בלאט 6 פון 8

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:12 pm
דורך מנשה לוסטיג
חסרון הסברה איז חסרון הבנה.
מ'פראבירט אלע טאקטיקן, שעלטן באוואשן דרשות מיט פזמונים, אבער קיין גראדע תירוץ האט קיינער נישט געשריבן 'קורץ און שארף', וואס עפעס זאל א יוד גלייבן און דאס אלעס וואס מ'זאגט נאך..
אפשר איז עס כולו שקר?
קוקט אויס אז עטץ ווייסטס אליינס נישט ווי צו שטעלן א גראדע פוס. דערפאר שעלט מען און מ'פארציילט סיפורים נאך סיפורים, אבער איין גראדע ענטפער איז נישט פארהאנען אין ענקערע אויסגעזאלצענע מוחות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:14 pm
דורך ודי למבין
אויך מיר געזאגט תהלים... פאר די עווערדזש בחור\יונגערמאן נעמט גאנץ תהלים ווייניגער ווי א דריי-פערטל שעה...

אגב, איינס פון די מופתים וואס מ'פארציילט אויף די הייליגע רבי איז אז פאר אים נעמט תהלים נישט מער ווי 20 מינוט..

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 4:16 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מנשה - Breathe in and out, repeat. That's the main thing.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:20 pm
דורך קעניגרייך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

כלל ישראל איז געבויעט אויף מסורה, משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, יעדער צדיק האט סמיכה פון זיין רבי'ן ארויף מדור לדור, אזוי קען אנהאלטן א שלשלת ביז משה רבינו.
פון וואו ווייסט מען אז איינער איז א צדיק, ווייל זיין רבי איז געווען א צדיק און זיין רבי האט אויף אים געגעבן סמיכה. אלע תלמידי בעש"ט האבן סמיכה ביזן בעל שם טוב, אזוי האלט אן די שלשלת.

רבי דוד טווערסקי שליט"א האט נישט קיין שום סמיכה פון קיין שום צדיק וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז א צדיק, קיין איין אדם גדול האט דאס נישט באשטעטיגט, דאס איז די סיבה פארוואס כלל ישראל האט אים נישט עקסעפטעט אלס אדם גדול, אויסער ביי חסידי סקווירא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און פון וועמען האט דער בעל שם טוב?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:35 pm
דורך הוגה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און פון וועמען האט דער בעל שם טוב?


Come on!!! א יעדעס קינד אין חדר ווייסט אז די בעל שם טוב האט מקבל געווען פון אחיה השילוני.


.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הוגה - איך האב געמיינט אז קעניגרייך זאל ענטפערען. מיר האבען צוזאמען א ספעציעלען שייכות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:46 pm
דורך smart man
קעניגרייך האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'וויל הערן ווער איז הייליג און באגלייבט? און אויף וואספארא סמך?

כלל ישראל איז געבויעט אויף מסורה, משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע, יעדער צדיק האט סמיכה פון זיין רבי'ן ארויף מדור לדור, אזוי קען אנהאלטן א שלשלת ביז משה רבינו.
פון וואו ווייסט מען אז איינער איז א צדיק, ווייל זיין רבי איז געווען א צדיק און זיין רבי האט אויף אים געגעבן סמיכה. אלע תלמידי בעש"ט האבן סמיכה ביזן בעל שם טוב, אזוי האלט אן די שלשלת.

רבי דוד טווערסקי שליט"א האט נישט קיין שום סמיכה פון קיין שום צדיק וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז א צדיק, קיין איין אדם גדול האט דאס נישט באשטעטיגט, דאס איז די סיבה פארוואס כלל ישראל האט אים נישט עקסעפטעט אלס אדם גדול, אויסער ביי חסידי סקווירא.

שמעתי אז ביי די לוויה האבן אים מכתיר געוועהן הרה"צ מפאפא צעהלים רב ביק, ניימאן (מאנטריאל) זכרונם לברכה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 5:52 pm
דורך קעניגרייך
הכתרה האט גארנישט מיט סמיכה. ער האט פארט געדארפט זיין די סקווירא ממשיך דרכו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:28 pm
דורך מנשה לוסטיג
אבער ווער איז דער סמיכה געבער אז כ'זאל עהם האלטן חשוב? ווער האט געזאגט אז מ'דארף גלייבן די משה קיבל תורה מסיני? איינער האט דיך עס געזאגט! ווער? פארוואס גלייבסטו עהם?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 7:52 pm
דורך איחוד פעלד
דא אין דער אשכול איז דא דריי שיטות דערווייל, די חסידים פין סקווירא, וואס וועלען טענה'ן אז גלייבען אין רבין איז אזויווי גלייבען אין משה רבינו, די וואס ווילען מחלק זיין צווישען סקווירא רבי און משה רבינו והשאר,

און די וואס ווילען זאגען אז אין הכי נמי, און מען גלייבט טאקע אין ביידע נישט אדער ביידע יא, זיי זענען דומה, און גראדע וועמען מען איז בוחר צו גלייבען אדער נישט איז נישט מיוסד על אדני השכל, ממילא מוז מען האבען דרך ארץ פאר די סקווירא וואס גלייבען אין ביידע.

