נשלח: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:15 pm
קען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=4369
אבי גערעדט האט געשריבן:קען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
אבי גערעדט האט געשריבן:קען מען אנפרעגן די סיקרעט סערוויס צו זיי האבן אזא געשיכטע אין זייערע רעקארדס? אינטערעסאנט ווי מ'האט אויסגעלאזט די פאליציי, די דיטעקטיוו, די עף בי איי, און געלאפן גלייך צום סיקרעט סערוויס..
מורינו הרב האט געשריבן:סאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.
דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...
מורינו הרב האט געשריבן:סאטמאר רב איז באמת געווען א הייסער ציוני און געהאלטן אז מען דארף שטיצן די מדינה און דער ראיון הציונות. פארקערט; ער איז גאר געווען פון די הויפט פלאנירער פון די מדינה. ער איז געווען א באהאלטענער אגענט צו האלטן די קנאים אין די ראמען, דורך דעם וואס ער וועט זיי פירן און זיי עטוואס צוריקהאלטן.
דאס זעלבע איז געווען מיט די רביצין ע"ה. זי האט באמת געוואלט אז דער ברך משה זאל זיין רבי און באהאלטענערהייט האט זי אים געשטיפט, נאר זי האט געוואלט האלטן די מתנגדים אין די ראמען, האט זי זיך געמאכט...
קאווע טרינקער האט געשריבן:שמעקעדיג, ווי גרעסער א קהילה אלץ מער דיינים און שקצים. והוא מחוקי הטבע.
בנוגע חסד, הצלה דורך דער סקולענע חסיד ר' הערשל וועבער , און שומרים דורך ר' משה האפמאן, א פאפא חסיד.. נישט קיין נפק"מ. אבער כ'האב שוין אמאל געשריבן דא, אז די איין קליינע ביקור חולים באס קען נישט דעקן די פעסער בלוט וואס סאטמאר האט פארגאסן.
שוין, א גוטע נאכט.
בס״ד
מנשה (משה מרדכי לאופללער) לוסטיג סליט"ע
איך ענטפער דיין נארישן געשרייבעכץ וואס מ'קען לייענען גראד נאך מיינע ווערטער.
מנשה'לע, איך האב געלייענט וואס דו שרייבסט אויף סאטמאר. א קהילה קדושה בישרא', געבויעט דורך א צדיק און אפילו א צדיק הדור. אבער לאמיר נאר רעדן דיין נוסח, ווען דו וואלסט נישט געבוירן געווארן אין סקווירא, ווען דו וואלסט נישט געהאט דיין איינגערעדטן "מופת" פון דיין רעבע שביעי של פסח.. איך קאן נישט פארשטיין פארוואס יענץ איז א מופת ווען דו ביזט יעצט געבליבן מיט צופיל צייט און ענערגיע צו באשמיצן דיין אייגענעם ארויסקום. זאג ער זאל דיר אויפרעכטן דיין לעבן אויב איז ער טאקע א בעל מופת, אדער כאטש א וואוילער איד נאכדעם וואס דו נעמסט דיך אן פאר זיין פארשטונקענעם כבוד.
יעצט מעג איך רעדן אויף סיק-ווער און דיין רעבע דער געספוילטער און פארדאבענער דאוועדעל! אוי ווארט ענק נאך אפ אסאך עקשען. נאך אביסעלע. דיין רעבע באקומט א סטרויק און סיז לעבעדיג. נאכן זיין פאלן דער אטעיריס רשע׳ייכעם וועט זיין געשפליטערטע פייטס! ס'וועט זיין לעבעדיג. מנשה'לע לעפעלער וועט זיין פארנומען אויף אלע פראנטן, נישט קענען באגרייפן וואס איז געשעהן די רעעבע דערלעבט נישט משיח'ן?!!? און נאך און נאך. מנשה געב אכט וואס דו שרייבסט. אלע ענקערע אייגענע פארווייטאגטע וועלן ארויסקריכן פון די וואדווערקס! ענקער אייגענע וועלן באשמירן דייו רעעבע דער קאזאק דעם רוסישער חי'ה. און דיינע ווערטער וואס דו האסט דא געשריבן וועט דיר אקעגן גיין דיך פאטשן אין דיין קאמעדיע פארדרייטן פנים. דיינע אייגענע ווערטער דא וועלן דיר נאך וויי טאן דאס מערסטע.
