בלאט 6 פון 9

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 6:17 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'וועל זאגן דעם ריינעם אמת, איך אליינס באקום די שיווערס, ווען כ'הייב אן איבערדערציילן יענע פאר וואכן.
אבער נאך אזויפיל פארציילן, קומט די צייט דאס צו פארצייכענען, כאטש ס'זענען פארהאנען מתנגדים צו געוויסע פרקים וואס איך שרייב דא, אבער היות מיין ציל מיטן שרייבן איז דווקא יא צו שרייבן דאס מערסטע וואס שייך, און איך האלט מיך נישט פאר קיין פלאכע קאפ, אז איך ווייס נישט וואס יא און וואס נישט, ממילא שרייב איך וואס איך האלט אז כ'קען יא.
ובכן, אפאר וואכן פארן ספעציעלע שטארקע פראצעדור, האט מיין יודענע ע''ה [אגב, היינט ווען איך שרייב די שורות איז איר יארצייט, ו' אדר ראשון, תנצב''ה] געקלערט אז ס'וואלט געווען א גוטע און פרישע זאך, צו ארויספארן אויף א שבת קיין בורנמוס, נעבן די ים.
אזויווי מיר זענען שוין אפאר יאר בעפאר געווען אין א שווערע מצב, ווען כ'האב געשפירט צוזאמגעפאלן און די אויספלוג איז געווען צו הילף, האט זי געקלערט אז אויך יעצט וועט עס איר געבן פרישע כוחות, און גוטע מוהט אנצוגיין מיט פראבעס, כאטש אלע ביז אהער זענען געווען נעגעטיוו.

מ'נעמט די פעקלעך, און מ'קומט אן צום באן סטאנציע, ווען מיר האבן שוין ב''ה א פיר יעריג קינד מיטצונעמען – מיט זיינע צוגעהערן.. און ער זיצט נישט איין, ברוך השם.. און א וועג פון צוויי א האלב שעה מיט טילטולים, גרייכן מיר צום סטאנציע אין בורנמוס, ווי א קאר סערוויס לייגט אונז אראפ אין פארענט פונעם קליינעם מאטעל.
די לעקטער זענען פארלאשן דארט, און וויפיל מיר קלאפן איז נישטא קיין צוריקקלאנג פון א אויפזעהער, האבן מיר געקלונגען דעם נומער זייערע, און יענער קומט שוין... ווארטן מיר ביים צוים אינמיטן נאכט, מיד און קאלט, ביז מיר טרעפן זיך אינעווייניג, און מ'גרייט זיך אויף שבת, קוקט אויס אליינס אינעם שטח.
אבער צומארגענס זעען מיר פרישע אורחים, איין פארפאלק פון געיטסהעד, וואס מיין יודענע באמערקט שנעל אז דאס זענען אייניקלעך פון אלטע שכנים אירע.. נאך א פארפאלק פון אונזער געגענד, אבער ליטוויש געשטימט, נישקשה, ווען מ'איז אין די פרעמד איז יעדע יוד היימיש.
מיר זענען זיך מסדר אינעם באשיידענעם דיינינגרום דארט, ווי מיין יונגעלע מיט זייערס, ווערן שנעל חברים און מ'שפילט ב''ה, און לאזן אונז רואיג דערווייל, און מיר האבן אפילו געקענט כאפן א שפאציר צום ים, פאר א קורצע צייט פארן שבת.
ממש ביים זמן, קומט צו פליען א קאר, איינער אליינס קומט ארויס פון דארט א היימישער כאניאקישער יודל, וואס האט זיך אלעס מיטגעברענגט, און מיר זעען זיך ארום מיט א אינטערעסאנטע קהילה.. ליטווישע חסידיש און גאר עקסטרים כאניאקיש, ביי איין שבת פארברענג.
מיר האבן יא געטראפן א האלבע שעה גאנג, א מנין אינעם קעלער פון א האטעל, וואס א ליובאוויטשער יוד איז דער אויפזעער, און האט געאייגענט א ווינקל פאר זיך און נאך יודען וואס קומען דאווענען דארט [כאטש רוב מנין זענען שוואך שומרי שבת..]
מוצאי שבת האבן מיר צוזאמען פארברענגט, ווען איינער האט דארט אפגעבראטן אפאר פארציעס לכבוד סעודת דוד מלכא משיחא, און מיר האבן אזוי פרייליך זיך באקענט, די מענער מיט די מענער, די פרויען מיט די פרויען, אז ס'האט זיך גארנישט געגלייבט אז איינע צווישן אונז גייט זיך אפגעזעגענען אין צוויי וואכן ארום..

מ'איז אהיימגעקומען מיט פרישע כוחות, און מ'גרייט זיך אויפן אפוינטמענט, ווי נישט מער ווי מ'שלאפט איין פאר א קארגע שעה, אבער די דראג וואס מ'ניצט איז א שטארקע וואס קען גורם זיין 'דיהיידרעישאן', ביז א האלבע וואך שפעטער, און דאס איז די עיקר סכנה.
ביז א וואך שפעטער נאכן פראצעדור, דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו טרונקען אסאך, און נישט צו ווייניג.. א מאדנע שפיל, אבער מיר זענען געווארן אנגעזאגט, אז די מינדעסטע מיחוש וואס זי וועט שפירן, זאל זי דאס שנעלסטע וואס שייך אריינגיין אין די נענסטע שפיטאל, ווייל ס'קען ווערן א סכנה.
אין די צייט פון די פראצעדור האב איך דווקא נישט געשפירט דערשראקן, ס'האט מיר נישט איינגעפאלן אז ס'איז א אזא געוואגטע זאך, און נאכן פראצעדור זענען מיר אפילו גערן געפארן מיטן באס אהיים, נישט קלערנדיג אז מ'דארף אכטונג געבן זיך נישט אויסצומוטשען און דארפן נאכדעם טרונקן אסאך.
אבער נאך עטליכע טעג, דאס הייסט מאנטיג איז געווען די פראצעדור און דאנערשטיג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן שפירן אז ס'טויג נישט אינגאנצן, און לויט די אנזאג דארף מען וואס שנעלער מעלדן די דאקטאר, און ער האט אונז געשיקט א אימייל, וואס דאס האט זי מיטגענומען מיט זיך צום וועג צום שפיטאל.
וויבאלד ס'געווען דאנערשטיג נאכמיטאג, האט זי אפגעמאכט, אז זי ווייסט נישט ווי לאנג ס'וועט זיך פארשלעפן אין שפיטאל, ממילא האט זיך שנעל אויפגערייניגט די הויז לכבוד שבת, אויסגעשפרייט די שבת טישטיך, און אנגעגרייט די לייכטער, און ווען אלעס איז געווען גרייט, האט זי שנעל געקויפט א נאכטמאל פאר מיר, און הערשט נאכדעם זיך אוועקגעלאזט אין שפיטאל.
ווען איך זאל וויסן ווי ערנסט דאס קען זיין, וואלט איך נישט געלאזט איר דאס טון, נאך אויפקלינען נאך לויפן קויפן נאכטמאל, אבער ווער ס'האט איר געקענט האט פארשטאנען אז ביי איר איז דאס געווען נאטורליך, כאילו איך זאל איר נישט זאגן קיין ווארט, זאל אלעס זיין כשורה, און אזוי קען זי ווייטער אנגיין מיט איר מסירות נפש..

