בלאט 6 פון 66
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 12:25 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 1:35 pm
דורך אבי גערעדט
פיין געווען, איינער האט נאך עפעס אינטערעסאנטס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 2:49 pm
דורך אבי גערעדט
דא זעה איך א באריכט איבער א נייעם סעריע אינטערן "נאמען "שידוך משמים
דא קען מען זען פרק א'
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:01 pm
דורך דעת תורה
עס קומט יעצט א סעריע אונטערן נאמען "זמן פוניבז'". לפי הבנתי דארף דאס צו קאווערן די בני ברק'ער ליטאים.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 4:12 pm
דורך לעיקוואד
דעת תורה האט געשריבן:עס קומט יעצט א סעריע אונטערן נאמען "זמן פוניבז'". לפי הבנתי דארף דאס צו קאווערן די בני ברק'ער ליטאים.
זמן פונוביז איז א דאקומענטערי פילם וועגן די פאנאוויזשע ישיבה. נישט קיין סעריע.
לע"ע קען מען עס נישט זעהן אויפ'ן אינטערנעט, הגם עס דרייט זיך ביי פארשידענע מענטשען האנט צו האנט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:10 pm
דורך zurich
ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:32 pm
דורך מנשה לוסטיג
zurich האט געשריבן:ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?
א שיין ביסל היימישע וואס איך אליין קען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:36 pm
דורך zurich
מנשה לוסטיג האט געשריבן:zurich האט געשריבן:ס'דא א פאר פרימע יודן וואס עקטען,איינס איז די מנהל פון חדר,איינער ווייסט פון נאך?
א שיין ביסל היימישע וואס איך אליין קען
טאקע אינטערסאנט ווי זיי האבן גענימען די דרייסקייט, זאג שוין ווער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2013 5:44 pm
דורך מנשה לוסטיג
ביי די מענער זענען דא 'עקסטרע' אפאר. דער פידל שפילער ביים קומזיץ איז שמעי ווייצהענדלער - ווער ס'קען עהם.
אויך 'בוקסבום' ביי די מלמדים שטוב, און דער באקאנטער אקטיאר פון גרובייס און פון נשמה של ילד, כ'געדענק נישט זיין נאמען, אבער א חב''דסקער א היימישער.
ביי די פרויען ביים דרשה פון דער מנהל, איז דא צוויי זיכער וואס איך ווייס זיי זענען היימישע, איך וויל נישט זאגן וועלכע, טאמער קיינער ווייסט נישט.
איינע פון די צוויי איז א גערע פרוי, וואס האט נאכנישט געענדיגט שנה ראשונה יעצט.
ס'קוקט אויס אז ס'געווען א ביקוש, און מ'האט געקענט לייכט אנקומען אינעווייניג, און אלץ די בושה, די צייט איז א קורצע ווילאנג ס'וועט נאך זיין א בושה.. הערט מיין ווארט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 6:21 pm
דורך ככלי מלא בושה
וואס האט אלישבע געטון צו אירע ערשטע צוויי מענער?
אויך פרעגט זי קיווע צום סוף "אז למא ספרת לו? וואס מיינט זי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:03 pm
דורך דעת תורה
שלום - וואס זאגט איר עס - האלט דאך אז זי פילט שולדיג אין אירע מענער'ס טויט. און דער אמת איז, אז די פילם שרייבער'ס האבן טאקע געהאט א יועץ לעניני חרדים, אליין א - אדער א געוועזענער - חרדי. אבער קיין בר אוריין איז יענער לכאורה נישט, ווייל על פי הלכה טאר מען טאקע נישט חתונה האבן מיט א פרוי וואס צוויי מענער אין א רייע זענען איר געשטארבן. (נאט שור אויב דער רמב"ם נעמט עס אן להלכה; אין די גמ' עכ"פ איז אזוי גע'פסק'נט).
למה סיפרת לו מיינט פארוואס ער - עקיבא - האט דערציילט פארן פאטער אז די גאנצע תנאים איז געווען א אנשטעל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:08 pm
דורך דעת תורה
דער סך הכל קומט אויס אז שלום ווערט אראפגעמאלן ווי א קארופטירטער מענטש, קיין שום סאשעל סקילס, זערא מעגליכקייט צו פארשטיין א צווייטן. (זיי ווילן בעקיפין ט אראפמאלן דעם טיפיקל מידל עיזש חרדי פאר אזא טיפ).
