בלאט 6 פון 13
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:04 am
דורך שמואל הלוי
די דאו האלט יעצט ביי 13,342.49, צום ערשטן מאל זייט נאוועמבער 2007, דאס הייסט אין קרוב צו 5 יאר.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:46 pm
דורך שמואל הלוי
היינט איז געווען נאך א גאר גוטע טאג אויפן סטאק מארקעט ביי אלע דריי אינדעקסן.
די דאו האט זיך געשלאסן ביי 13,539.86.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 11:32 pm
דורך משה געציל
די מארקעטס האבן היינט גאר שטארק פארלוירן, הויפטזעכטליך דער דאו וואס האט פארלוירן 243 פונקטן וואס קומט אויס א רעדוקציע פון %1.82. די גרעסטע פארלוסט זינט אנפאנג יולי.
די הויפט פאקטאר וואס האט היינט געדרייט די מארקעטס מיטן פיטעם אראפ איז די איינקונפנט באריכטן וואס קומען ארויס אין די טעג פארן פארלאפענעם קווארטאל, וואס צייגט אז רוב פירמעס זענען אריינגעקומען פיל שוואכער ווי דאס וואס אנאליסטען האבן געהאט פאראויס געשאצט. אויב איז דאס נישט גענוג געווען האבן אסאך פירמעס אראפגערוקט די ערווארטונגען פאר די קומענדע קווארטאל, ברענגענדיג פרישע זארג ביי אינוועסטירער אז די עקענאמיע זאל זיך נישט פון פריש אריינגליטשן אין א רעסעסיע.
איין פאזטיווע נייעס איז געווען היינט ווען א פעסל אויל איז אינמיטן טאג אנגעקומען אזוי נידריג ווי $86, דאס איז אויך געקומען אין א קייט רעאקציע פון די שוואכע איינקונפטן, ווייל אז ביזנעס איז שוואך איז ווי פארשטענדליך די געברויך און באניץ פון אויל פיל שוואכער.
אויף די קומענדיגע טעג איז ערווארטעט נאך א רייע באריכטן, די הויפט נייעס וואס מען ערווארטעט אבער איז די באריכט וואס דארף ארויסקומען פרייטאג אינדערפרי דורך די פעדעראלע רעגירונג איבער די וואוקס (אדער ווער ווייסט גאר די פארלוסט) ראטע פון דזשי. די. פי. פאר די פארלאפענע דריי חדשים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 1:40 am
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:שוואכע טאג היינט אויפן מארקעט
I think Facebook went up. !
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:31 pm
דורך sunbar
משה געציל, א אפדעיט פליז.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:57 pm
דורך משה געציל
ווען איך וועל האבן צייט און געדולד...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:27 pm
דורך sunbar
משה געציל האט געשריבן:ווען איך וועל האבן צייט און געדולד...
איך האף אז עס וועט זיין בעסערע נייעס ביז דעמאלס...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:47 am
דורך שמואל הלוי
דאו האלט ביי 13,811.62
שוין נישט קיין סאך אריבערצושפרייזן די 14,000 מארק, און פון דארטן נאך אביסעלע ביזן פריערדיגן רעקארד וואס איז געשאפן געווארן אקטובר 9 2007, ביי 14,164.53.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:50 am
דורך לעמאן דזשוס
AAPL 4.60
Ouch.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:15 am
דורך שמואל הלוי
לעמאן דזשוס האט געשריבן:AAPL 4.60
Ouch.
פרייז פון עפל פאלט לכבוד חמשה עשר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:33 pm
דורך boxcover
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:13 pm
דורך שמואל הלוי
דאו איז אצינד העכער 14.000 פינטעלעך
נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2014 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
google איז היינט אנגעקימען ביז 1190!. נישט נארמאל ווי ס'שטייגט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:09 pm
דורך [NAMELESS]
גאגעל האט היינט געענדיגט ביי 1199.90
צעהן סענט אוועק פון 1200!!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2014 9:58 pm
דורך אלס ווייסער
א גוטע וואך, גוגל איז פרייטיג אריבער געגאנגען דעם "1200" מארק שליסנדיג זיך ביי 1202.80 מיט א מארקעט ווערד פון 403.9 ביליאן דאלאר,
עפל האט זיך געשלאסן ביי 543.99 מיט א מארקעט ווערד פון 485 ביליאן דאלאר,
צו זעהן דעם מצב מיט גוגל ווס. עפל דארף מען צוריק גיין און זעהן וויפיל ביידענס ווערט זענען געשטיגן אינעם לעצטן יאר:
גוגלס סטאק האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 787.22, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט איבער 415 פוינטס אין איין יאר,
עפלס סטאק האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 455.08 ד.מ. עס איז געשטיגן מיט אונטער 90 פוינטס אינעם לעצטן יאר.
אינעם מארקעט ווערד איז:
גוגלס מארקעט ווערד האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 259.72 ביליאן דאלאר, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט איבער 144 ביליאן דאלאר אין איין יאר,
עפלס מארקעט ווערד האט פאראיאר Feb, 14 '13 געהאלטן ביי 438.16, ד.מ. עס איז געשטיגן מיט 47 ביליאן דאלאר אינעם לעצטן יאר,
בקיצור, אויב גייען זיי ביידע אויפן זעלבן רעיט אין די קומענדיגע האלבע יאר (און עס לייגט זיך אויפן שכל אז עפל וועט נישט אויפקומען מיט קיין גרויסע חידושים אין די קומענדיגע שטיק צייט משא״כ גוגל גייט לכאורה ארויסקומען מיט עטליכע נייע זאכן ווי גוגל גלעזער און נאך) גייט גוגל איבער שטייען עפל ווערנדיג די פירמע מיט די גרעסטע מארקעט ווערט
Sent from my APPLE iPhone
נשלח: מוצ"ש פעברואר 15, 2014 10:02 pm
דורך petergrifin
און צו צילײגען זאלץ אויף די װאונדן ״Sent from my APPLE iPhone״.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 12:10 am
דורך אלס ווייסער
דאס איז געווען צו פראוון אז איך האב גארנישט קעגן עפל (אדער פארקערט...)
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2014 12:13 am
דורך גנדי
לוינט זיך צו קויפן גוגל סטאקס?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 1:22 pm
דורך [NAMELESS]
Google סטאקס איז שוין געפאלן מיט כמעט 100$ די לעצטע פאר טאג. אפשר איז יעצט די צייט צו קויפען
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:27 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]משה געציל[/tag], גיימיר קויפן עליבאבא?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 2:49 pm
דורך דריידל
שוין צו שפעט. איך וואלט געזאגט אז יעצט האט עס א גרעסערע טשענס צו גיין אויף אראפ ווי ארויף. אבער ווי גייט די סלאגאן פון נ. י. לאטטא? העי, יא נעווער נא!
נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 10:38 pm
דורך שבת אחים
אינטערסאנטע אמתע meme אויף פעיסבוק
?Why is Bernie Madoff the only Wall Street criminal to face jail time
!Because he robbed the 1 percent not the 99%
Re: נייעס פון סטאק מארקעט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2020 10:25 pm
דורך החוקר
אוי איז דאס אמת!