲנִי הֹלֵךְ אֵלָיו וְהוּא לֹא יָשׁוּב אֵלָי.

(ש”ב י”ב)

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 11:02 pm
דורך קאווע טרינקער
WOW
מיין קאפ שיסט פון אזויפיל וויינען
https://www.youtube.com/watch?v=bbKJlSRxGgk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:04 am
דורך שמעקעדיג
שוידערליך! אייגענע עלטערן אזוי צו פייניגן א קליין אומבאהאלפן קינד????
דער קינד איז געדעמעדזשט פאר אייביג! איך גלייב אז עס איז פיל ערגער פון מאלעסטעישאן!!!!
און עכ"ז האבן די עלטערן באקומען דאס "מאקסימום".... ווייניגער ווי 4 יאר!!!
הלזה תקרא 'יוסטיץ'?! לאן הגענו.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:29 pm
דורך דעת תורה
גוט מארגן. דאס איז דאך וואס איך שריי כסדר, אויב איז מען אזוי שטארק מעניש ******* אביוז צוליב די שאדן וואס מען איז גורם פאר דעם אביוזטן, דאן זאל מען פונקט אזוי הארב באשטראפן ווערבאל און פיזיקעל אביוז צוליב די שאדן וואס עס איז גורם.