בלאט 6 פון 12
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 4:48 pm
דורך לעיקוואד
סתם להערה בעלמא: א בארד איז טאקע א חיצוניות און אוודאי נישט דער עיקר אדער אפילו א הלכה, כל זמן שאין מתגלחים בתער. אבער דאך איז עס א זאך וואס האט ערנסטע מקורות עכ''פ ע''פ קבלה וחסידות. דערגעגן א שטריימל, איז א זאך וואס האט נישט קיין שום ערנסטע נארמאלע מקור אדער סיבה, און מען גיט אוועק אסאך מער געלט און כוח באופן מוגזם לגמרי אויף דעם. ווען ליפא וואלט געמאכט א ניגון אויף דעם וואלט ער לכאורה סיי פיל מער געצילט אין פינטל. און סיי ווייניגער אויפגערעגט די וואס נעמען ערנסט די קבלה אז א בארד איז הייליג.
איין מינוט.. א שטריימל גייט ער דאך נאך אליינס..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 4:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
ודי למבין האט געשריבן:פון היינט און ווייטער בעט איך דער, געב ארויס וועלכע מעסידזש דו ווילסט, זאל עס זיין אז יעדער זאל מחלל שבת זיין
גארנישט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 4:56 pm
דורך ישמעאל הכהן
שרעקליך!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 5:13 pm
דורך מנשה לוסטיג
א בארד איז נישט קיין דבר שני, ס'איז א עיקר, ווייל ס'איז מרומז אויף די הייליגע יג' מידות דיוקנא קדישא, און א יוד'ס בארד איז קדושה [א בארד פון א גוי איז דארט דא היפוך..]
דאך! די עיקר פינטל וואס מ'דארף וויסן, איז אז בארד ווי דיין יוד, און אז ס'דא יוד דעמאלט איז דא א פראגע ווי די בארד.
איך האב געקענט גוט ר' יוסף שלמה ביסטאן און עטליכע עיקרים אין חינוך האב איך מקבל געווען פון עהם 'אנדערש' ווי די עקסטרימע שוטים, און אדרבה די יסוד פון יידישקייט איז חסידות און ביי חסידות איז די לאנגע לאנגע בארד אן התבטלות צום צדיק, דאס גאנצע יידישקייט א שימל פייג!
אז ס'נשתכח דרך הבעל שם, פארשטייט מען נישט דעם ניגון פון דעם עירמאנטער רב שליט''א, וואס איז מקרב יודען וואס וואלטן קיינמאל נישט מקיים געווען וואס זיי זענען היינט מקיים א דאנק עהם.
דער הייליגער רבי זאל זיין געזונט האט אמאל געזאגט פאר א בחור פון דרויסן, ס'איז א געלעכטער צו זאגן אז א בעקיטשע איז חסידות, אויף א חסיד טוט מען אן א בעקיטשע. ודברי פי חכם חן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 5:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב נאכאמאל איבערגעהערט די צוויי ניגונים 'דאס פינטעלע' און אל תסתכל בקנקן, ממש שטארקע יסודות אין חסידות.
לאפוקי פונעם שיטה פון לאכן פון רבנים און גדולי הדור, נישט גלייבן אין א יוד באשר הוא שם, שרייען פוי און נאצי אויף א תינוק שנשבא, בדרך התורה איז א יוד אזוי לאנג יוד אז ער איז נישט פורק פון זיך די מרות פון חכמי ישראל.
דער לאנגער בארד ביזן ערד וואס פארגעטערט אלטע אידייעס מיטן אויספיר אז היינט איז נשתכח נישטא, אלע זענען ליגנערס גנבים בלאפערס, אט אט דער איז דער מחרחר און מחריב דעם כרם בית ישראל ועם השם, נישט ליפא וואס טוט טאג און נאכט אין קירוב און רוב פון זיינע פעולות שלא על מנת לקבל פרס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 5:58 pm
דורך מורינו הרב
ליפא! א שטריימל גייסטו יא און א בארד נישט?
איזה הגיון?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 5:59 pm
דורך גנדי
לעיקוואד האט געשריבן:סתם להערה בעלמא: א בארד איז טאקע א חיצוניות און אוודאי נישט דער עיקר אדער אפילו א הלכה, כל זמן שאין מתגלחים בתער. אבער דאך איז עס א זאך וואס האט ערנסטע מקורות עכ''פ ע''פ קבלה וחסידות. דערגעגן א שטריימל, איז א זאך וואס האט נישט קיין שום ערנסטע נארמאלע מקור אדער סיבה, און מען גיט אוועק אסאך מער געלט און כוח באופן מוגזם לגמרי אויף דעם. ווען ליפא וואלט געמאכט א ניגון אויף דעם וואלט ער לכאורה סיי פיל מער געצילט אין פינטל. און סיי ווייניגער אויפגערעגט די וואס נעמען ערנסט די קבלה אז א בארד איז הייליג.
