בלאט 6 פון 7

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 10:26 am
דורך berlbalaguleh
sefish האט געשריבן:סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס

אינז לערן מיר ארויס פון דעים צוויי זאכן. 1) אז אין סאטמאר טעיק-אוט איז דא גוטע סחורה און גוטע סערוויס.: 2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :D :) ;) :o

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 11:57 am
דורך צדיק נסתר
די לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.

מאכט זיך פאר פסח און איך בין פונקט געווען אין די געגנט פון יענעם גראסערי, האב איך באשלאסן צו מאכן דארט מיין פסח ארדער.

הכלל; מ'קויפט איין מכל טיב וטוב לכבוד יו"ט, און מ'גייט רעכענען.

דא כאפ איך זיך אבער אז איך האב נישט מיין קרעדיט קארטל מיט מיר, היות איך האב עס געגעבן פאר די אשת חיל מיינע זי זאל איינקויפן קליידונג און אנדערע געברויכן פאר יו"ט, און אזוי ווי ס'איז געווען א נייע קארטל האב איך נישט געדענקט די נומערן אויסענווייניג, און קיין קעעש האב איך אויך נישט געהאט מיט מיר, נו בלית ברירה האב איך געוואלט אויפשרייבן, זאגענדיג אז שפעטער ווען איך וועל האבן מיין קארטל וועל איך אריינקומען באצאלן.

דער ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן, און פרעגט מיר: ביסט אפשר א נייע קאסטומער?, זאג איך ניין, איך קויף שוין איין דא די לעצטע שטיק צייט.

ער מישט אויף דעם ספר הזכרונות, און טשעקט נאך אויף מיין אקאונט וויפיל איך האב איינגעקויפט די לעצטע שטיק צייט, ביז ער רופט זיך אן: נאר קאסטומער'ס וואס מאכן יעדע וואך דא די שבת ארדער'ס קענען אויפשרייבן.

ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו אז איך וואלט גערן יעצט באצאלט אבער מיין ווייב האט יעצט די קארטל, דער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער קען נישט אויפשרייבן אפילו פאר א מינוט.

נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).

מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 12:08 pm
דורך מאטי
איך בין נייגעריג אויב ס'וואלט געווען פארקערט, דו וואלסט ווען געהאט דעם קארטל און דיין ווייב נישט, און זי וואלט געווען ביים רעזדשיסטער ביי "מעיסיס" צו ס'וואלט געהאלפן די טענה אז זי קויפט דארטן איין יעדן זונטאג... און צו זי וואלט מער נישט אריינגעטרעטן אהין.

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 12:17 pm
דורך צדיק נסתר
אינו דומה א "גראסערי" וואס די סדר (ביי די היימישע גראסערי'ס) איז אז מ'שרייבט דארט אויף כסדר.

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:16 pm
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:הגם די אשכול איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי נוגע, היות איך וואין נישט אין אמעריקע.
אבער איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין ניו יארק אין די זומער, איך האב מקיים געווען די מצווה פון גיין א שבת אין גלות, ארויפשפאצירט מיט א געדינגענע אויטא צו די הויכע בערג. ביים איינקויפן אין עפעס א געשעפט, פארגעסן דעם נאמען, האבן זיי מיר געשינדן די הויט און שיעור נישט גורם געווען צו א הארץ אטאקע. די איינקויפן פאר שבת האט מיר אפגעקאסט מער ווי די וועג און די געדינגענע פארשטינקענע כאטקע.

עכ"פ, דאס איינקויפן איז געווען א שלעכטע עקספיריענס, צום באדויערן געדענק איך נישט וואו דאס איז פארגעקומען, לכאורה ערגעץ אין וואדריזש, סאוט פאלסבורג אדער מאנטיסעלאו געגנט.

וועלכע געשעפט איז מער ווייניגער נארמאל מיט צוגענגליכע פרייזן, וואס רייט נישט אויפן עולם ווי א חזיר? דאס אז אויף די בערג איז טייערער ווי אין שטאט ווייס איך, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס. אזוי איז עס

זיי האבן אויך (מסתמא). באמערקט אויף דיר אז דו ביסט א טוריסט האבן זיי זיך געלאזט וואויל גיין. מיין שוויגער בג"ע תהא מנוחתה, איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל און אהיימגעקומען מיט א "זילבערנע" לייכטער. ווען איך האב עס באטראכט פון נאנט האביך באמערקט אז ס'איז "ריין פון זילבער". מיט די "בעיס" אנגעפילט מיט פלעסטער, צו צוגעיבן צום געוויכט. האט זי געטענה'ט אז זי האט געבעיטן צו קויפן א זילבערנע לייכטער און געצאלט דעם פרייז פאר זילבער.... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :oops: :twisted: :evil: :cry: :( ;) :o

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:22 pm
דורך sefish
berlbalaguleh האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס

