בלאט 6 פון 13
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:09 am
דורך berlbalaguleh
יעדער לאכט האט געשריבן:ארבעס האט געשריבן:פארוואס האט ער זיי גע׳אסרט?
ער האט געוואלט מאכן געלט פון פארקויפן די ירושה חפיצים פון הייליגן מנח"א זי"ע, די מונקאטשע חסידים בראשם פון האדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א האבן דאס נישט געקענט צוקוקן האבן זיי דאס אפגעהאלטן מיטן טענה'נען אז ער איז דער מונקאטשע רבי און אלעס באלאנגט פאר אים.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די מלחמה איז נישט געווען מיטן טאטן, נאר מיט די ווייב.
זי האט נעבעך אראפגעפירט דעם מאן און זי האט אים נישט געלאזט זיך פירן ברבנות, זי האט גע'רודפ'ט די קינדער נכדי המנ"א זי"ע און זיי ארויסגעווארפן פון שטוב, די קינדער האבן נעבעך געוואלגערט פון איין בית יתומים צו די אנדערע די עלצטע זון הערשי ע"ה האט אליינס קעיר גענומען פון די געשוויסטער און שפעטער געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע פון וואס ער איז שוין געבליבן א אינוואליד עד יום מותו.
ער האט מיט איר חתונה געהאט נאך די מלחמה ווען ער איז געקומען אויף אר"י שבור ורצוץ מיט א שטוב מיט 5 קליינע קינדער ער האט זיך געפרייט איינער קוקט אויף אים און ער איז נעבעך אריינגעפאלן מיט א סאברא.
סוף ימיו האט ער נעבעך באוויינט זיין ביטערע גורל.
איך האב געהערט ממקורות נאמנים אז זי איז געוועין א יעקעטע. אפשר געבוירן אין א"י. געשטאמט פון יעקעס...! כ'האב נאך געהערט א סאך נעגאטיווע אינפארמאציע איבער איר און איר התנהגות.שלא כדאי להעלות על הכתב.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:51 am
דורך berlbalaguleh
בעריש האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
אינטערסאנט אז אזא סאטמארער שוואנץ ווי דיר זאל אויך אפקויפען די נערעטיוו אז דער קלויזענבארגער רב'ס אויסגעשפילטקייט האט געהאט ציטאן מיט די סאטמארע טעראר.
טרעף מיר איין נאמען פון די צענדליגער וואס האבן בשעתו איבערגעלאזט קלויזענבארג קיין סאטמאר וואס האבן דאס געטאן אלץ א תוצאה פון טעראר.
פונקט פארקערט די טערער האט נאכגעפאלגט די אויסגעשפילטקייט כידוע ליודעים.
נאר דאס איז אמאל ברור אז ר"ב וואלט געהאט זערא שאנס צי סוקסידען און וויליאמסבורג בשעת דארט איז געווען א סאטמארער רב, און ס'לזאט זיך דיבעיטען אפילו אן א סאטמארער רב דארט.
איך ווייס נישט איבער יא סאטמארער שוואנץ אדער נישט.(כלשונך.) אבער דער פאקט אז קלויזנבורגער רב איז געווארן אויסגעשפיעלט פון מתפללים. רוב פון וועלכע האבן זיך אריבערגעצויגן קיין סאטמאר, איז ער במחכת"ה זיך אליינס שולדיג געוועין. לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע מענטשן וואס האבן עס פארציילט לפי תומם. און נישט מיט קיין שנאה. ווייל ער האט זיך ארומגעווארפן מיט די מענטשן. און נישט געגעיבן חיזוק, ווען זיי האבן עס אזוי שטארק געדארפט. אלעמאל געוועין מיט א בייזע מינע. און אריינגעזאגט אין באב'ן אריין. לעומת די סאטמאר'ער רב האט אייביג אויפגענימען מיט א שמייכל. און געזאגט א פריינטליכן גוט שבת. איך בין נישט דארט געוועין. נאר אויב ס'איז אמת, איז זייער שטארק מסתבר פארוואס מענטשן האבן איבערגעלאזט און געגאנגען אין א צווייטע ביהמ"ד וואו מ'נעמט אויף מיט א פרייליכע שמייכל. כאטש די קלויזנבורגער רב זצ"ל איז נאך די מלחמה מיט מסירת נפש געקומען קיין אמעריקע מאכן געלט כדי צו העלפן האלטן יתומים און יתומות ביי אידישקייט. אבער אפשר די פארביטערטקייט פון זיינע צרות אין די מלחמה האט איהם נישט געלאזט ארויסווייזן פריינטליכקייט צו די מענטשן אין זיין ביהמ"ד...!