נאך איין געוואלדיגער פונקט נעם דיר אריין אין קאפ (אויב עס איז בכלל דא עפעס פלאץ פאר עפעס שייכעל'דיג). די עקשען אין סיקווער וועט מאכן די סאטמארע זיין די איידעלסטע און די מערסטע געוואונטשענע. מענטשן וועלן זאגן די סאטמארער זענען מענטשן מיט הארץ און עפעס בעסערס, זיי האבן נישט געהאט וואסער צרות סיקווער האט. סאטמאר איז נאך אלס אמת און קלוגער, בעסער און שענער. סאטמאר אזא גרויסער פארנעם און זיי האבן זיך שיין אויפגעפירט. קוק וואס באבוב טוט, און זיי זענען נישט די סאטמארע ווארימע בלוט. אז באבוב האט געמוזט ארויס שפריצן רשעות נאכדעם וואס זיי זענען געווען דער סימבאל פון זיין נייס און שלום. באבוב זענען אסאך קלוגער פון סיקווער. העפענס טא בי באבוב זענען פון די גאר קלוגע, סיקווער זענען אויפן אנדערע עק. דו מנשה'לע ביזט א ביישפיל. דער פאקט אז סיקווער לאזט דיך זיין א גרויס מויל פאר זיי, אפילו נישט אפיציעל, ווייזט שוין ווי חכמים זענען דא דארט. דו וועסט איינזען אז די סאטמערערס זענען נישט אזוי פארדרייט און נישט אזוי געפערליך.
יעצט נעם דיך צו שעלטן מיט דיינע קללות נמרצות ווייל מ'זאגט דעם לויטערן אמת וועגן דיין יויזעלע דארט. שעלט ווייל דיין רעעבע איז דער הייליגסטער און אנדערע חסידות'ער און רעגן דיך פשוט אויף. אדער געב א 'קלוגע' הסברה פארן גאנצן אוילעם מיט דיין געשליפענעם פענע אין אלע 3 שפראכן. אויך איז א גוטע עצה צו מאכן א שיינע קאמעדיע יאאטאאב. אלע וועלן קוועלן פון דיר.
דיינע אייגענע ווערטער וועלן דיר/דיך אזוי פאטשן אין פנים. מארק מיי ווארדס מנשה'לע. ביזט א געוואלדיגער טאלאנט, נאר א שאד ס'וועט געפירט פון א 11 יעריגער שייכעל.
איך שרייב וועגן די דברי נבלה וואס איך האב באקומען, איך ווייס נישט קיין 1 שריייבער ווער ענק זענען, איך ווייס נישט פארוואס איך האב באקומען די אימעיל (אויף מיין אנדערע אימעיל אדרעס)
קודם וואס מנשה שרייבט איז זייער נישט שיין, אראפצורייסען א גאנצע קהילה קדושה ווי סאטמאר, חוץ דעם רעדט ער סתם שטותים, כאילו ביי יעדע חסידות איז די עיקר עשה טוב, לויט וויפיל מיין רבי האט מיך אין חדר אויסגעלערנט אביסל חסידות, איז די עיקר געווען ביי חסידות סור מרע, איז נישט יעצט יעדע אבער יעדע רבי פארנומען צו מאכן גדרים וסייגים קעגן אינטערנעט, און קעגן טאקע בלאג'ס וואס שרייבן די אלע שטותים וואס איינער האט דא ארום געשיקט פאר אפאר ערליכע אידן וואס זיצען נישט אויף די אלע בלאג'ס.
לערנען אין חב"ד ספרי חסידות בעיון, וואס לערנט מען דארט אין די ספרי חסידות, מען לערנט דארט שטותים, אדער מען לערנט סור מרע ועשה טוב, יראת ואהבת ה', אהבת ישראל זיך נישט פייטען ווי די קליינע קינדער דא, ברסלב עבדו את השם בשמחה און נישט קיין סור מרע וואס עצבות קען צוברענגען, קלוזענבורג בלעטער גמ' איז נישט קיין בלאט גמ' די גרעסטע סור מרע אז די מח איז פול מיט תורה נישט מיט שטותים, וויזשניץ פרומקייט חניוקישקייט דאס איז די גאנצע וואס וויזשניץ איז פארנומען, מען לערנט אויס אין חדר ישיבה כולל די רבי ביים טיש ביים דאוונען שוכן עד אלעס נאר זיי א חניוק, איז נישט די וויזשניצער רבי פון מאנסי די גרעסטע לוחם קעגן פירצות ביי כלל ישראל, סקווער דאס איז די עיקר דיקע גארטל מיט ציצית, לערנט מען נישט דארט אויס נישט זיין פארנומען מיט מחלוקת ווי די שרייבער, פון די תגובה קוקט אויס אז די שרייבער איז א סקווערער, אויב יא פארשעמט ער די מערסטע סקווער מיט די ארטיקל אז גאנץ סקווער באשטייט פון גארטעל ציצית, אגב שטייט נישט ביי די מצוה פון ציצית וראיתם אותו וזכרתם את כל מצוות.