די שפיטאל האט גלייך פארשטאנען פונעם צעטל אז זי דארף באלדיגע הילף, און מ'האט גראדע איר געלייגט אונטער אויפזיכט, וואס זעט מ'זאל רעדוצירן די פולע וואסער וואס האט זיך אנגעזאמעלט אינעם גוף, צוליב די שטופקראפט פונעם גוף ווען ס'פעלט וואסער, ארבעט עס שנעלער צו באקומען וואסער, אבער יעצט איז צופיל 'פלואיד' א סכנה, האט מען אין שפיטאל עס געדארפט 'לעוולען' מיט שכל.
כ'ווייס נישט ווער גענוי איז שולדיג, אבער נאך עטליכע שעה, און פון דאן ביז צוויי טעג, איז די אויפזיכט געווארן זייער פארנאכלעסיגט! זי האט פארפירט אז זי פילט שרעקליכע היץ, זי שפירט אז זי איז אנגעבלאזן פון וואסער, און מ'זאל איר כאטש געבן מער אקסעדשין.
אבער זי האט גערעדט צום לאמפ!
ס'געווען דעמאלטס עפעס חאגע צייט, וואס די געווענליכע גוטע נירסעס האבן איבערגעלאזט נאך זיך א שטאב פון סטודענטס, וואס האבן נישט געוואוסט צו פשוט פארנאכלעסיגט די ארבעט, און מיין יודענע האט דורכן שבת געשפירט ערגער און ערגער.
ווען איך בין אנגעקומען מוצאי שבת אהין, האב איך איר געפרעגט פארוואס זי קוקט אויס אזוי בלאס, זאגט זי אז זי ברעכט שוין די וויפעלטע מאל, און קיינער זאגט איר נישט וואס צו טון, האט זיך שפאצירט ארום און ארום אין די שפיטאל, און ס'ווערט נישט בעסער.
איך פרעג איר צו זי וויל מער אקסעדזשין, זאגט זי, זיכער! אבער די נירס זאגט אז אן א דאקטאר טאר מען עס נישט ארויפריקן..
איך געב עס א ריק ארויף אפאר נומערן.. און זי האט ממש געשפירט די אטעם קומט צוריק גרינגער, און זי האט זיך אראפגעלייגט כאפן די כוחות, האב איך איר געלאזט זיך אפרוען און דערווייל אהיימגעפארן.
נאך עטליכע שעה, איז קיין דאקטאר נישט געווען צו באקומען, אבער נירסעס בטלניות.. יא! און נאך וויפיל מ'ברויך.. און יענע האט צוריק אראפגעריקט די אקסעדזשין.. און האלבע נאכט האט מיין יודענע גע'חלש'ט.. האט מען 'שנעל' פארשאפט א דאקטאר.
יענע דאקטאר זאגט מ'זאל איר אריינפירן צו 'רענטגען' [עקסרעי] און ער זעט די עקסרעי, און שרייעט: גלייך אריין אין ICU, אינטענס אף קער, ווייל ס'צרות!
כ'וויל אביסל אויסקלארן וואס דא איז געווען.
ווי באקאנט די סיסטעם אין ענגלאנד ביי רפואה, אז ס'נישטא אין די שפיטעלער די זעלבע אחריות אויף איין ספעציעלע דאקטאר, ס'איז א סיסטעם אז יעדע פאר שעה טוישן זיך די דאקטוירים, און דער דאקטאר פון זונטאג אינדערפרי קען נישט די מצב פון ביינאכט, און מאנטיג פון דינסטיג נישט.
ממילא קען מען שוין גוט פארשטיין, אז אזא סיסטעם קען מען צומאל רעדן צום לאמפ! די רעגירונג צאלט די דאקטוירים און זיי האבן נישט די פרעשור צו האבן וואס מער פאציענטן, ווייל זיי באקומען זייער געהאלט אויפן סיסטעם.
דארט ווי בוני עולם צאלט, איז אייגענע באצאלטע דאקטוירים, ממילא איז די אחריות גאר אהערגעשטעלט, אבער אזא מצב ווען מ'דארף צוקומען צום שפיטאל, איז עס ווי איר לייענט דא.

דארט אינעם ספעשל קער אפטיילונג, איז זי שוין געווען אונטער א שטרענגע אויפזיכט, אבער אויך די זעלבע סיסטעם, אז וואס זי האט פארציילט פארן דאקטאר אינדערפרי, האט דער דאקטאר נאכמיטאג נישט געהערט, נאר געקוקט אויף די רעקארדס אויף לפי זה ווייטער באהאנדעלט.
מאנטיג פארנאכטס האב איך געזען אז די זאך שלעפט זיך שוין זייער שטארק, און מ'דארף דא זען וואס גייט פאר.
איך בין געפארן צום שפיטאל מיט מיין שווער און שוויגער, און דא האט פאסירט א עמאציאנאלע זאך, אז מיין יודענע האט דערווייל נישט געהאט פארציילט פאר קיין נברא אין די וועלט, אז זי ליגט דא צוליב א פראצעדור וואס איז געווארן פראבלעמאטיש.
אלע האבן געמיינט אז ס'איז א שווערע עמאניע, וואס האט איר צוגעבינדן צום קראנקן בעט, און אלעס האט זיך געטון אזוי בסוד, ווייל איך האב איר אלץ געבעטן אז זי זאל ווי ווייניגער אריינמישן מענטשן ארום.
און זי רופט מיך נאנט צום בעט, און פרעגט מיך שטיל, צו יעצט מעג זי פארציילן שוין פאר איר מאמע, וואס איז דא געווען כמעט א גאנצע טאג, און זי שפירט אז זי מוז איר פארציילן אז ס'נישט סתם עמאניע.
אוודאי מעגסטו איר זאגן.. איך האב נישט געטראכט אז זי ווייסט נאכנישט..
אז דו האסט מיר נישט געגעבן רשות, האב איך איר קיין ווארט נישט פארציילט.
און ווען זי האט פארציילט פאר איר מאמע, פארשטייט זיך איז עס געווען זייער מאדנע, ווייל ס'איז געווען א שטיקל רוגזא פארוואס מ'האט איר טאקע נישט פארציילט גארנישט ביז היינט אז מ'מאכט אזאנס, וועלכע מאמע וויל נישט וויסן.
און נאך א מזל אז כאטש יעצט האט זי איר פארציילט, ווייל אויב וואלט זי אויסגעפונען שפעטער לאחר המעשה, וואלט עס געווען זייער ווייטאגליך און אומפארגעבליך.

מיר האבן געזען אז אלעס ווערט ברוך השם בעסער, עד כדי כך, אז מיין יודענע האט זיך מער אויפגעזעצט, און גערופן אפאר דאקטורים און נירסעס, און זיי גאר געגעבן א מוסר דרשה! היתכן מ'האט מיר געלאזט אייער נעכטן אן אויפזיכט? ווילט עטץ מיר טאקע אוועקלייגן?..
איך האב איר געבעטן נישט צו שרייען און רעדן אזוי צו זיי, אבער זי איז געווען זייער בייז, און מיר געזאגט, אז זי האט געשפירט נעכטן ווי זי גייט אויס, און קען נישט כאפן די אטעם, און אפילו יעצט איז עס נאכנישט אזוי בסדר ווייל מ'האט פארנאכלעסיגט פון אנהייב.
אז מיר האבן געזען אז אלעס איז סטאביל, האבן מיר זיך געוואונטשן א גוטע נאכט, און זיך געוואנדן צום טיר אהיימצופארן.
מיין יודענע האט קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם צו בלייבן אליינס איז שפיטאל, און יעצט אויך האט זיך מיר געוויזן און געשעפשעט, 'בשורות טובות' א גוטע נאכט!!! וואס דאס איז געווען אירע לעצטע ווערטער..

