בלאט 6 פון 7

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 7:49 am
דורך ירא שמים
קאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 9:11 am
דורך קאווע טרינקער
די מחבר ברענגט אויך נישט קיין צווייטע צד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 10:07 am
דורך אייניקעל
ירא שמים האט געשריבן:קאווע שטיבל / אניטערנעט ארויף אראפ , די קעפל איז ראנג און פארטיג , איך רעד פון די קעפל נישט די דיסקאסיע , די קעפל דייטעט אהן הא גופא נישט הערן קיין צווייטע צד , שרייען שבת אויף ווער סטראגט מיטן עירוב און נאך ערגער , שוין זיך גענוג געקריגט ערב יום כפור.


די קעפל ברענגט ארויס א מיינונג, האסט א פראבלעם דערמיט? דעבאטיר עס. ביזט צו סענסעטיוו? לייען עס נישט.

קיינער שרייט נישט, ס'איז א בחינה ווי אין טאטע קויף מיר הויזן, לייען עס מיט א רואיגקייט וועסטו זעהן אז די וואליום איז גאנץ נידריג און געלאסן.

א זיס יאר הייליגע ברידער!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 11:49 am
דורך [NAMELESS]
אייניקעל האט געשריבן:א זיס יאר הייליגע ברידער!

:like :like :like !!!
Same 2 u ברודער לעבען!

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 12:01 pm
דורך פליקער
איך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2015 2:45 pm
דורך קאסטנער
פליקער האט געשריבן:איך וויל מאכן א כפרה אויף כסף, קען מיר איינער זאגן די ניסוך, זה חליפתי, זה הכסף ילך ל'וואס זאל איך זאגן לאשתי אדער לצדקה


מאנכע פירן זיך עס צי געבן פאר צדקה וויבאלד צים סוף קימט די געלד סייווי צוריק...

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 12:37 am
דורך פליקער
ווי אזוי גייט די געלט ציריק,
אה מסתם מיט די קל וחומר[emoji1]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 1:30 pm
דורך Kool man
שלום על ישראל האט געשריבן:
Kool man האט געשריבן:בר דעת, דיין קאמענט איז גרויליג, כשהן יורדין הן יורדין... נעבעך

איז פארהאן א נייע פאליסי אויף ק.ש. אז מען אטאקירט איינעם דעם צווייטען? וויאזוי לערנט מען זיך דעס?


איך האב בסך הכל גענומען די [גרויליקע] רייד - אויסדריק וואס בר דעת האט געשריבען אויף אומצאהליקע פוסקים, און אויף א אור אלטע מנהג וואס צענדליקער טויזענטער יודען זענען מקיים יעדעס יאהר, און די זעלביקע רייד - אויסדריק געשריבען [נישט אויף איהם, נאר] אויף זיין קאמענט. פעיר ענאף?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 2:20 pm
דורך שלום על ישראל
בכלל נישט. יעדער קען ניצן די טענה פאר זיך, אז די צד שכנגד האקט אויף דעם ממילא האק איך צוריק מיט די זעלבע שפראך. ווען מען דעבאטירט א נושא טאר עס נישט זיין פערזענליך. איך רעד שוין נישט פון די תקנות של הק"ש, נאר ס'איז פשוט נישט געשמאק זיך צו עסן מיט יענעמ'ס שיטה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 4:15 pm
דורך Kool man
א שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .

א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 12:57 am
דורך diff
טאקע א שאד צו טעהנען מיט עקשנים

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 10:49 am
דורך שלום על ישראל
Kool man האט געשריבן:א שאדע די טעהנעריי, נאך איינמאהל, איך האב קאמענטירט אויף די קאמענט, נישט אויף די ניק, שנית יענער ניק האט געשענדעט א הייליגער מנהג, איז דא חיוב מוחה צו זיין, ער האט זיך נישט געטענהט אדער געדינגען כדרך בני אדם, ער האט גענוצט אן אומאיידעלען אויסדריק אויף א הייליקער מנהג, און בסך הכל דער זעלבער אויסדריק איז צוריק גענוצט געווארען מוחה צו זיין, .

א חידוש איז אויף דיר, אז דו שפרינגסט פון א אויסדרוק אויף איינעמס קאמענט, און די חוזק און אפשיי אויף די הייליקע ספרים און פוסקים און דער מנהג קימערט דיך גארנישט, בבחינה על כבודי לא מחיתם, נאר אויף א קאמענט פון א ניק פון בשר ודם שפרינגסטו.. אתמההההה.

