בלאט 6 פון 11

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:28 pm
דורך מורינו הרב
נאר אזוי ישמעאל הכהן... שוין די צווייטע מאל וואס דו פראבירסט צו פארפירן דעם אשכול צו דיינע אינטערעסן. אפשר ביים דריטן מאל וועט עס דיר ענדליך גיין.

נייס טריי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
וואס מיינט וואס זענין מיינ אינטערעסען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:30 pm
דורך סאשי פיש
סאשי פיש האט געשריבן:ווער האט עס ארויסגענומען פון צימעס און געלייגט אין געזעלשאפט????

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:33 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:עקסקיוז מי? האט סאטמאר רב געפייערט א גוטע פרינציפעל און געלאזט פאלן א סקול צוליב סימס?

דו ביזט א שוואכער פארגלייכער

נישט דאס האב איך געמיינט צו זאגן. אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין שאלה.
איך האב געוואלט ארויסברענגען אז פונקט ווי סאטמאר רבי האט געהאט זיינע תקנות און איז געווען אן טאפ פון זיינע מוסדות, איז דער פאפא רב אויכעט (עכ"פ לויט די מעשה),
(און אז דו פרעגסט שוין, יא, גלייב איך אז אויב א פרינציפעל וואלט זיך אקענגעשטעלט סאטמאר רב'ס צניעות תקנות וואלט ער איר אויך אפגעזאגט, אדער לכה"פ קאנווינסד.)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:35 pm
דורך I'm back
[tag]ישמעאל הכהן[/tag], א פשוטע עצה אז קיינער זאל דיר ניטש אטאקירן פארן אריינמישן סאטמאר אין אנדערע אשכולות:

מאך אויף א אשכול 'ישמעאל הכהן'ס אשכול'. יעדער מאל די ווילסט שרייבן עפעס וועגן סאטמאר אין א אשכול ווי עס קומט נישט אריין, שרייב עס אין דיין אשכול, און לייג א לינק אויף וואס ארויף די שרייבסט עס.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:39 pm
דורך מורינו הרב
פשי, איי'ם בעק, יעצט האסטו גערעדט מיט חכמה, צו דער זאך... ממש ווי א פאפענער.

(עה, נישט געמיינט חוזק צו מאכן פון פאפא. איך רעד נאר לויט דעם אשכול, וד"ל)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:26 pm
דורך diff
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:28 pm
דורך שת.אדמזאהן
I'm back האט געשריבן:איך האב גראדע דיר נישט געמיינט. [tag]זר זהב[/tag]

אם אינו ענין לכאן תנהו לענין אחר.
דא שרייבט [tag]זר זהב[/tag] אזוי:
פאפא רב זצ"ל איז דאך געשטאנען מיט סאטמאר רב. די היינטיגע פאפא איז שוין סתם א מיקס פון אויבער חכמים... און דזשעלעס מענטשן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:29 pm
דורך I'm back
דעמאלס שריי די... איך בין נישט די בדחן דא...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:30 pm
דורך זר זהב
[tag]שת.אדמזאהן[/tag]
דאס איז אמת. אבער דאס איז נישט צו זאגן אז זיי זענען טיפשים צו ווייסיך וואס. יעדער נארמאלער מענטש קען זיין דזשעלעס און א אויבער חכם. סאטמאר האט נישט פון וועם צו זיין דזשעלעס, מילא איז עס בכלל נישט א מעלה פון זייער זייט אז זיי זענען נישט דזשעלעס אויף קיינעם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:31 pm
דורך זר זהב
אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:39 pm
דורך שת.אדמזאהן
זר זהב האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!

לאו דוקא.
ס'דא געזונטע און ס'דא קראנקע. פונקט ווי יעדער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:39 pm
דורך זר זהב
אקעי. באט יו גאט מיי פוינט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:51 pm
דורך שמעקעדיג
diff האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .

אולי ווייל כעלעם מיט חולם איז לשון נופל על לשון.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:54 pm
דורך שת.אדמזאהן
[tag]שמעקעדיג[/tag], חולם גופא איז על שם כעלעם.

כך ראיתי פעם בוויקי.
ולענ"ד, כינוי "חולם" על גולם ע"ש חולם חלום.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 5:50 pm
דורך סאשי פיש
מען דארף איינער זאל מאכען א סך הכל פון די גאנצע אשכול
ווי איז [tag]מאראנצןזאפט[/tag] ווען מען דארף עם?

איך טראכט ווי אזוי די אשכול זאל הייסען צו

א פאפאנער אן אריגינעל

פאפא ידיד ה׳

פאזיטיווע ליכט אויף פאפא אין די אידישע מידיא

פאפא- א חכם אין שטוב אדער א טיפש

פאפא א סימבאל אדער סגולה?

דער פאפאנער מיטן ....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:58 pm
דורך גנדי
געהערט פון א פאפא חבר:

יארן מאכן די סאטמער'ע חוזק פון פאפא אז זיי מאכן נאך סאטמאר. איז געקומען צום עירוב האט פאפא אפגעמאכט זיי גייען האבן אן אייגענע מיינונג, טראכטן פאר זיך און נישט נאכטאנצען סאטמאר...

האבן זיך די סאטמער'ע אנגעהויבען צו רעגן היתכן פאפא האלט נישט ווי סאטמאר!

האלאו! די מאכסט חוזק פון מיר ווען איך טו ווי דיר - און די פארלאנגסט איך זאל ווייטער נאכטוהן?


היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:01 pm
דורך שת.אדמזאהן
גנדי האט געשריבן:היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...

א פלאטשיגע הוט איז געווען אין אונגארן א רבנישע טראגע.
די הויכע ביבער הוט וואס פאפא אנ"ש גייען, קומט פון דעם וואס רבותינו ז"ל האבן זיך געהאלטן פאר בעלזא חסידים, און אין גאליציע איז דאס געווען די חסידישע הוט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:05 pm
דורך קאווע טרינקער
שת.. אסאך אריינגעארבעט היינט, כ'האף אז ס'איז נישט לריק...
זאג, כ'האב איין קליינע פראגע.
וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:12 pm
דורך שת.אדמזאהן
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

א פאפא קהילה איד, אזוי ווי איך, פילט נישט און טראכט נישט א גאנצען טאג אז ער איז א פאפאנער, וואו ער גייט, אין וועלכע בית המדרש ער פאלט אריין, שפירט ער זיך באקוועם. מען דערקענט אים נישט אויף זיין גארטעל, ציצית (סקווירא/רחמיסטריווקא), פיאות (כנ"ל), נוסח התפילה (כנ"ל, בעלזא, ועוד), הוט (וויזניץ).

איין זאך יא, ווען מען האנדעלט מיט מאדערנע אידן, און זיי פרעגן וואו דו וואוינסט, און דו ענטפערסט "וויליאמסבורג", פרעגן זיין "איר זענט סאטמאר?" - דאס קען אמאל ווייטוהן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:17 pm
דורך shefele
איך דערמאן מיך א גיט ווארט וואס איך האב געהערט מיט יארן צירוק.

אמאל איז פאפא געווען א קליינע סאטמאר, היינט איז סאטמאר א גרויסע פאפא.....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:00 am
דורך גנדי
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:02 am
דורך זר זהב
מ'קען אבער ס'זייער שווער. מ'דארף מאכן ש"י טבילות 40 טעג אין א צי אין ראדני מקוה איינס אזייגער נאכמיטאג. אסאך סורווייווען עס נישט.