ממש א דריי פערטל שעה נאך וואס איך בין אהיימגעקומען, קלונגט די טעלעפאן, און מיין געטרייע שוואגער יעקב יוסף ווייס, זאגט מיר, אז די מצב איז געווארן געפערליך, מ'האט דיין יודענע ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטער! איך ווארט דיך אונטן, קום שנעל, איך פאר צום שפיטאל!
מיינע מחשבות האבן אנגעהויבן אויסבילדן ווילדע סצענעס.. שוין דעם פארגאנגענעם שבת ווען כ'בין געזעצן אליינס אויפן קאויטש, האב איך באקומען מאדנע מחשבות, קוקענדיג אויף די לעכט וואס צאנקן.. וואס וועט זיין אויב זי קומט נישט אהיים? איך האב גלייך פארטריבן שבת קודש די מחשבות לא טובות.
אבער יעצט האב איך נישט געקענט טראכטן נאר פון קריטישע מאמענטן, ווייל א רעספערעיטער? מיין יודענע? וואס גייט פאר?
איך בין אנגעקומען דארט אין שפיטאל, זאגט מען מיר אז מ'קען נישט אריינגיין, ווייל פיר גרויסע דאקטורים ארבעטן אויף איר, און מ'וועט מיך באלד רופן מיט די העלט אפדעיט.
איך האב נישט פארליטן די אנגעצויגענע אטמאספער ווי איך און מיין שווער שוויגער און שוואגער זענען געזעצן אויף שפילקעס אינדרויסן, האב איך פראבירט צו מאכן א ווערטל, אבער ס'נישט געפאלן אין די ריכטיגע צייט.. און כ'האב מיך געשפירט ווי א שוטה.
בין איך ארויסגעגאנגען אין קארידאר שפאצירן אביסל, און מיין שוואגער האט פראבירט צו נאשן וואס גייט פאר אונטער דעם פארשלאסענען טיר, ווי אונטער א פורהאנג האט זיך אנגעזען אז ס'טוט זיך עפעס זייער אנגעצויגן.
אינמיטן נאכט טוט זיך קיינמאל נישט אזא לויפעריי פון נירסעס און דאקטוירים, און כ'האב נישט געוואלט טראכטן..
אבער צולאנג האב איך נישט געדארפט טראכטן, ווען א נירס האט אונז פארבעטן אין א פריוואטע שטוב, און האט קלאר אין די אויגן געזאגט, אז ס'קוקט אויס אז יעצט זענען אירע לעצטע מינוטען!
יא, פיר דאקטורים פראבירן נאכאלץ איר שאקן, ארויסנעמען וואס מער וואסער פון די קערפער, אבער צו אסאך שטרענגט אן די הארץ, ממילא איז די מצב געבליבן אז אויב מיר ווילן זיין מיט איר אין די לעצטע מינוטן, קענען מיר יעצט אריינגיין!
ס'געווארן א בהלה אין שטוב, אויסער איך! איך האב זיך גלייך ארענטירט, און געזאגט איך גיי אריין..
ניין, גיי נישט האט מיין משפחה געשריגן אויף מיר.. אבער איך בין שוין געווען אינדרויסן, און איך בין אריין אונטערן פורהאנג, און געזען אז זיי האבן זיך שוין מייאש געווען, און נאר די רעספערעיטער ארבעט, און קיינער איז נישט דארט מער.
מיינע מחשבות זענען געווארן זייער געטוישט אין יענע רגעים, איך זע מיין יודענע ליגן מיט א שמייכל, כ'ווייס נישט וואס איך זע.. די סקרין העכער איר לויפן ארויף און אראפ די נומערן.. מ'זעט אז זי גייט אויס.. אבער נאר אויפן מאשין זעט מען, זי קוקט נישט אויס אויסגעלאשן, פארקערט איך שפיר אז זי וועט הערן וואס איך וועל איר יעצט זאגן.
א נירס איז אריינגעקומען און אוועקגעשטעלט א גלעזל וואסער פאר מיר.. איך האב מיך באדאנקט, און זיך געפריידט אז זי איז צוריק ארויס, ווייל יעצט איז עס!
די רגעים וואס איך האב הויעך געמאכט א שהכל! און זיך באלד דערויף אנגערופן נאנט צו אירע אויערן, הער מיך אויס, די געדענקסט אוודאי די הייליגע סיפורי מופת וואס איך האב דיר אלץ דערציילט וועגן דעם הייליגן צדיק ר' מאטעלע מטשערנאביל זצוק''ל, ווי ער האט מתקן געווען נשמות, און ווי כ'פלעג פארציילן וועגן השארת הנפש.
ווער נאך ווי די, זעט יעצט אזוי גוט, אז אלעס איז אמת!
מיר האבן צוזאמען געלעבט כמעט זיבן יאר, און צוזאמען זיך א עצה געגעבן, און ס'געווען באשערט אז די לעצטע רגעים זאלן מיר אזוי רוען אין א הימל'דיגע אטמאספער, און איך האב אנגעהויבן זאגן בעל פה, ויהי נועם, המלאך הגואל, און וואס כ'האב געדענקט הייליגע פסוקים אויפן צונג.
ווען דער דאקטאר באווייזט זיך פלוצלינג, און פרעגט מיר צו ער קען שוין אויסשאלטערן די רעספערעיטער..
ניין ניין, האב איך געזאגט, איטס נאט יור האנאר'ס דזשאב טו דא דיס.. פליז ליוו היר..
ער האט פארלאזט דעם שטוב, און כ'זע די נומערן לויפן נידריגער און נידריגער, ס'הייבט אן פייפן נאכאנאנד, און מיט לענגערע פייפן, וואס מיינט אז...
זיי האבן שוין אויסגעלאשן די קנעפל וואס לאזט הערן די פייפן, און איך זע אז די מינוטן ווערן סעקונדעס.. א פחד האט מיר באנומען, ווען כ'שפיר בחוש אז זי איז מער נישטא.. אבער איך וועל איר נישט איבערלאזן ביז די לעצטע אטעם!
ווען די לעצטע נומער האט געוויזן זערא, האב איך געבעטן די נירס עס לאזן כאטש נאך פינעף מינוט אזוי, דאן ווען ס'איז אריבער פינעף מינוט, און ס'געענדיגט, האב איך ארויסגעפיצט פון דארט, און פארגעסן אז מ'דארף שמירה..
אבער מיין געטרייע שוואגער איז דאן אריינגעקומען און זיך געשטעלט אויף שמירה.
איך האב פשוט געכאפט א געפערליכע בויך וויי, און נאטורליך זיך מסדר געווען, און צוריקגעקומען, ווען די משפחה איז איינגעוויקעלט אין געוויין, אבער איך האב נאכנישט פארגעסן יענע מינוטן פריער ווי איך האב איר באגלייט מיט הייליגע מחשבות.

גוטע בשורות זאל מען שוין הערן.
המשך יבוא בעזרת ה',

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 7:07 pm
דורך לעמיל
מנשה מיינע אויגען זענען נאס איך האב נישט קיין ווערטער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 8:52 pm
דורך BLOOMINGBURG NY
I am crying in tears!! No words sad sad

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 9:25 am
דורך שרייבער
לעמיל האט געשריבן:מנשה מיינע אויגען זענען נאס איך האב נישט קיין ווערטער

נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2014 9:45 am
דורך מ גפני
אריין דא אבער שוין!!!
זאל דער אייבערשטער דיך אויפרעכטן און זאלסט נאר וויסן פון גוטס

נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:54 pm
דורך סאו וואט
פלגי מים ירדה עיני. ממש אין מילים.
יעזור השי"ת שיהא נשנ"י א' מכל עמלך.
וישימך א' כמנש"ה.
בשורות טובות, ישועות ונחמות.