די סאטמער'ער טעראר איז א עקסטער באזינדער פרשה וואס דארף באשריבן ווערן באריכות. אבער דאס איז נישט די סיבה פארוואס קלויזנבורג איז געווארן אויסגעשפיעלט פון מתפללים...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 4:12 am
דורך berlbalaguleh
שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי
כמו שאמרתי: ביטע פארדריי נישט די יוצרות.
די סאטמאר'ער טעראר איז איין זאך. אבער נישט דאס האט אונטערגעברענגט קלויזנבורג. ס'האט אפשר געגעיבן א גוטן אויסרייד פאר די טעראריסטן זיך צו צולאזן. אבער דאס איז שוין געוועין נאכדעים וואס דער רוב מנין ורוב בנין פון מתפללים האט פארלאזט דעם קלויזנבורגער ביהמ"ד...!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 11:59 pm
דורך יהודי פשוט
ווער עס קען טרעפן די צוואה ר' ברוכ'ל זאל דאס ביטע ארויפלייגן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 5:17 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:בעריש האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:
אבער אפשר די פארביטערטקייט פון זיינע צרות אין די מלחמה האט איהם נישט געלאזט ארויסווייזן פריינטליכקייט צו די מענטשן אין זיין ביהמ"ד...!!
הוא עצמו אמר א יוד וואס איז אדורך די לאגער אין זאגט אז ער איז נישט משוגע. ער אליין איז משוגע..!
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
דעת תורה האט געשריבן:
אגב, האט ער דוקא נישט געגליכן קיין הינטל, און אוודאי נישט געהאט. נאר אז מען פארזינדיגט זיך פאר די מונקאטשער חסידים...
אגב, האט ער דוקא יא. געגליכן אן הינטל, אין אוודאי. יא. געהאט . פרעגט ר' נ"ק פין וויליאמסבורג וואס ער האט געואוינט אין בראזיל אין געדענקט עים מיטן הינטעל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:17 am
דורך לחיים
אין בראזיל איז,ער געווען א גרויסע מוהל
ער איז געפארן זייער ווייט פאר א ברית
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:23 am
דורך לחיים
ער האט אויסגעצאלט נאך די פטירה פונעם מנחת אלעזר
די חובות וואס עס איז איבערגעבלעבן
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 2:56 am
דורך הדד בן בדד
פאריגע וואך (דאכצעך ערגעץ אינמיטן חנוכה) געווען זיין יארצייט. זיין זון דער דינוב'ער רבי האט געפירט טיש לכבוד די הילולא. דער מונקאטש'ער נישט. אבער דעם יארצייט האט ער אויך געהאלטן.
עפעס האב איך געהערט איז לעצטענס ארויס נאך א חלק פון זיינע ספרים דברי נבונים.
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:01 am
דורך דריידל
לחיים האט געשריבן:ער האט אויסגעצאלט נאך די פטירה פונעם מנחת אלעזר
די חובות וואס עס איז איבערגעבלעבן
נאך שיין. ער האט באקומען די ירושה, איז נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל אויך אויסצאלן די חובות
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 10:54 am
דורך קינד_אן_קייט
אן אונטערוויוא אויף Ynet מיט א שטיף ברודער פון האדמורי״ם ממונקאטש/דינוב בנוגע זייער פאטער:
http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4647798,00.htmlאינטערעסאנטער אויסצוג:
למה אבא בחר לעזוב את האדמו"רות?
"כל חיי שאלתי אותו את השאלה הזו, ובמספר רב של הזדמנויות - אך רק סמוך לפטירתו הוא הסכים לענות לי על כך. הוא אמר לי: 'אני הייתי הרעבע (כינוי לאדמו"ר), ואני קורא ליהודים לעלות אחרי לארץ ישראל, ומתריע בפניהם שהנאצים מגיעים תוך פרק זמן קצר להונגריה - והם מסרבים לשמוע בקולי? אם אני רעבע, לא אמורים להרהר אחר דבריי'. אגב, התגובה של החסידים לקריאתו הייתה קשה. הם אמרו לו, 'רבי, אם אתה צריך כסף, אז תבקש. למה אתה מפחיד את כולם סתם?'"