עקיבא איז נעבעך א געבוירענער לוזער, דאס מזל צורינט אים אייביג צווישן די פינגער.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:13 pm
דורך מאטי
לאו דוקא, שולם האט גערעכטע טענות. ווי איז געהערט געווארן אן אירוסין בלא נישואין. זי האלט נישט ביים חתונה האבן ווייל זי האט מורא פאר עקיבא׳ן אבער זי לאזט אים מיט אילוזיעס כאילו עקיבא האט א טשאנס. דאס האט שולם פארשטאנען און אלס געטרייער טאטע דאס געוואלט איינמאהל פאר אלעמאהל אויפהערן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:37 pm
דורך בן תמליון
גראדע מיר קוקט אויס וויי שולעם קומט ארויס געווינער. קיווע וואלט באדארפט חתונה האבן מיט אסתי ווי א גוט חסידיש בחור. ווי האבן איהם זיינע גויאישע לאוו השגות געפירט? אויך האבע מלכה זעט איין דעם חורבן פון די טי ווי און דאך פירט איר דאס אדיקשאן צום טויט.
די דרשה פון שולעם איז עפעס ריזיג. אויך מיין איך באבע מלכה מיט רביצין ערבליך באקומען מיין אסקער נאמינאציע.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:44 pm
דורך לכבוד שבת קודש
איך מיין אז די גאנצע מאווי ברענגט ארויס די פאלשקייט פון מענטשן בכלל, און ווי אזוי מענטשן זאגן כסדר איין זאך און טוען עפעס אנדערש, געוואנדן לויט ווי אזוי עס קומט אויס. פון שלום איז דאך שוין אפגערעדט, דא שרייט ער אז די מאמע מעג קוקן אויף די פארשטעלונג, דא הענגט ער צעטליך און זאגט נאך רביצין ערבליכ'ס דרשות אויף וואס ער האט זיך פריער געשריבן, און צום סוף קוקט ער נאך אליין ארויס פון פענסטער.
רביצין ערבליך אליין, סוף כל סוף הערט זי נישט אויף צו רעדן מיסע ווערטער, און פרעגט אויס שלום וועלכע מיסע ווערטער די אייניקל האט געזאגט, זי, די אלטיטשקע איז בקי אין אלע מיסע ווערטער און זאגט עס כסדר נאך. קיווע פון די אנדערע זייט איז אויך א צומישטע בריאה וואס יעדע מינוט וויל ער עפעס אנדערש, אז ס'גייט א רויעך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 8:45 pm
דורך מאטי
דער פאלשער ארטיסט ווי קיווע האט געארבייט איז בכלל נישט אוועקצומאכן. ער מאכט דעם אטמעספערע פון חסיד׳שע מאנקי ביזנעס, געלט גייציגקייט, און אינטערערדישקייט אייזן שטארק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:19 pm
דורך אביגדור
.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:32 pm
דורך משה געציל
בן תמליון האט געשריבן:גראדע מיר קוקט אויס וויי שולעם קומט ארויס געווינער. קיווע וואלט באדארפט חתונה האבן מיט אסתי ווי א גוט חסידיש בחור. ווי האבן איהם זיינע גויאישע לאוו השגות געפירט?
גערעכט, ער וואלט ווען געברויכט גיין בדרכי אבות און אנקניפען מיט די האלב געווארענע בעלת תשובות...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:35 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב אויף קיינעם נישט אזוי רחמנות ווי אויף ר' שלום שטיסל, ווי יעדעס מאל וואס מ'האט געענדיגט א סצענע האט ער נעבעך געמוזט מיט יסורים אראפרייסן דעם געקניפטען בארד פון זיינע געגאלטע באקן
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:37 pm
דורך משה געציל
פאר'ן ריכטיגן פרייז רייסט נישט אראפ דיין עכטן בארד פונעם געקלעבטען פנים?...
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 5:31 am
דורך פערינא
קוק אויף די פעיסבוק פעידזש פון שטיסל, די לעידיס ווערען קראנק פאר עקיבא
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 9:30 am
דורך טעפל
פערינא האט געשריבן:קוק אויף די פעיסבוק פעידזש פון שטיסל, די לעידיס ווערען קראנק פאר עקיבא
מיינסט אהן זיין בארד?!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 11:27 pm
דורך פערינא
Tovi Gittie
מתוסבכת האלישבע הזאת.ומזה אנטיפטית!!אם היה מתחיל איתי בחור רווק כזה. .הייתי חוטפת אותו..רק שבמציאות אין דברים (גברים) כאלה ..ואין בכלל..