די זעלבע קען געזאגט ווערן אויף דיר: "דו האסט די חוצפה צו רופן א הייליגער מנהג אויף עפעס וואס די גרעסטע גדולים האבן גערופן מנהג האמורי...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 11:33 am
דורך אייניקעל

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 2:02 am
דורך שבת אחים
האלב לעבעדיגע טשיקענס אריין אין גארביטש טראק, נישט קיין גיטע פּי אַר פאר אונז, שרעקליכע נייעס!, כ׳האב געליינט די comments אינטען
נישט גיט, זייער מיאוס!

#כפרותהאָליקאָוסט #צער בעלי חיים #בל תשחית

Re: כפרות - שוין צייט אפצולאזן דעם מנהג האמורי

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2015 11:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז יעדעמ'ס פליכט. פרעגט'ס אייך נאך ביי דיין כפרות צענטער. ווי גייען די טשיקענ'ס נאך כיסוי הדם? ווער כשר'ט עס און ווער איז בודק? וויאזוי האלט מען עס ביז ס'קומט אן צום ארימאן ? ווער טיילט עס? וויאזוי האט מען געהאלטען דער טשיקען ביז צום שחיטה?
הער אויף מיט לאזונגען וועגען הייליגע מנהגים און אדווערטייזמענט'ס אז מ'איז אפגעהיטען. זאג אונז וואס איז דיינע אפיהטונג.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:45 am
דורך אייניקעל
מנהג פון כפרות
Print version

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 11:55 am
דורך רביה''ק זי''ע
בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:20 pm
דורך אייניקעל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בילד


ולא קרב זה אל זה כל הלילה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 4:21 pm
דורך אייניקעל
אייניקעל האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:


ולא קרב זה אל זה כל הלילה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 5:40 pm
דורך חתן בחור
לא ראי זה כראי זה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.

אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.

ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 5:52 pm
דורך אישתישבי
נאך א מזל עס איז דא קארס, ווען נישט, וואלט פארען מיט א פערד געוועהן צער בעלי חיים. און מען וואלט נישט געטארט פארן אין ערגעץ.

ווי אויך, ניצען א קוה צו אקערעןַ און אנדערע זאכן, וואלט מען אויך נישט געטארט, צער בעלי חיים. ברוך השם עס איז דא מאשינען.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 6:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'דא וואס טענה'ן אז די גאנצע ענין פון מקפיד זיין אויף דרכי האמורי איז אויך מדרכי האמורי.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 07, 2019 7:01 pm
דורך גראף
חתן בחור האט געשריבן:לא ראי זה כראי זה.

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ענין פונעם שעיר לעזאזל, און פארוואס דער באשעפער האט געהייסן מצער זיין א ציג. אבער פאר א בהמה/חיה איז דא א פונדאמענטאלע חילוק צווישן פייניגען און הרג׳נען. לאמיר זאגן אז א חיה שפירט צער אויפ׳ן זעלבען שטאפל ווי א מענטש און ליידט פונקט אזוי ווי א מענטש, ממילא האט דער באשעפער באפוילען אויף צער בעלי חיים. לויט דעם טאר מען טאקע נישט האלטן כפרות איינגעשפארט אין קעסטלעך.

אבער ווען ס׳קומט צו הרג׳נען איז עס גאר אנדערש. א חיה ליידט נישט מער ווי 3-1 סעקונדעס ביים שטארבן, סיי ביים שחט׳ען און סיי ביים אראפווארפען פון א שפיציגע בארג. א חיה שפירט נישט אנגסט, ער ווייס נישט אז מ׳גייט אים הרג׳נען, ער איז נישט באזארגט פאר זיין משפחה, ער האט נישט קיין דאגות ער האט נישט קיין שרעק, ער ציטערט נישט פאר׳ן טויט.

ס׳איז זיכער דא טויזענטער פעלער ווי בהמות ליידן טאקע יא ביים שחט׳ען, אבער דאס איז א פראבלעם פונעם קאמערציעלע סיסטעם וואס זיי נוצען, נישט דעם שחט׳ן זעלבסט. ס׳איז דא סייענטיסטען וואס זאגן גאר ביי שחט׳ען כשר׳ע בהמות, אז זיי פארלירען דאס באוויסטזיין אין אונטער א סעקונדע.

אויף דער פונקט אז בהמות שפירן נישט קיין אנגסט אז מען פירט זיי צום טויט בין איך נישט זיכער. קודם כל די באוויסטע מעשה מיט רבי און די קאלב און די מייז וכו' וואס מען זעהט דארט. צווייטענס אויב דו גייסט אויף יו טוב קען מען טרעפן ווידאו פון בע''ח וואס ציטערן פון דעם טויט. אפשר קענסטו זאגן כי לכך נוצרת אבער אנגסט מיינעך איז עס אלץ.