זיי ממשיך ביטע, אפילו מ'לייקט נישט צופיל. אבער פון דער קליקס קען מען זעהן ווי דער עולם וויל זאלסט ממשיך זיין.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 11:30 pm
דורך היימישער ליטוואק
:אויוויי:

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 10:44 pm
דורך טשולענט
אזאנע כוחות הנפש, עס קומט צום וויינען

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 8:58 pm
דורך שרייבער
איפה מנשה

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:16 pm
דורך סאו וואט
שרייבער האט געשריבן:איפה מנשה


איינער האט אים "צעפראסקעט"...
מנשה, שטיי אויף מיט דיין גבורת הנפש, און ביסט געבעטן ממשיך צו זיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 12, 2014 2:41 pm
דורך איש אשכולות
מנשה סעריעס איז שוין דא אין א ביכל פארמאט. :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:06 pm
דורך מנשה לוסטיג
כאטש יעצט איז חודש אדר, און אפילו אדר א' איז מען שוין אויך בשמחה ביז גאר, דאך וויבאלד כ'וויל מיך שוין זען אפגעשריבן דעם עבר, און אויך אז די דאזיגע האט אפילו פאסירט אין חודש אדר א', וועל איך דא ממשיך זיין, און האפענטליך ביי פורים שוין האלטן ביי בעסערע צייטן.

וואס ס'האט זיך אפגעטון ביי אירע עלטערן אין שטוב, קען זיך יעדער פארשטעלן, ס'האט זיך געטון א בראך פון יללות, וואס הייסט א שוועסטער איז נפטר געווארן פון איין מינוט צום צווייטן..
אפילו אינעם גאנצן חרדישער לאנדאן האט זיך עס געהערט שרעקעדיג, און אוודאי אין שטעטל סקווירא, ווי אלע – כמעט אלע.. זענען באפריידענד מיט מיר, און דא אזא בראך, קוים א חתן געווארן שוין, און זיך געלעבט צו מזל גראד, און יעצט ווידער בארג אראפ.. השם ישמרינו.
כ'וועל זאגן דעם אמת, אז ביי די שבעה ווען ס'זענען געקומען ספעציעל צו פליען עטליכע חברים פון ניו יארק מנחם אבל צוזיין, הערשט דאן האב איך אנגעהויבן עפענען דעם מחשבה, אז אויך אין ניו יארק האלט מען מיט דעם טראגעדיע.
מיין מוח איז געווארן אזוי איינגעצויגן און פארטראכט פאר זיך, פון די רגע וואס עס האט פאסירט, אז ס'האט געדויערט עטליכע טעג כ'זאל מיך עפענען די מציאות פאר די אויגן, אז אלע זענען וואך דערמיט, און האלטן מיט פון ווייטן, די שווערע בראך.
וויפיל זענען שווער געשלאפן שווער געגעסן, זיך נישט געטראפן דאס ארט, ווען מ'האט געהערט א געזונטע שטארקע פרוי זאל זיך פלוצלינג אפזאגן, און וואס זאלן זאגן די וואס ליידן יא.. א פחד האט באנומען פאר אסאך, וואס כ'האב שפעטער נאכגעהערט און הערשט דאן באגריפן.
אבער אויך די נאנטע היימישע אין לאנדאן האבן עס נישט געוואלט גלייבן פאר קיין שום פרייז, ווייל מיין יודענע ע''ה האט נאך פארן אריינפארן אין שפיטאל, שנעל אראפגענומען מיין זוהן פונעם חדר ווען, און ביז דאן געווארט אפאר מינוט אויפן הויפט גאס אין פארענט פון מיין הויז, ווי דאנערשטיג נאכמיטאג איז א ריזן אנלויף פון איינקויפער ביי די דערבייאיגער געשעפט.
און אז מ'האט איר געזען דאנערשטיג פרייליך און גוט מוטיג ביים ווינקל פונעם גאס, און דריי טעג שפעטער באגלייטן מען איר אין א קאסטן, האט זיך עס געצייגט ווי א ווילדע חלום וואס מ'וועקט זיך נישט.. ווייל עס האט נישט קיין באשיידונג.
וואס נאך קען מען זיך באווארענען פונעם טויט.. האבן זיך אסאך איינפאך געקלערט, זענען מיר ממש פלעסטיג מענטשעלעך? אדער גאר איז דא טאקע א פונקטליכע חשבון אין הימל אויף יעדע פאסירונג, דאס האט שוין געקלערט א מלומד בנסיונות..
ס'האט זיך אראפגעלאזט ווי א דונער אין העלן טאג, און כ'געדענק יעדע ריר וואס האט פאסירט אין מיין געגענווארט אבער נאר פון מיר ארום.
איך האב געבעטן מיין געטרייע שוואגער זאל מוחל זיין מיר אהיימנעמען גלייך צו מיין דירה, און ער און נאך אנדערע חברים האבן זיך אנגעהויבן זארגן וועגן מיר, צו מ'זאל מיר אפשר דווקא אויפהאלטן מיט חברים צוזאמען יעצט, און נישט לאזן אהיימגיין פאר זיך אליינס.
איך האב זיך געבעטן מיט כח, איך וויל מיך 'יעצט' זען אינדערהיים, און מ'וועט באלד רעדן אויפן טעלעפאן וואס ווייטער, האט ער מסכים געווען מיך יעצט אהיימצונעמען ווי מיין ווילן.
דערווייל האט זיך אנגעריקט פון די חברה קדישא לייט דארט, און האבן אנגעהויבן מיט מאדנע פראגן וואס האבן נישט צוגעגעבן הילף צום מצב.
'האט מען אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די שפיטאל'? האט מען געמאכט א סקאנדאל?
און איך האב גענומען דרייסט, און זיך אנגערופן צו יענער עלטערער חברה קדישא מאן, 'אנטשולדיגט, מ'דארף דא שמירה, דאס קענט איר העלפן, כ'וויל וויסן ווען מ'קען זיך רעכענען אויף א צייט פונעם לוויה, דאס קענט איר מיר העלפן..
אבער ניין, יענער וויל זאגן, אז מ'זאל נישט מאכן קיין געוואלדעס אין שפיטאל, ווייל ס'קען זיין חילול השם.. ביזיון המת.. אסאך צרות... אזוי האט ער גע'דרשנ'ט.. און איך האב דאס געמוזט איינהאלטן די רוגזה אין מיר און נישט פלאצן.
כ'האב ממש געשלעפט מיין שוואגער ביים ארבל, קום שוין נעם מיך אהיים פון דא..