2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :D :) ;) :o

מאכסט זיך?... דארט זעט מען איינקויפן פון אלע קרייזן, אלע הוטן

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:32 pm
דורך berlbalaguleh
מדיק נסתר: הגם איך קען איהם אפשר אביסל פארשטיין. אבער קיין יישר כח קומט זיך איהם זיכער נישט. ווייל די רגע וואס ער זאגט מיר קאטעגאריש אפ און פארשעימט מיר ברבים, פוץ איך אפ פון דארט און טרעיט מער נישט אריין לצמיתות. מיט שכל און מענטשליכקייט האט ער זיכער נישט געהאנדלט. ווען ס'האט זיך אויפגעמאכט א נייע גראסערי/סופערמארקעט מיט א פאר יאר צוריק, ביניך געגאנגען דארט איינקויפן מיינע שבת ויו"ט ארדערס. זיי האבן דאמאלס געהאט זייער א גוטן מענעדזשער. סיי וועלכע פראבלעים ס'האט זיך געמאכט (און זיי האבן געהאט א היפש ביסל חבלי לידה.) האט דער מענעדזשער אויסגעגלייכט צו די צופרידנהייט פון די קאסטומערס. ווען אן אייגנטומער פון א ביזנעס אדער זיין מענעדזשער האנדלט מיט הארטנעקיגקייט און אן א ביסל שכל הישר, פארלירט ער סוכ"ס ביזנעס... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( :o

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:40 pm
דורך שטילע אינגערמאן
לפע''ד זאל צדיק נסתר לאזן וויסען די עולם די נאמען פונעם גראסערי למען ישמעו ויראו,

א געוויסע גראסערי האב איך באמערקט אז א פרוי קען געווענדליך אייביג פוילען אלץ ביים מענעז'ער אין א מאן נישט, דער חזיר פאלט פאר א פרוי, אין געבט נאך,
פארשטייט זיך א מיאוסע פרוי האט א הלכה אזוי ווי א מאן, אין ס'ווענט זיך אויך וואס מ'דארף, דילווערן פאר וויניגער ווי $40 קען מען זיין א רעגיחער פרוי, אויפ צושרייבען ווען ס'פאפט דארף מען שוין זיין עפעס שענער, וגו'...

אינגעלייט שיקטס אייערע פרוין צום גראסערי מיט מעיק'אפ וועט אייך גוט זיין, ;)

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
נאך א מעשה פון היימישע גראסעריס און בעה"ב וועלכע האנדלען נישט מענטשליך. ומעשה שהי' כך הי'. מיט בערך דרייסיג יאר צוריק, האב איך איינגעקויפט אין א היימישע גראסערי אויף פט. העמילטאן, אין ב.פ. אלע מיינע שבת ארדערס זענען געמאכט געווארן דארט. דער גראסערימאן האט געקענט מיין בני בית און מיינע קינדער. ר'האט זיך אייביג געחנפ'ט צו זיי. מיך האט ער נישט געקענט. בין איך איינמאל פרייטיג נאכמיטאג אריינגעגאנגען אין זיין סטאר. (נאכ'ן איבערלאזן א שיינע מטבע פאר די וואכעדיגע ארדער.) איך האב איהם געבעיטן א דזשאר געפילטע פיש. נעמט ער זיך מאכן חוזק פון מיר, ברבים. "הא, וואס דארפסטו פארפוילטע פיש?" איך האב געענטפערט "יא". באצאלט און געגאנגען ווייטער..זונטיג האביך אריינשפאצירט אין זיין גראסערי מיט מיין ב"ב און די קינדער. איז ער געווארן אביסל פארשעימט. דער קאסטומער וואס מאכט גרויסע ארדערס ביי איהם. פון עים האט ער אפגעחוזק'ט. אבער אנטשולדיגט האט ער זיך נישט...!!!. :? 8-) :lol: :roll: :x :oops: :רח"ל :רח"ל :רח"ל :אומגלויבליך: :o

נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 2:49 pm
דורך berlbalaguleh
sefish האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
sefish האט געשריבן:סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס

2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.).... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :twisted: :evil: :D :) ;) :o

מאכסט זיך?... דארט זעט מען איינקויפן פון אלע קרייזן, אלע הוטן

נו, א יעדער האט ליעב צו עסן גוטע, געשמאקע מאכלים... 8-) :lol: :roll: :D :) ;) :o

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 9:23 pm
דורך ונבנתה העיר
לאמיך זיי מוקיע זיין תחת השמש, יא, טאקע זיי, די אפגעריסענע אויסווארפן פון דעם ספרינט געשעפט ביי 13 און 41, סערוויס איז נאן עקזיסטענט.

ואלו מזכירין לשבח, ווערייזאן ביי 13 און 53.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 9:30 pm
דורך איך אויך
יאפ ווערייזן ביי 53 זענען נייס גייז.