לדעתי איז דא א גרויסע חילוק צווישען משה רבינו און דער סקווירא, מצד דער מעשים פין ביידע, ליין די תורה וואס דער מהות פין משה רבינו איז געוועהן, ווילסט נישט גלייבען וואס שטייט, גלייב נישט, אבער טאמער די גלייבסט יא וואס שטייט, איז עס נארמאל צו גלייבען אז ער האט געקענט פראווען מופתים, משא"כ דער רבי פין ספרינג וואלי (וכו') שרייב אפ זיינע מעשים, און זיי מחליט אויב ער איז ראוי שתשרה עליו שכינה.

און ר' מנשה לוסטיג, די שרייבסט די ווארטס איינער זאל דיר זאגען א חילוק צווישען משה רבינו און דיין רבי, האסטו דער חילוק, סא פאר די פרעגסט נאך אמאהל פין אונז אויסגעזאלצענע מוחות (לשון קדשך) וואס די חילוק איז, וויש דיר אפ די זאלץ פין די אויגען און "ליין" וואס דא שטייט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:04 pm
דורך מנשה לוסטיג
דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז געועון ביים מחלוקות קורח ועדתו און ס'גארנישט געווען אזוי פשוט..
משה האט נישט געמאכט דעם בעסטן איינדרוק, און אגב, משה איז געווען פלערהאפטיג אאויפן צונג און גערעדט זייער פאני. ער האט אויסגעקוקט ווי א ווילדע מערדער ווי באקאנט די מדרש מיטן קעניג וואס האט געשיקט א מאלער זאל עהם אויסצייכענען וויאזוי משה רבינו קוקט אויס.

ב''ה איך גלייב מיט מיין גאנצע אמונה אין א לעבעדיגע רבי און כ'דארף נישט מסביר זיין פאר קעצן קעפ וואס דאס מיינט און וואס איז מיין מאטיוו אז איך גלייב, ווייל אויב קענט איר מיר נישט זאגן אין איין ווארט וואס איז די מאטיוו פון גלייבן אנגעהויבן אין גאט געענדיגט ביי דיי רב אין שול, זענט עטס פאלנע קלעצער
איך זאג יעדן טאג מיט כוונה אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו די נשמה טאנצט פאר פרייד אז כ'בין דבוק אין א צדיק אמת, און ליידער האב איך נישט אינגאנצן אפגעהאקט פון די חסידי נשתכחה אבער כאטש אזויפיל מעט מן סקווירא דוחה הרבה מן החושך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:19 pm
דורך קעניגרייך
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אבער ווער איז דער סמיכה געבער אז כ'זאל עהם האלטן חשוב? ווער האט געזאגט אז מ'דארף גלייבן די משה קיבל תורה מסיני? איינער האט דיך עס געזאגט! ווער? פארוואס גלייבסטו עהם?

כלל ישראל האט זייער א גוטער נאז, אן עם קשה עורף וואס איז זייער שווער צו פאפן. יעדער פאלשער מנהיג וואס האט נאר פראבירט צו דיקטירן די תורה, אדער ארויף צווינגען מאדנע זאכן אויפן ציבור איז שנעל אנטפלעקט געווארן און מען האט פון אים אראפגעצויגן די מאסקע. א שטייגער ווי אותו האיש ימ״ש שבתי צבי ימ״ש א.א.וו. יעדער שלעכטער מנהיג איז עווענטועל אנטפלעקט געווארן. די זעלבע איז מיט צדיקים, כלל ישראל ווייסט פונקטליך ווער עס איז צדיק, מען קאן כלל ישראל נישט דעם קאפ פארדרייען.

אין משה רבינו גלייבן מיר ווייל אזוי שטייט בפירוש אין די תורה, עס שטייט געשריבן אש שחורה על גבי אש לבונה שלא קם עוד נביא כמשה.

יעצט, אלע צדיקים האבן מסורה ביז משה רבינו, כלל ישראל איז מבוסס אויף מסורה. רבי דוד טווערסקי האט קיין שום צדיק נישט מסמיך געווען, ער איז בסך הכל די ממשיך דרכו פון סקווירא, ווייל סקווירא אזוי ווי יעדע חסידות (למשל סטמר) דארף האבן א ממשיך דרכו, אנדערש ווי זיין פאטער דער אלטער סקווירא׳ער רבי זי״ע איז יא געווען אנגענומען אלס א צדיק ביי אלע פריערדיגער רבנים. מה שאין כן רבי דוד טווערסקי איז נישט אנגענומען ביי קיין שום קהילה בישראל אלס א אדם גדול אדער צדיק אויסער אין סקווירא. נישט דא צופיל צו דעבאטירן איבערדעם.