אנקומענדיג אהיים, האב איך זיך איינגעשפארט אויף שלאס און ריגל! אויסגעשאלטערט אלע קאמיוניקאציעס, און זיך אוועקגעזעצט אויפן סאפע און אנגעהויבן וויינען!
איך האב יעצט זיך געוואלט אויסוויינען איינער אליין, און זיך אויסרעדן צו מיר אליין, גוט אויסגעבן מיינע געפילן, אז כ'זאל קענען נאך א שעה זיך לייגן שלאפן כאטש ביז פארטאגס, און אנהייבן מארגן מיט פרישע כוחות וואס כ'וועל דארפן האבן.
חברים און עסקנים האבן פראבירט קלונגען, און קלאפן און קלונגען, אבער אין קול ואין עונה, איך האב קיינעם נישט געגעבן א ענטפער וואס איך טוה און וואס כ'וויל, ווייל כ'וויל יעצט גארנישט.
אבער מיין פלאן פון כאפן א דרימל איז געווען א דורכפאל, איך האב אנגעהויבן לויפן אין בית הכסא, ביז ס'האט זיך מיר געשפירט אז כ'בין אויך אין הימל.. ווייל מיין קערפער האט געציטערט פון די סצענעס וואס האבן נישט געוואלט אוועקגיין פאר קיין רגע, ווי איך זע מיין יודענע אויסגיין פאר מיינע אויגן, און מיר ווערן צעטיילט אויף אייביג.
כ'האב פראבירט טרונקען, אבער כ'האב כמעט געבראכן, אזוי האב איך געשטופט די נאכט פון מינוט צו מינוט, זיך געזעצט יעדע פינעף מינוט ערגעץ אנדערש, זיך אראפגעלייגט אויפגעשטעלט, און ארומגעגאנגען ווי א צעטומעלטער.
ווען כ'האב ענדליך געזען די פרימארגן אויפשיינען, האב איך אפגעמאכט איך צינד אן די טעלעפאן, און מאך אויף די טיר, און כ'גיי זיך עפענען צום וועלט, כאפן א שפאציר אויף די פרישע לופט, און אנטלויפן פון די כמארע וואס האט זיך אנגעלייגט אין מיין הויז.
די פרישע לופט פון די גאס האט מיך אויפגעלעבט, און כ'האב שפאצירט שטייט ביזן שטיבל, ווי כ'האב גענומען א קאווע און אריינגעשטופט א קיכל וואס מיין חבר 'אברהם יוחנן ניישטאדט' האט מיר אריינגעלייגט אין די האנט.
אבער מער ווי א קליין שטיקל איז נישט געגאנגען, מיינע געדערים איז געווען צו אנגעשטרענגט און איינגעשרימפן.
בין איך צוריק אהיים, און אנגעהויבן זיך צוזאמנעמען די מחשבות, וואס כ'זאל טון די קומענדיגע שריט.
כ'האב אנגעקלונגען אויפן רייהע, מיינע געשוויסטער, און אויסער געוויינען האבן מיר נישט גערעדט קיין סאך, און כ'האב געהערט אז מיין טאטע, מיין ברודער יעקב יוסף, און שוואגער אלעזר ליפא שמעלצער, זענען אויפן וועג קיין לאנדאן.
ווער דארף יעצט געסט? אזוי האב איך זיך אנגעהויבן רעגן..
איך וויל זיין מיט מיר אליינס, כ'דארף קיינעמס טובות נישט, און גוט שבת.
אבער פונקט ווי א קאטאסטראפע קומט אומגעבעטן, קומען נאך זאכן מיט דעם, וואס מ'בעט נישט. אזויווי מ'פירט דיך אונטערן חופה מיט צוויי הענט, אזוי צייגט מען דיר ביי אסאך מצבים אין לעבן, וואס ס'זאל זיין, כאטש דו ווילסט נישט.
און מ'באשטעלט נישט די זאכן, עס קומען אליינס טרייסטערס, און זאגן אליינס וואס זיי ווילן, און ווייסן נישט אז זיי מאכן מער קליא ווי טרייסטן.
אבער אין אזא מצב ווייסט נישט דער אבל אליינס וואס ער וויל.
אויפן טיר קלאפט מען..
איך עפן אויף, און דער דיין קומט אריין, ר' יחזקאל פריעזעל שליט''א, ער הייסט מיר זיך אראפזעצן, און ער וויל מיט מיר רעדן.
דעם דיין קען איך נישט אפזאגן. און ער נעמט ארויס פון א זעקל וואס א חבר מיינע האט געברענגט אין זיין באגלייטונג, א סענדוויטש און א הייסע שאל קאווע, און הייסט מיר עסן און טרונקן, יעצט!
אה, בעסער ווי דרשות און טרייסטן.. עסן וועל איך.. און ווילאנג כ'האב געגעסן האט ער אנגעהויבן מיר פארציילן בקיצור די הלכות וואס איך מוז וויסן היינט, און ווי כ'זאל נישט מחמיר זיין בשום אופן.
כ'מוז זאגן אז ער האט מיר אסאך געהאלפן, ווען כ'בין געווען פארלוירן פון טראכטן וואס כ'וועל יא מעגן און נישט מעגן ביים לוויה טון.

ווי כ'האב שוין איינגעזען די מצב, האט די חברא קדישא דארט אסאך געדולדט און צייט, און כאטש מיר אין סקווירא זענען מקפיד צו ברענגען ווי שנעלער צו קבורה, האבן זיי נאר געקענט אנהייבן די לוויה נאך די ארבייט שעות..
און די טאג גייט פארביי, און מ'האט נאכאלץ נישט אנגעהויבן די לויה, דאס הייסט פון נעכטן חצות ביז היינט כמעט ביים שקיעה, אבער ב''ה אז זיי האבן אויך נישט געוואלט מאכן די לויה ביינאכט, האט מען שוין געמאלדן אז מ'איז גרייט צו באגלייטן.
אין פארענט פונעם סקווערן שטיבל האט מען זיך געשטעלט מיטן ארון, און דער גאב''ד – הרב פאדווא האט געפרעגט אויב ער זאל זאגן עפעס, אבער אין סקווירא זאגט מען נישט קיין הספדים האט ער גלייך אנגעהויבן ק-ל מלא רחמים, און מ'האט זיך ענדליך געריקט פון ארט, צום בית עולם אין ענפילד, א היבשע פאר מינוט ווייט.
אינעם שדה בוכין האט דארט אין א שטוב אויפן פעלד געזאגט וואס מ'זאגט, און די משפחה האט געריסן קריעה מיט א ברכה, און איך אויך.
איך האב געהערט פארדעם פונעם דיין, אז איך מעג זיך אנלייענען אויפן ארון, האב איך זיך טאקע צוגעבויגן און פארדעקט די פנים, און שטיל געשעפשעט אפאר ווערטער.
'די ווייסט מיין יודענע, אז מיר דארפן זיך נישט איבערבעטן, ווייל אפילו אז מיר האבן אמאל געהאט חילוקי דעות, האבן מיר זיך אבער אלץ מוחל געווען, אבער די מסירות נפש דיינע, וואס האסט נישט זוכה געווען צו אויספירן מיטן ברענגען נאך א קינד אויפן וועלט, זע כאטש אז די וואס קענען ניצן די זכות, זאלן געהאלפן ווערן און טאקע אינגיכן..'
און מיין שטילע ווערטער האט אבער אויסגעשאסן פון מיר מיט א שווערע געוויין, וואס כ'האב געמיינט אז כ'קען מיך שוין באהערשן אבער ניין!
און דער עולם ארום האט דאס צעשוידערט און כ'האב געזען אז כ'האב אלע געמאכט וויינען, האב איך שוין חרטה געהאט אויף מיין אויסברויך, אבער כ'האב אפגעווישט די טרערן און זיך געשטעלט אין א זייט.
איך האב בעיקר געוואלט זיין קלאר וואס איך טוה, נישט מאכן קיין ווילדע טעותים צו באזונדערע אויפמערקזאמקייט.
און מיין שוואגער פון ניו יארק, שמואל אהרן, האט שטרענג פארגעהאלטן אז מ'זאל זיך פירן מיט די מנהגים וואס מ'טוט ביי אונז אין אזעלכע פעלער, וואס אין לאנדאן איז מען נישט מקפיד אויף די מנהגים, נאר אויף אנדערע זאכן וואס זענען באמת נישט באזירט אויף וואס אונזערע.
דאס ארומרינגלען די מיטה און זאגן ויהי נועם, און נאך זאכן, אבער ס'געווען גענוג אייגענע וואס האבן געהאלפן אויספירן די מנהגים ווי מיר האבן געוואלט.
און נאכן באהאלטן האבן מיר זיך אויסגעשטעלט אין צוויי שורות ווי די אבלים גייען אריבער און מ'זאגט דברי תנחומין, וואס זיי האבן נישט געהאלטן פאר וויכטיג און מיר יא.
מיר האבן נאך עספיעט צו ענדיגן די לויה פארנאכטס, און געלייגט פלינק טלית ותפילין נעבן פעלד, און הערשט נאכדעם אהיימגעפארן.