און וואס דו שרייבסט צום סוף אלעס וואס קהילה קדושה סאטמאר ברשות הגאון מהר"י מלחמות קעגן, קען איך נישט אריין רעדן ווייל ב"ה איך ליג נישט אין די אלע פאליטיק, איך בין נאך ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף די אלע בלאג'ס, וואס יעדע בלאג לייגט צו נאך א בלאג צו די גיהנם.
יעצט צו דיר חכם המגיב, אויב יענער טוט א אומרעכט און פארשעמט א קהילה קדושה, איז נישט קיין היתר אז דו זאלסט צוריק שרייבן אזעלכע דברי נבלה, בפרט די קללות וואס דו נוצט אויף א מנהיג ישראל, עס איז נישט קיין חילוק צו ער איז די גרעסטע צדיק צו די קלענסטע, אויף א מנהיג ישראל רעדט מען נישט, און מען שעלט נישט קיין 1 איד, דער אייבשטער זאל העלפן ער זאל מאריך ימים זיין און פירן זיין עדה, קיינער הייסט דיך נישט (חוץ טאמער דו ביסט אויך א סקווערע און דו ביסט פון ענקערע אייגענע פארווייטאגטע וואס וועלן ארויסקריכן פון די וואדווערקס ווי דו שרייבסט), אבער זיין עדה זאל ער פירן ביז משיח'ס טאג, וואס גייט דיך אן אז ביי 1 עדה איז נאך דא שלום, איז עס פאלשע שלום, ווי אזוי דו ווילסט, למעשה איז בעסער 100 פאלשע שלום ווי 1 אמת'ע מחלוקת.
יעצט וויאזוי דאס קוקט אויס פון די סוף קומט די ארטיקעל פון עפעס א בלאג, זיצט א אפגעפרעגט אינגערמאן, וואס עס איז נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות ער קומט, לאזט עם נישט זיין רבי זיצן אויפן אינטערנעט, און ער נעמט זיך רעדן בשליחות פון א חסידות כאילו ער פארטרעט די חסידות, אין רייסט אראפ יענעם און פארענפערט זיין חסידות, איינער האט דיך געבעטן, קענסט זיין זיכער מיט דעם אליין וואס דו שרייבסט אויף אזעלכע בלאגס ביסטו אויסגעשפיגען פון דיין חסידות, עס איז נישט קיין חילוק צו וועלכע חסידות דו געהערסט, איך מיין עס איז נישט דא קיין 1 רבי וואס זאגט פאר זיינע חסידים זיצט אויפן אינטערנעט ווי מער, שרייבסט בשבחי רייסט אראפ יעדעם, אפילו מהר"א מסאטמאר וואס איז נישט געווען ביי כינוס כלל ישראל, האקט פריוואט פאר זיין חסידות אויף אינטערנעט א סור מרע, בכלל איז ער אייביג פארנומען קעגן אלע פרצות, א ריכטיגע סור מרע, און יא ער רעדט נאך קעגן ציונים.
איך בעט מחילה פון ביידע שרייבער'ס, עס איז דאך אלול, איך מיין קיינעם פון ענק נישט, עס האט מיך פשוט וויי געטון צו באקומען די שמוץ, לאזט עס אויף די שמוציגע בלאג'ס וואס כל באיה לא ישובון, און שיקט מיך נישט די זאכען, און געט אייך אכטונג פון רעדן אויף יעדע מנהיג ישראל, זאל עס זיין סאטמאר סקווער ברסלב וויזניץ באבוב חב"ד, עס איז נישט קיין חילוק, אויף א מנהיג רעדט מען נישט, און פארגעסט נישט איר פארטרעט נישט אייער חסידות, אין איך מיין יעדע חסידות האט זייער אייגענע צייטונגען צו טעלפאן ליינ'ס, און דאס איז עס.
מיין טייערע ברודער "החושן"
סאטמאר ארויף, סאטמאר אראפ, סקוווירא ארויף, סקווירא אראפ, עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט, גלייבסט אין אים? פיין. דער גרויסער הייליגער באשעפער זאל דיר שומר ומציל זיין פון די שרעקליכע עונש וואס ווארט דיר!
שומר פיו ולשונו, שומר מצרות נפשו!
פאר א קליין שטיקל פארטייאישן ציפ האסטו אזוי געשאלטן און מיאוס אראפגעריסן א מנהיג און כלל ישראל! איך פארשטיי אז דאס איז נישט דיין שולד, דאס איז די חינוך וואס מען האט אריינגעלייגט, אבער דו האסט דיך אביסל פארלוירן און גארנישט פארדינט!