מנשה שפאציר ארום די וועלט און טרעף מיר א מנין מענטשן וואס קענען זאגן אז סקווירא רבי איז א צדיק. ער איז א איש פשוט מאד. איך האלט נישט ער איז א רשע ח״ו אזוי ווי אנדערע שרייבן דא אבער ער איז טויזענטער מייל ווייט פון די ווארט צדיק. אבער באמת ועמך כולם צדיקים.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:28 pm
דורך קעניגרייך
מנשה מיט אלע תורות פונעם ישמח משה איז די תורה מעיד אויף משה רבינו אלס משה איש אלקים. אלזא פארוואס האקסטו ארבעס אין וואנט מיט תורות פון ישמח משה און מיט א מעשה פונעם קעניג. די תורה איז מעיד אויף אים.

אויף סקווירא רבי איז קיינער נישט מעיד, לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אינעם סקווירא׳ער רבי׳ן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:34 pm
דורך טאמבל סאס
איך זעה מיך יעצט זיצן אין בראדער קלויז און דארט זיצט עמיצער און שרייט אויף ר' גרשון קיטובער, "לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אין דיין שוואגער דער בעל שם..."

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 8:52 pm
דורך כתר מלכות
טאמבל סאס האט געשריבן:איך זעה מיך יעצט זיצן אין בראדער קלויז און דארט זיצט עמיצער און שרייט אויף ר' גרשון קיטובער, "לויט דיר איז גאנץ כלל ישראל אפיקורסים ווייל קיינער גלייבט נישט אין דיין שוואגער דער בעל שם..."


טאמבל, אין די ליטווישע גדולים גלייבסטו יא.
איך מיין וואס מאכסטו זיך נעריש, סקיוורא רבי מיטן בעל שם טוב זיע זענען ביי דיר אויף איין גאטונג?
חוץ מזה וואס הייסט קיינער גלייבט נישט אין שיין שוואגער, איז דען אזוי געווען די מעשה?!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:30 pm
דורך איחוד פעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן:דער הייליגער ישמח משה האט געזאגט אז ער איז געועון ביים מחלוקות קורח ועדתו און ס'גארנישט געווען אזוי פשוט..
משה האט נישט געמאכט דעם בעסטן איינדרוק, און אגב, משה איז געווען פלערהאפטיג אאויפן צונג און גערעדט זייער פאני. ער האט אויסגעקוקט ווי א ווילדע מערדער ווי באקאנט די מדרש מיטן קעניג וואס האט געשיקט א מאלער זאל עהם אויסצייכענען וויאזוי משה רבינו קוקט אויס.




משה רבינו האט נישט געהאט א פנים פין א רוצח (עס איז נישט קיין מדרש, עס איז א שיינע באבע מעשה לכל היותר), און אפילו לפי דער מעשה, איז דאס געוועהן זיין צורה, און האט גארנישט געהאט מיט זיינע מעשים, לעומת דיין רבי, וואס האט א פנים פין א צדיק און און איז עושה מעשה רוצח.

און ווער רעדט פין בימי משה, צו גלייבען היינט אז משה רבינו איז געוועהן א צדיק, איז נישט קיין סתירה מיט איינער וואס שיקט שלוחים צו פארברענען אנדערע אידען, און צו גלייבען אז דיין רבי איז א רשע, איז נישט קיין סתירה מיט גלייבען אין בעש"ט און אין דרך החסידות, און אז עס איז נישט נשתכחה תורת הבעש"ט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 11:46 pm
דורך מנשה לוסטיג
איחי.. דארפסט נאך מאכן?..
:lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:42 am
דורך איחוד פעלד
מנשה לוסטיג האט געשריבן: איחי.. דארפסט נאך מאכן?..
:lol: :lol: :lol: :lol:



הייבסט אלע אויף די הענט און מאכסט פאטש פאטש, מנשה האט קאפיטילירט, ער האט נישט וואס צו ענטפערען, גאנץ לייכט אנצופרעגען א מנוול.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איחוד - ס'קוקט אויס אז דו נעמסט עס טאקע ערינסט. בארואיג זיך, ס'איז גארנישט. מיר זיצען אין א קאווע שטיבעל און פלאפעלען ככל העולה על רוחינו. אוודאי אלע גלויבען אין וואס זיי שרייבען, אבער מיר טאר עס נישט נעמען צום הארץ.
אגב, מנשה'ס ענטפער האט מיר געקאסט א גוטען לאך. יא, ס'איז עקעלדיג, אבער ער האט אזוי שארף געטוישט דער נושא אז איך האב געמוזט געבען א 'לייק'.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:47 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב געוואלט פרעגן צו דו פילסט נאך אז דו דארפסט נאך ברעכן, אבער כ'האב געזען אז די תוכן פון דיינע תגובות זענען בין הבשרים נישט בין טוטפות עיניך.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 8:53 pm
דורך איחוד פעלד
מיט א רבי א רוצח איז נישט קיין ווינדער צו האבען חסידים נואפים...

אכטונג אכטונג מנשה לוסטיג האט זיך באמיסטיג,.....