מ'איז אהיימגעקומען, האב איך געשפירט נאכאמאל אז ניין, כ'קען מיך נישט טרייסטן, איך בין אריינגעלאפן אין א שטוב, און פשוט געכליפעט פאר א שעה צייט אן אויפהער, כ'האב געהאפט דערמיט צו שטילן מיינע אינעווייניגע געפילן, כאטש דערווייל, אבער כ'בין געווען פארלוירן און זיך נישט געקענט אפשטעלן פון וויינען.
אבער נאך א גאנצע שעה, האב איך געכאפט דעם אטעם, זיך אפגעווישט די טרערן און ארויסגעקומען צום משפחה.
מ'האט מסדר געווען די בענקלעך פאר די אבלים, און געגעסן א איי, און געטרונקען וויין, ווי ס'שטייט אין הלכה די ענינים, לויטן פסוק, תנו יין למרי לב וכו' און זיך פראבירט צו טרייסטן איינע די אנדערע וויפיל ס'שייך..
דא האט זיך געעפענט די טיר, און דער שכן קעגנאיבער איז אריינגעקומען שיכור ווי לוט.. אן קיין ווערטל!
דער שכן קעגנאיבער הייסט ר' שמעון קליין, ער האט פארלוירן א זון א חתן, ווען אין די טאג פון דעם זוהנ'ס חופה האט א קאר עהם אראפגעקלאפט צום טויט! ה''י, און אזא איינער האט געהאט די רעכט אריינצוקומען צו אונז יעצט, און פשוט משמח זיין..
יא, ער האט משמח געווען.. ווען ער האט אנגעהויבן דרשנ'ן.. פארציילן מעשיות, און שפעטן פון די מענטשן וואס מיינען אז די וועלט איז א הפקר פלאץ, מ'דארף שמייכלען אפילו ווען ס'איז שווער.. האט ער גערעדט און גערעדט און גערעדט, ביז מיר אלע האבן זיך נישט געקענט כאפן די אטעם פאר געלעכטער.. ממש אזוי.
ער האט פארציילט נאך איבערלעבענישן זיינע אין ברוקלין פאר יארן פארדעם, ווי קיין האניג האט ער נישט געלעקט, און מיטגעהאלטן אסאך היסטארישע שלעגערייען מימים ההם, ואין המקום להאריך..
ר' שמעון האט מקיים געווען יענע נאכט, דעם הפכת מספדי למחול.. און דערווייל האבן מיר געגעסן אביסל זופ צו דערכאפן דאס הארץ, און זיך געקליבן שלאפן, ווייל דא האט נאך דאס מערסטע אויסגעפעלט יעצט נאך 24 שטונדן סטרעס און אנגסט.
ס'האט זיך אנגעהויבן טרייסט טעג.
המשך יבוא בעזהשי''ת.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:14 pm
דורך משולם שטיינפעלד
מנשה, איך בין צופראסקעט.....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 7:42 pm
דורך zurich
מנשה wow
איך שטעל מיך אויף פאר דיר!!!

איך וויל דיר סתם זאגן אז פונקט ווי די ר'שמעון קליין מעיג משמח זיין אזוי אויך דו, דו טוסט און מאורות?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 8:45 pm
דורך פאטעטע קוגל
מנשה איך האב געוויסט אז די קענסט מאכן אז מ'זאל זיך שיסן פאר געלעכטער אבער דאס אז די האסט מיר פשוט געקענט מאכן אז איך זאל בוכה'ן ווי א קליין קינד איז א חידוש.
איך האב נישט געקענט דיין אידענע איך דיך פראזענדליך קאן איך אויך אבער עס האט זיך מיר געגאסן טייכן טרערן, זאל דאס זיין לעילו נשמתה,
איך קען נאר צולייגן אז די אייבשטער זאל העלפן אז בזכות די האסט שוין משמח געווען אזוי פיל אידען (וגם אני בתוכם), זאלסטו נישט וויסן פין קיין צער מער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 10:33 pm
דורך ונבנתה העיר
פאטעטע קוגל האט געשריבן:עס האט זיך מיר געגאסן טייכן טרערן, זאל דאס זיין לעילו נשמתה,

פאר די געלט קענסטו דאך שוין עסן פאטעטע קוגל לעילוי נשמתה.

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 11:35 am
דורך מ גפני
מנשה לוסטיג האט געשריבן:'די ווייסט מיין יודענע, אז מיר דארפן זיך נישט איבערבעטן, ווייל אפילו אז מיר האבן אמאל געהאט חילוקי דעות, האבן מיר זיך אבער אלץ מוחל געווען, אבער די מסירות נפש דיינע, וואס האסט נישט זוכה געווען צו אויספירן מיטן ברענגען נאך א קינד אויפן וועלט, זע כאטש אז די וואס קענען ניצן די זכות, זאלן געהאלפן ווערן און טאקע אינגיכן..'

WOW איך קוק דיך ארויף פארן האבן די ריכטיגע ווערטער אין אזא שווערע מינוט, מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין צער...

נשלח: פרייטאג פעברואר 14, 2014 2:13 pm
דורך שרייבער
מ גפני האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:'די ווייסט מיין יודענע, אז מיר דארפן זיך נישט איבערבעטן, ווייל אפילו אז מיר האבן אמאל געהאט חילוקי דעות, האבן מיר זיך אבער אלץ מוחל געווען, אבער די מסירות נפש דיינע, וואס האסט נישט זוכה געווען צו אויספירן מיטן ברענגען נאך א קינד אויפן וועלט, זע כאטש אז די וואס קענען ניצן די זכות, זאלן געהאלפן ווערן און טאקע אינגיכן..'

WOW איך קוק דיך ארויף פארן האבן די ריכטיגע ווערטער אין אזא שווערע מינוט, מ'זאל מער נישט וויסן פון קיין צער...

