בלאט 6 פון 8
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 8:26 pm
דורך בדחן
פארוואס צוויי עקסטערע אשכולות ווי אין ביידע שמיעסט און מען שרייבט די זעלבע זאכען??
נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 10:44 pm
דורך big joe
די מחלוקת אין די עדה איז א בחינה פונעם מימרא פונעם באוויסטע שווארצע גלח ג'ערעמייע רייט
The chickens are coming home to roost
יעצט זעה איך אז די פאליטישע סלענג "סקעלעטנס אין דער קלאזעט'' האט גאנץ א אנדערע מיינונג ביי די קנאים
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:47 am
דורך שעפטל
חכמי וזקני ירושלים מיט מורי צדק פון די עדה החרדית זענען מוחה קעגן [tag]נאר,,פרייליך[/tag] און זיינע שותפים....
IMG-20130820-WA008.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:58 am
דורך נאר,,פרייליך
https://mobile.twitter.com/HQSatmar/sta ... 16/photo/1שעפטעלע נאדער אייערע טוויטער מעסעדזשעס וואס די כת ה'בלאט יובל'ט אז מ'נעמט זיך אהן פאר'ן כבודו המבוזה פינעם ראב''ד וואס שטייט אין צענטער פון די לעצטערע חפירות מדן ועד באר שבע זייענדיג דער יד ימינו פונעם מפקח ויו''ר ארץ החיים הגה''ק שלום שליט''א
ס'ווינדערט ווי פלוצים די גרופע זענען געווארען זעלכע ''נועם המידעס'' זיי האבען פלוצים פארגעסן זייער היסטערי פון שמיצען מבזה זיין טערארזירען יעדן גדול וואס איז זיי געשטאנען אין וועג און ווער ס'שטייט זיי היצט אין וועג
ס'א פלא ווי זיי ווייסען נאר פון מוצי''ם וואס טרייען צו מגונן זיין און דעקן די כבוד המבוזה פינעם שר התורה הראב''ד
ווי איז נעלם געווארען דער פסק בי''ד איבער די חפירות וואס פון דעם וויסען זיי ניש צו זאגען
והעולה על כולנה:
ווי איז נעלם געווארען די החלטת הביד''צ אז מ'העט זיך ניש מטפל זיין מיט די וואס ווילען מ'זאל פון זיי רעדן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:31 am
דורך שעפטל
אונז זעמער פליפ פלאפערס... געניג א קלארע ענטפער?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 12:22 pm
דורך [NAMELESS]
ודברו סרה על ה' ועל משיחו הגאון וכו',
איך פארשטיי נישט, איז הרב שטערנבוך השם אדער משיחו? אדער גאר ביידע?
בכל אופן, די טיילונג איז שיין, סאטמאר און די גאר עקסטרעמע קהילות זענען מיטן גורער מו"צ פון אנטווערפן, און תולדות אהרן, דושינסקיא מיט אלגעמיינע נישט עקסטרעמע קהילות זענען מיטן יוהאנעסבורגער שעף ראבינער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:22 pm
דורך שעפטל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:24 pm
דורך שעפטל
שוין צוגעקומען הגאון רבי שמואל אויערבאך שליט"א
אויערבאך.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 2:36 pm
דורך שעפטל
כ'זעה א בריוו פון הרב דוב לנדאו, ווייסט איינער צו דאס איז פון די ראשי ישיבת סלבודקה??
רב לנדאו1.jpg
רב לנדאו2.jpg
רב לנדאו3.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 3:34 pm
דורך נאר,,פרייליך
שעפטל'ע נאדער א פרישער מוחה אויפען כבוד התורה הנדרסת והנשפלת:
מכ''ק הגה''ק ה'אתר הבעלזאי שליט''א ווי ער קעמפט מיט ציין און נעגל למען ה'עדה' החרדית
http://ladaat.info/article.aspx?artid=7395
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:16 pm
דורך נאר,,פרייליך
הגר''ח קאניעווסקי האט היצט איבערגעגעבן פאר גאב'ד ירושלים שליט''א ביי א באזוך זיין חוו''ד איבער די שוד המתים אין בית שמש און אים מחזק געווען איבער זיין מלחמה קעגן די מחטטי שכבי
נאדער צוויי פרישע קול קורא'ס פון די רבנים קעגן די חטוטי שכבי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:29 pm
דורך Lexus
מחאה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:42 pm
דורך Lexus
בשעת די גראבן יעצט אין בית שמש, האט מען געטראפען אן אלטע usb וואס זיי זאגן אז עס איז מזמן בית שני!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 5:47 pm
דורך א שוויצער
לעקסוס ליצנות אין א זייט ביטע
האט מען שוין עטוואס ראיות לצד את''ק אז די פילע רבנים זענען מוחה אואויפהערליך איבער די בוי ארבעט??