איין מינוט.. א שטריימל גייט ער דאך נאך אליינס..
שטריימעל! שטריימעל! ווי דיין חסיד?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:48 pm
דורך קאווע טרינקער
או יאמר:
רב רב וואו דיין הוראה...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:49 pm
דורך דער (פינטעל) איד
או יאמר:
שמעלצער שמעלצער ווי דיין שטיוול ?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:51 pm
דורך רויטע וואנצעס
ליפא, ייש"כ פאר די נייע סידי, האסט אויפגעלעבט קאווע שטיבל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:52 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איינער זאגט מיר אז דאס איז גוט. לייג איך עס איבער
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:ווער האט זיך געקענט גלייבן אפאר יאר צוריק אז ליפא וועט ווערן אזוי ארויפגעקוקט ביים המון, אז זיין דעה וועט אויפשטורמען געמיטער, מענטשען וועלן זיך רעכענען דערמיט, ווען מ'רעכענט זיך ווען נישט דערמיט וואלט עם קיינער נישט געענטפערט. אבער דא איז געווארן א אויפוואכונג, יעדער וואס האט א קיבאורד וואס איז מחובר צו וואטסעפפ שרייבט אפ גאנצטע דרשות, מסביר זיין פארוואס זיין מעסעדזש איז נישט ריכטיג, אדער אויב ס'יא ריכטיג דארף עס נישט זיין אין א ניגון, אדער אז ער מעג עס נישט זאגן ווייל ער האט אמאל געגעבן אן עלי' פאר א מחלל שבת, אדער אז ער מאכט חוזק פונעם רשכבה"ג, וכו' וכו'. ס'געווארן א וועלט ווי מ'רעכענט זיך מיט זיין מיינונג. ליפא! קודוס, ביזט אריבער אלע ערווארטונגען! קיפ איט אפ!
ווער האט געגלייבט אז ראטן וועלן זיין אזוי ארויפגעקוקט? ריזיגע קאמפעניס רעכענען זיך מיט זיי , מ'פארקויפט סם קעגן זיי און שטארקע ראטן כאפער , יעדער וואס האט א קיעבאורד שרייבט אפ ריוויואס וועלכע עצה איז דאס בעסטע פטור צו ווערן פון ראטן און מייז , ס'געווארן א וועלט וואס רעדט פון מייזן און ראטן! מייזעלע! קודוס, קיעפ איט אפ!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 6:58 pm
דורך zurich
ווילסט באקימען נאך לייקס וועיגן דעים לייגסטו עס איבער?
דאזסט דזאקינג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:40 pm
דורך סאשי פיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ליפא, ייש"כ פאר די נייע סידי, האסט אויפגעלעבט קאווע שטיבל.
און בעיקר די פארשלאפענע מוזיק פארום!!....
עס גייט באלד זיין די גרעסטע אשכול אין די מוזיק פארום!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:46 pm
דורך shem-tov
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fjgtapxOT6g[/youtube]
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:49 pm
דורך סאשי פיש
גוט מארגען, אלטע אלטע נייעס, און בכלל ווי קומט עס דא אריין??!!
לייג עס דא
viewtopic.php?f=34&t=4424
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:57 pm
דורך shem-tov
ווןי ס'קומט דא אריין פרעגסטו. לאמיר זעהן. ליפא שמעלצער. מוזיק אשכול. ס'היינט חנוכה. זייער אינטערסאנט. ס'ווייזט ווער ליפא איז. ס'ברענג ארויס די ספיריט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 7:58 pm
דורך מנשה לוסטיג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 8:43 pm
דורך פרישער
שכל שכל ווי דיין ליפא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:01 pm
דורך היימישער ליטוואק
פרישער האט געשריבן:שכל שכל ווי דיין ליפא
פרידיש פרידיש ווי דיין פרישער
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:09 pm
דורך פרישער
היימישער ליטוואק האט געשריבן:פרישער האט געשריבן:שכל שכל ווי דיין ליפא
פרידיש פרידיש ווי דיין פרישער
ליטפאק ליטפאק, ווי דיין בהיימיש
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:16 pm
דורך היימישער ליטוואק
(און איך לאך נישט אזוי לייכט...)
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:24 pm
דורך מלא וגדוש
ס'קומען אריין באריכטן אז מ'האט געטראפן דעם בארד'ס איד! רע-בנים פארלאנגען אז מ'זאל מבער זיין אלע סידי'ס פון אלע געשעפטן און בתי זונות ווייל מ'האט עם שוין אפגעפינען!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 9:26 pm
דורך מלא וגדוש
א בילד פון פאליציי הויפטקאווארטיר, אנגעבליך בארד'ס איד
boord.jpg