איך האלט איין די טרערן מיט אלע קרעפטן ווייל ס'איז פורים קטן, אבער ממש איך וויין

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:27 am
דורך דולה ומשקה
מנשה - דארף איך זאגן מער?
זיי זיך מצמם איז זיי ממשיך.
אולי איז ער פארנומען מיטן פורים שפיל?
הוי דן את כל אדם לכף זכות

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:43 am
דורך שרייבער
דולה ומשקה האט געשריבן:מנשה - דארף איך זאגן מער?
זיי זיך מצמם איז זיי ממשיך.
אולי איז ער פארנומען מיטן פורים שפיל?
הוי דן את כל אדם לכף זכות

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 6:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
כ'האב נישט ליב צו שרייבן אומעטיקע זאכן, דערפאר האב איך שנעלער געשריבן דאס גאנצע לוויה, אבער וואס כ'האב אויסגעלאזט און ס'איז אינטערעסאנט האף איך משלים צוזיין אין א געלעגנהייט.
אקיצור, איך זעה מיך ארום די נעקסטע אינדערפרי איינער אליינס אין שטוב!
אוי פארוואס האב איך מיך אויפגעכאפט?.. צו אזא ביטערע מציאות האב איך געברויכט זיך צוזאמ'נעמען די מחשבות, וואס טוט מען ווייטער, איך גיי זיצן שבעה ר''ל די ערשטע מאל אין מיין לעבן, און דאס חאלעטל מיטן קריעה ריס הענגט מיר קעגן מיין בעט, אינעם אנדערן שטוב זאגט שוין מיין טאטע זז''ג ברכת השחר, און ווארט אז איך זאל זיין גרייט און ער וועט מיר באגלייטן צום מושב האבלים ביי מיין שווער זז''ג אין שטוב.
יא, מיין טאטע איז געבליבן א גאנצע וואך מיט מיר, ס'איז עהם געווען היבש שווער די גאנצע מציאות, אז זיין זון איז פלוצלינג געווארן אזוי אומגליקליך, און א אנדערע הרגשה איז עס פאר א טאטע ווי פארן מענטש אליינס, ממילא איז עס א אנדערע שפראך אויך, וואס דאס וואס איך האב געטראכט איז נישט געווען וואס ער.
ער האט פראבירט צוטון וואס ער קען, מיך צוצוהעלפן, אבער די מצב איז באמת געווען, אז אויסער דער איין אייציגער פאטער אין הימל איז נישט פארהאנען געווען ביז היינט, אז איינער זאל טרייסטן באמת א פארלוסט.
וואס קען דען א מענטש אויפטון צו ממלא זיין אזא חסרון?
און אמת'דיג גערעדט בין איך נאך ווייט נישט געווען ביי זיך, צו כאפן ווי איך האלט אויפן וועלט, כ'בין געווען אזאנס צעפראסקעט, אז כ'האב מיך נישט געכאפט מיטן קלארן זינען ווי טיף איך בין אינעם זאק.
ווי ליגט מיין זאקן?... רעדט צום לאמפ!
איך גיי יעצט, און כ'האף צו קלונגען באלד.. וועמען? וואס? גיי, קום, טו אלעס אליינס.. קיינער איז נישט מער נייגעריג און אינטערעסירט וואס דו טוסט, ביז דו וועסט נאכאמאל טרעפן א שותף אינעם הויז.
וואס כ'האב געריקט פון ארט, איז אזוי געבליבן.. אלעס איז געווארן שטום און שטיל! מ'קען כאפן פחדים פון דעם אליינס.
אבער אין די שבעה טעג איז נאך געווען א הוהא.. מ'קומט מ'גייט, מ'שמועסט.
מיין יונגעלע, אינגאנצן פיר יאר אלט, האב איך נאך גארנישט פארציילט, אבער ער האט גוט געשפירט אז ס'איז ביטער פון ביטער!
ער האט געהאט שטארקע בויך קרעמפפן, און זיך אנגעהויבן אויפ'פירן ווילד, און פארלאנגט מ'זאל עהם טראגן צו 'זיין' מאמע.
עטליכע האבן געזאגט, אז איך טאר עהם נישט פארציילן יעצט, אנדערע האבן דווקא באפוילן בשם מחנכים, אז איך מוז עהם ווי שנעלער אינפארמירן די גאנצע אמת.
אינמיטן די שבעה האט מיר אונזער דיין הרב יחזקאל פריעזעל שליט''א, 'געהייסן' אז איך מוז פאלגן די ערפארענע מחנכים וואס הייסן יא פארציילן, און גענוי ווי זיי הייסן מיר זאל איך טון.
און באלד האט ער געהייסן א קינדער ספעציאליסט זאל מיר קלונגען און הייסן וואס צוטון, און אזוי האב איך געטון, און ס'איז ב''ה געווען ריכטיג.
איך האב מיך איינגעשפארט מיט עהם אין א שטוב און מיט טרערן עהם פארציילט די פאקט, אז מאמי וועט שוין קיינמאל נישט אהיימקומען מער, און אויך איך באוויין ביטער דעם פאקט, אז זי איז אוועק פון אונז און איז גליקליך אין ג''ע אבער אונז איבערגעלאזט אזוי פלוצלינג.
באלד האט ער היסטאריש געיאמערט פאר פינעף מינוט, אבער באלד האט ער געזען אז אויך איך וויין מיט עהם, האט ער זיך בארואיגט און געפרעגט רעאליסטישע פראגן, וואס מ'גייט טון, און כ'האב ב''ה געהאט א שפראך צו עהם און ער האט אנגענומען די מצב מיט פארשטענדעניש.
אויסער מיט עטליכע וואכן שפעטער, האט עהם געדוכטן אז ער זעט זיין מאמע.. אהיימפארנדיג פון חדר, און א פרוי וואס האט אויסגעזען ענליך איז געגאנגען אויפן גאס, און ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין, ווי געזאגט, מ'האט מיר אויסגענארט, זי לעבט יא!..
אבער קומענדיג נענטער האט ער געזען, אז ניין, ס'נישט זיין מאמע..
יא, וואס ער האט אלץ געטראכט ווייס איך נישט, אבער דער אבי היתומים האט זיכער נישט פארגעסן פון אט דעם מצב, און עהם געהיטן און געשוינט אלע טעג מיט וואונדערליכע הילף, ווי איך האב מיך אלץ איבערצייגט.

צום שבעה זענען געקומען חברים פון ניו יארק, און דאן האב איך מיך אויפגעכאפט פון איין חלום, אז אויך אין ניו יארק ווייסן אלע און רעדן דערפון, אז איך בין געבליבן אליינס.
ממש אינעם חלום וואס איך האב געשוועבט, האב איך נישט פארדייעט דעם פאקט, אז איך לעב מער נישט אינעם אלטן מצב, ס'איז א נייע – נישט זייער געשמאקע תקופה, אין מיין לעבנס קייט, ליידער זייער באטריבט און איינזאם.
אז איך זאל זיך געפונען אינעם מציאות פון טרויער איז מיר געווען זייער נישט געשמאק, ווען איך האב אלץ ליב געהאט שמחה, און די מצב האט מיר ממש דערשטיקט, ווען די אלע הילף וואס מאנכע אפפערן מיר איז גארנישט נוצליך, ממש נישט.
ווער וויל דען בכלל זיין אנגעוויזן אויף אנדערע? אבער קיין ברירה האט מען נישט, און אז מ'איז אומבאהאלפן, מוז מען זיך לאזן העלפן.
איך וועל נישט לייקענען, ס'דאך געווען געציילטע ממש געציילטע מנחמים וואס האבן יא גערעדט צו מיין ניכטערע הארץ, אבער אזוי בכללות איז אלעס ארום געווען פאראיבלט פאר מיר, אז אפילו עסן האב איך נישט געקענט, נאר נאך לאנגע שעות הונגער.

די שבעה איז אויך פאריבער, מ'האט געשטעלט א מציבה, וואס די נוסח האב איך אליינס געשיקט צו א קענער זאל עס בעסער אויסלייגן און מסדר זיין פארן שטיין קריצער.
די תוכן הנוסח האב איך מדגיש געווען די מסירות נפש אירע מיט א תמימות אויף ממשיך זיין דורות פארן אייבירשטנס וועגן, און אירע לייסטונגען פאר צעבראכענע נפשות, וואס פאר זיי איז ריכטיג די מצוה פון משמח זיין וויפיל מ'קען, און דאס האט זיך געטון און מיט דעם איז זי טאקע געווען מיין שותף, ביז ביז..