פון שווייגן האט קיינער נישט דערלייגט, פון רעדן אויף א צדיק האבן זייער אסאך דערלייגט - ביידע וועלטן און זייער ביטערליך!!!
איך בין נישט ברוגז אויף דיר פערזענליך, כאטש עס טוט מיר זייער וויי וואס די האסט געשריבן אויף מיין הייליגן רבי'ן, אבער, דו ביזט דיך דאך מיין ברודער, בלייבט מיר איבער אזויפיל דיר צו וואונטשן אז ווען מען וועט דיר אפיר-האלטן אויפן יום הדין דאס יאר זאלסטו זוכה בדין זיין און דו זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר!!!
ברודער קריגען זיך אמאל, אבער א טאטע האט אייביג ליב זיין קינד. אונז זענען מיר טאקע אלע ברודער במילא קריגט מען זיך דא און דארט, אבער דער הייליגער באשעפער איז אונזער טאטע און ער האט אונז אלע ליב!!!
זייטס מיר אלע געזונט און שטארק. א גוטע נאכט!!!
what the hell guys???? can you please delete my e-mail adress?????
ביטע נעמט מיך אראפ פון אייער ליסט
גייט'ס ארבייטן, פראבירט צו פארמערן שלום אויף די וועלט, נישט ח"ו חרוב מאכן די וועלט, אונזער טאטע אין הימל וויל מיר זאלן זיך ליבן האבן "אלע" אידן, אויב דאכט זיך פאר איינעם אז א צווייטע איד קען זיך פארבעסערן, אדרבה נעמט אים אין א זייט און קלערט אים אויף, ווי אויך זייט מתפלל צום אויבערשטן יענער (און איר אליין אויך) זאל זיך פארבעסערן, אבער ח"ו מצער זיין א צווייטן איד, עס איז מצער אונזער ליבן טאטן אין הימל, עס זאל ח"ו נישט ברענגן קיין חרון אף. אונזער הייליגער בית המקדש איז ליידער חרוב געווארן צוליב דעם, מיר פארברענגען שוין אין דעם ביטערן פארצויגענעם גלות אזויפיל יארן צוליב די שנאת חנם,
טייערע ברודער לאמיר זיך נישט לאזן פון די יחידים מחריבים, לאמיר פארמערן אהבת ישראל, אוודאי דארף מען געדענקן דאס אלטע ווארט, מען דארף זיין גוט 'צו' יעדן אבער נישט 'מיט' יעדן
הכו"ח המשתתף בצרות ישראל
To all who read my response to Menashe Listig (Moishe Mordche L.).
What I wrote then was just written in response to (your friend) Menashe Listig(Lustig) after what he wrote about (against) Satmar and the previous Satmar Rebbe's sheeteh. It was not meant against the Skvere Rebbe Shlita. It was only showing him that in how way of writing, that's how it would be written against his own rebbe. Anyone can write and dismiss anyone with a pen. It was a call out to all of you to stop him because he is only bringin shame to all of all. He sen that email to most of you. No one answered him.
שתיקה כהודאה דמיא
מדשתקי רבנן שמע מינה דניחא לי׳
You all let Menashe Listig (Moishe Mordche Loefler) go on on with his writing bad against other Jews. You are all guilty of it. No one stops him in Square. You all know who he is. Someone from you should take him aside and educate him that it is very wrong, and te same holy as he thinks of his (your) rebbe others think just the opposite but think that their way is the best. He got 'angry' at the Satmarers and he wrote a whole article. Why did no one really speak up against his writing here or there in Square?. Don't tell me you don't know? It's a shame for all of you in Square who let this go on. Again, I didnt say against square as a real perspective. I was writing it to show that the same as Moishe Mordche (Menashe Listig) can write, same nissech and attitude can be used against anyone even HIS rebbe. I was saying imagine if MENASHE would NOT be a Skverer Chosid how HE would write.
Now, I am happy I made you think another way.
The Slverer rebbe is a ehrlich we yid and a manhig of an wida kdoisha! There are lots of Talmidei chachomim and real chasiddishe yidden that are loving and living with Hashem every minute of their life. Chesed. Yiras shomayim in Skver is big. Nothing to be ashamed for anyone. The rebbe himself is more than the usual person and a real big rebbe with so many higher madreigos. Like we saw by so many groise tzadikim.
Again, I was just turning things around so Menashe Should see how it can be done in the opposite direction.
(Interesting no one here spoke up against speaking so cheap of the Satmar Rebbe Hatzadik R' Yoel Teitelbaum ZT"L. Should I say shame in you all?)
והוא רחום יכפר עוון ולא ישחית.
ואתכם הסליחה.
I apologize to all of you and to the Skvere rebbe shlita.
Hakoton Hasho Chen