וואס איז די תשובה אדער תגובה פון הראב''ד שליט''א איבער די אלע גאר הארבע טענות און מחאות נגד זיין היתר?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:04 pm
דורך בדחן
א שוויצער האט געשריבן:וואס איז די תשובה אדער תגובה פון הראב''ד שליט''א איבער די אלע גאר הארבע טענות און מחאות נגד זיין היתר?
ווי קען מען זען די אלע
הארבע טענות קעגן זיין התיר?
דו רעדסט אפשר פון די פארקעווילען וואס מען האט געווארפן אויף די גאסען?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:44 pm
דורך [NAMELESS]
מיין שאלה איז אזוי: הרב משה שטערנבוך האלט נישט אז מען טאר נישט גיין צו בחירות, אבער ער האט די לעצטע יארן אזוי אונטערגעשריבן, יעצט, ווען ער ווערט א שייגעץ גייט מען נאך לייגן זיין נאמען צווישן די אוסרים אדער יעדער פארשטייט אז עס איז געווען א וויץ?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 6:45 pm
דורך טישו באקס
א וועד, בשם "איגוד הקונים", האבן ארויסעגעבן א קונטרס 'דברי אמת וצדק' וועלכע באשרייבט די השתלשלות הדברים, וואס איך האב דא געברענגט אין א PDF לתועלת הציבור.
צוליב די גרויסע סייז האב איך עס צוטיילט אין 3 חלקים.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 7:57 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:חכמי וזקני ירושלים מיט מורי צדק פון די עדה החרדית זענען מוחה קעגן [tag]נאר,,פרייליך[/tag] און זיינע שותפים...
IMG-20130820-WA029.jpg
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 8:15 pm
דורך פידלער
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:23 pm
דורך נאר,,פרייליך
פידלער האט געשריבן:http://www.jewishpress.com/news/breaking-news/haredi-rabbis-fed-up-with-extremists-threaten-to-cut-payments/2013/08/19/
מיר קענען ערווארטען מער משולחים...
ס'פריידיג צו זעהן ווי אלע ציוניסטיש געשטימטע זייטלעך זאגען אפען ארויס זייער אינטערעס מיר ווילען מ'זאל גראבען און גראבען און גענדיגט מיט די קנאים
זוי בלייבט יעדער בלי ספק וואס א גלייכער רעכטדענקענדער מענטש דארף זיך מצרף זיין צו די רוף פון די פאלגענדע רבנים געט א בליק אויף זייערע ווענדונגען צום ציבור יראי ד'
נעמט אין אכט די דבורים פון הרב רבי סענדער ווער ס'שולדיג אין די אלע מחלוקת ובזיון התורה
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:47 pm
דורך קאווע טרינקער
ר' מענדיל אטיק איז א תלמיד פון די חזון איש?
סאו מיין ברודער וואס געלערט/גערייכערט אין "אטיק" איז מתלמידי תלמידיו פון די חזון איש?! WOW איך בין אים מקנא.
ווער זענען די אנדערע צוויי? וואו זענען זיי מרביץ תורה? וואס זענען די נעמען פון זייערע ספרים?
וואס געדענקען זיי פון רבי'ן זכותו יגן עלינו?
איך פרעג פשוט, ווייל זייערע נעמען זענען ניי פאר מיר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 9:57 pm
דורך בדחן
וואס פשט אז נאר סאטמער ירושלימער רב שרייבט זיך אינטער מיטען הק' בעפאר זיין נאמען? עס פאסט עפעס נישט אריין דארט צווישן די אנדערע חתימות.
די שאלה האט גארנישט מיט סאטמער אדער את"ק פאליטיק. ביטע נישט אריינמישען אינעם ענטפער.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 20, 2013 10:02 pm
דורך קאווע טרינקער
בדחן האט געשריבן:וואס פשט אז נאר סאטמער ירושלימער רב שרייבט זיך אינטער מיטען הק' בעפאר זיין נאמען?
די סיבה איז פשוט, די ירושלימער אידן זענען צו נארמאל צו פראווענען ענוות.