דער סוף פונעם ארטיקל איז גרייזיג ווען זיי אידענטיפיצירן דעם היינטיגען מונקאטשער רב אלץ א ברודער פון ר׳ ברוך׳ל (אנשטאט א זוהן).
נשלח: פרייטאג אפריל 17, 2015 12:31 pm
דורך שמעון וואלף
איך האב מיך לעצטענס אנגעשטויסן אין א בריוו וואס אדמו"ר מ'מונקאטש האט געשריבן (בתוך שאר עסקני ישראל) צו אטורני זשענערעל שניידערמאן, בעטענדיג ליניענסי פאר וויליעם ראפפויגל. מסתמה וועט עס נישט ווערן געדריקט צווישן די אנדערע תשובות און מכתבי קודש, שטעל איך עס דא ארויף למען יעמוד למשמרת.
ס'איז מערקווירענדיג ווי ער רופט אים "ווילי" בלשון חיבה און ער דערמאנט דארט אויך "his beloved wife". איך מיין נישט ח"ו ארויסצוברענגן א חסרון דערמיט, פארקערט, ס'ווייזט אז פאר פדיון שבוים איז ער גרייט צו שרייבן עפעס וואס וואלט אפשר נישט געפאסט פאר א רבי.
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 3:51 am
דורך שלמה המלך
זעהער שעהן! אבער פארוואס זאל נישט אויך יעמדו על ימים רבים זיין וואס עס שטייט אונטער זיין נאמען? פארוואס האסטו דאס פארמעקט? איז עס א בושה? אויב יא וואס איז א בושה און וואס נישט?
האסט גענומען א שטעלונג אז דורשין אותו לשבח (איי פולי עגרי וויט יא) און וואס אימער מ'טיט פאר פדיון שבוים איז גיט איז אלזא לאז ארגינעל און פארמעק נישט גארניש.. יש"כ
נשלח: זונטאג אפריל 19, 2015 8:59 am
דורך שמעון וואלף
איך האב גארנישט פארמעקט ;אזוי האב איך עס באקומען. כ'שטעל מיך פאר אז זיין אדרעס איז געשטאנען דארט און פארשטיי טאקע נישט פארוואס עס איז פארמעקט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 12:56 am
דורך מור וקציעה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UppnE8V4OGY[/youtube]א גאר רירענדע פילם פון מונטקאטש פארן קריג מיט אינטערעסאנטע שטריכן איבער דאס אלגעמיינער אידישע לעבן דארט, אויכעט איז דא דארט גאר אינטערעסאנטע זאכן פון הגה''צ ר' ברוך ראבינוביץ וחמיו בעל מנחת אלעזר זצ''ל
איינע פון די זאכן וואס זיי ברענגען ארויף איז אז ווען דער גרויסער עסקן וממנהיגי הציונות זאב ז'בוטינסקי ע''ה איז געקומען געבן א דרשה אין תרצ''ו מחזק זיין די ארטיגע יודן איז הגה''צ רבי ברוך געקומען זיך אינטעהערן פון אונטערן פענסטער אביסעל דברי חיזוק
https://www.youtube.com/watch?v=UppnE8V4OGY
נשלח: דאנערשטאג אפריל 23, 2015 1:37 am
דורך שבת אחים
יישר כחכם הרב @מור וקציעה די קליפּ איז געוואלדיג ,זייער רירענד און אינטערסאנט פול מיט בענקשאַפט און נאסטאלגיע צו דער אלטער היים , א חוץ פונדעם פיל איך א שטארקע קאָנעקשאן צו די שטאט מונקאטש וואס מיין מאמע איז דארט געבוירן און די שטאט פון מיינע זיידעס און איר עלטערין,
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:05 pm
דורך שמעון וואלף
ביי די חתונה פון בנו אדמו"ר ממונקאטש שליט"א
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:05 pm
דורך שמעון וואלף
נאך איינס
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 4:16 pm
דורך געוואלדיג
ווי וואנט מאר, ברענג נאך פון די בילדער, יישר כח.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:19 pm
דורך שמעון וואלף
ביים אפשטאטן א באזוך מחזק צו זיין חיילי צה"ל אין סיני.
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 1:32 am
דורך שמעון וואלף
מיט זיין זיווג שני און קינדער וואס ער האט געהאט פון איר
נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 5:14 pm
דורך שמעון וואלף
איך ווייס נישט ווי דאס איז אבער ס'קוקט אויס צו זיין נאכ'ן מלחמה
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:15 am
דורך שמעון וואלף
ביי א שמחה