נאכן שבעה, צוריק צום גמרא.. איך בלעטער אויף מיין גמרא, דארט ווי איך האב געהאלטן יענע נאכט פארן אריינפארן אין שפיטאל, און נישט געוואוסט אז יענע קנייטש וועט האלטן אויפן זעלבן ארט זיבן שבעה טעג.. און איך געב א קוק ווי האב איך נאר געהאלטן?
מסכת יבמות, דף סח'. דאס איז טרעפליך, אז איך האלט סוף עמוד א', אינעם יאר תשס''ח און סוף ווינטער אדר א', אבער איך זע גוט? די גמרא וואס כ'האב געעענדיגט דאן, איז געווען ביי די שטיקל גמרא וואס ענדיגט זיך מיטן ווארט 'באלמנותו'.. געוואלד!

אויב מיינט מען אז דאס איז עס, מ'האט אפגעזיפצט און פון יעצט ווערט שוין בעסער, האב איך מיך שטארק טועה געווען, ווייל הערשט יעצט האט די ביטערע מציאות אנגעהויבן פאטשן אין פנים מיט קלונגעדיגע פראסקעס!
א חודש נאכדעם, איז געשען נאך א ביטערע אומגליק אין לאנדאן, ווען הנגיד ובעל חסד וותיק – ר' בנצי דונער ע''ה איז טראגיש אומגעקומען, והעיר לאנדאן נבוכה.
איך האב נישט געקלערט אפילו צוגיין צום לויה, איך האב נישט געוואלט זען נאכאמאל דעם שדה בוכין, אבער אונזער רבי איז געקומען ספעציעל צו פארן צום לויה, און מיין שוואגער האט גראדע בשעת די לויה געוויזן פארן רבין ווי מיין יודענע ע''ה איז באהאלטן, נישט ווייט פון וואו מ'האט געלייגט דונער.
איך וויל נישט מאריך זיין מיט יענע טראגעדיע, אבער איך האב פשוט געוואלט פארציילן א עפיזאד וואס כ'האב מיטגעהאלטן.
מיר זענען געפארן קיין גאלדערס גרין, מנחם אבל צוזיין די משפחה, און אט הער איך ווי א היימישער צווישן אונז רופט זיך אן, געב א קוק, די דונער קינדערלעך טאנצן דארט אויפן סאפע.. כ'זע זיי זענען שוין צו זיך געקומען..
ווי איך הער דאס, איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, אבער כ'האב נישט געוואלט גארנישט רעאגירן.
איך האב שוין יעצט געוואוסט וואס דאס מיינט אזא מציאות.
צו זיך געקומען? לאנגע חדשים וועט נאך נעמען ביז זיי וועלן כאפן וואס זיי האבן פארלוירן, דאס גייט נישט אין איין שבעה וואך, זיך צו ערהוילן פון אזא פארלוסט.

ווי געזאגט, אויב ס'קלערט זיך אז ס'ווערט בעסער, דאס איז נאר ווען מ'האט אויסגערייניגט די וואונד, קען זיך עס פארהיילן, אבער אז מ'האט נישט גענוג באגריפן דעם קלאפ, קען זיך עס נישט פאר ריכטיג פארהיילן נאך.
און אין די תורת השלבים וואס איז באקאנט אין די פסיכאלאגישע וועלט, גייט עס טאקע אזוי, אז מ'גייט אריבער פיר שלבים, פיר סטעפס, פיר מצבים ביז מ'הייבט אן זיך שפירן געהיילט.
אט די תורת השלבים האב איך גראדע געזען אינעם דעמאלטסדיגע ניי ערשינענעם ספר פון הרב אהרן פרידמאן, און כ'האב באלד געקלערט, וואס ווייסט יענער פסיכאלאג וואס א געליטענער שפירט?
און איך בלעטער אינעם נייעם ברוינעם ספר, מיטן נאמען 'גם אתה יכול להתמודד', און כ'זע גאר, אז ער אליינס האט אט נאר וואס פאר אפאר חדשים פריער פארלוירן זיין יודענע.. אויב אזוי איז א אנדערע געשיכטע!
און כ'האב אויסגעאקערט דעם ביכל, און יא, ס'אמת יעדע ווארט, ווי ער שילדערט וויאזוי מ'שפירט ביי יעדע סטעפ באזונדער וואס מ'גייט אריבער נאך א טראגעדיע.
קודם איז מען פאר'חלומ'ט און מ'לייקענט די מציאות, נאכדעם הייבט מען אן כאפן אבער אויך נישט ריכטיג, נאכער רייסט מען זיך די האר פון קאפ און מ'פארפירט און מ'דרייעט איבער די סביבה פון צער און פארלוירנקייט, צום לעצט קומט די ישועה – די פערטע שריט, ווען מ'מאכט שלום מיטן מצב און מ'איז גרייט מיט א פעסטע ווילן איבערצומישן דאס בלעטל און טון וואס מ'דארף טון אנצוהייבן א נייע געזונטערע עתיד.

מיך איז נישט פארגעשטאנען די קומענדיגע חדשים קיין גרינגע לעבן, אבער ביז כ'האב געכאפט די מציאות לאמיתו, האט נאך גענומען א שטיקל צייט.
אויף פסח האב איך מיר אוועקגעלאזט קיין סקווירא, און שוין פארבליבן דארט ביז נאך שבועות, ווייל פונקט דאן האט מיין טאטע חתונה געמאכט צוויי קינדער, איינס ממש פאר פסח, און נאך איינס באלד נאך שבועות, האב איך געהאט א רייהע פון דריי חדשים וואס כ'האב איבערהויפט נישט געזען די חורבן פאר די אויגן, ווייל כ'בין געווען אין ניו יארק און פארגעסן טיילווייז פונעם מצב אינדערהיים, און כ'האב שוין געמיינט אז כ'בין מסודר..
ווי קען מען זיין מסודר? טאקע דאס טייטש א חלום..
נאך זייענדיג אינעם טרוים אז כ'וועל מיך שוין א עצה געבן, און אנהייבן מיט א פרישקייט מיט וואס כ'האב מסיים געווען בעפאר די טראגעדיע, האב איך זיך געפאקט פעק און אהיימגעפארן קיין לאנדאן, מיט מיין זון ביי די האנט, און זיכער וועט נישט נעמען לאנג, און כ'וועל טרעפן נאכאמאל א גוטע פאסיגע שידוך, גענוי ווי אלע טרייסט ווערטער האבן זיך געהערט..
ווי מ'זאגט געזאגט ווי געטון, און געטון ווי געזאגט..
א פיינע חלום!
המשך יבוא בעזהשי''ת

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:12 pm
דורך לאליפאפ
מנשה כ'מיין כ'האב נאך נישט געלאכט פון דיר אזויפיל ווי איך האב יעצט געוויינט.
ווערטערלאז.

שכוח פאר אלע ארטיקלען בכלל

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:30 pm
דורך שטילע אינגערמאן
מנשה, הארץ רייסנדיג, ווען כ'האב געליינט די שורות ווי די האסט מגלה געווען דיין קליינע, אין ווי ער האט טועה געווען א צווייטע מיט זיין מאמע, האב איך שיעור געשפירט ווי די טרערן קומען אריין אין אט אט גיי איך לאזן א טרער. אבער כ'האב עס צירוק געהאלטען (כ'בין א פארביסענע גאליציאנע ;) )
השי"ת זאל דיך אויף לעכטיגן בקרוב.

נ.ב. די המשך פליז שרייב שנעל, די עולם ווארט געשפאנט