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 9:34 pm
דורך נופת צופים
יו, שוין לאנג געזוכט וואו צו שרייבן. דעי פעסטע כעוורע ביי ספרינט זיצן דארט ווי פריצים און לאזן דיר הענגן ווי א ליימענע גולם. ווען זיי מאכן זיך שוין יא וויסנדיג פון דיר, הייבן זיי דיר אן ארומשיקן פון איין לעיזיבאון צום צווייטן. "גיי צו ארי, ער קען דיר העלפן". איך ווייס נישט ווער די העק ארי איז, קום איך שוין אן צו אים, שיקט ער מיר צוריק צום ערשטן. און דעס אלעס אזוי נעסטי און אוממענטשליך.

איך בין אויך באלד אריבער צום נייעם ווערייזען אויף 53 אין זיי זענען געזעצן מיט מיר א לענגערע צייט איבערגיין מיינע אפציעס מיט א רואיגקייט און מענטשליכקייט.

נשלח: זונטאג מאי 03, 2015 10:23 pm
דורך petergrifin
געהאט אן ענליך עקספיריענס. ספרינט סתם אזוי זײגט. װער דארף אנלימיטעד דעטע װאס סאקט?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 1:03 am
דורך ישמעאל הכהן
מה ענין ווערייזאן אצל ספרינט? אז מאיז נישט צופרידן פון איין ספרינט סטאר גייט מען צו ווערייזאן וואס איז סך טייערער?

איז נישט פארהאן א ספרינט סטאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס? הסבר ביטע

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:12 am
דורך שמעון וואלף
צדיק נסתר האט געשריבן:די לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.

מאכט זיך פאר פסח און איך בין פונקט געווען אין די געגנט פון יענעם גראסערי, האב איך באשלאסן צו מאכן דארט מיין פסח ארדער.

הכלל; מ'קויפט איין מכל טיב וטוב לכבוד יו"ט, און מ'גייט רעכענען.

דא כאפ איך זיך אבער אז איך האב נישט מיין קרעדיט קארטל מיט מיר, היות איך האב עס געגעבן פאר די אשת חיל מיינע זי זאל איינקויפן קליידונג און אנדערע געברויכן פאר יו"ט, און אזוי ווי ס'איז געווען א נייע קארטל האב איך נישט געדענקט די נומערן אויסענווייניג, און קיין קעעש האב איך אויך נישט געהאט מיט מיר, נו בלית ברירה האב איך געוואלט אויפשרייבן, זאגענדיג אז שפעטער ווען איך וועל האבן מיין קארטל וועל איך אריינקומען באצאלן.

דער ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן, און פרעגט מיר: ביסט אפשר א נייע קאסטומער?, זאג איך ניין, איך קויף שוין איין דא די לעצטע שטיק צייט.

ער מישט אויף דעם ספר הזכרונות, און טשעקט נאך אויף מיין אקאונט וויפיל איך האב איינגעקויפט די לעצטע שטיק צייט, ביז ער רופט זיך אן: נאר קאסטומער'ס וואס מאכן יעדע וואך דא די שבת ארדער'ס קענען אויפשרייבן.

ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו אז איך וואלט גערן יעצט באצאלט אבער מיין ווייב האט יעצט די קארטל, דער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער קען נישט אויפשרייבן אפילו פאר א מינוט.

נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).

מער טרעט איך נישט אריין אין יענעם גראסערי!


איך זעה נישט וואס ער האט געהאנדעלט ראונג. דאס גאנצע אויפגעשרייבאכץ איז א גרויסע דיעבד. פרעג נאר עני גראסערי מאן וויפול געלט מענטשן זענען שולדיג. אז איינער איז א
סטעדי קאסטומער וויל מען אים נישט פארלירן, און מ'דארף אויפשרייבן אבער פאר איינער וואס קויפט כמעט נישט דארט און וויל נאך אויפשרייבן, איז פונקט ווי א פרעמדער מענטש קומט צו דיר און וויל בארגן געלט.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:20 am
דורך רויטע וואנצעס
רוב גראסעריס וועלן גערן אננעמען א קארד נאמבער אן די קארטל. נעקסטיים רוף דיין ווייב פאר די נאמבער.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:23 am
דורך שמעקעדיג
אמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:33 am
דורך נופת צופים
שמעקעדיג האט געשריבן:אמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.

וואס איז אומלעגאל פון אויפשרייבן? אפשר איז אומלעגאל נאכדעם צו באצאלן דעם ביל מיט גאווערמענט בענעפיטס, אבער צאלן מיט'ן קרעדיט קארד?

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:35 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:אמאל פלעגן עס גראסערי'ס אפשר טון, אבער היינט ווען עס איז אומלעגאל וועלן זיי ע"פ רוב בפחי נפש מוזן אפזאגן, ודי לחכימא.


מיין כונה איז געווען קרעדיט קארטל, ער האט גערעדט וועגן קרעדיט קארד. פ"ס ביסטו גערעכט זייער ווייניג וועלן נעמען, אויך נאר אויב זיי קענען דיר צוואנציג יאר.

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 8:36 am
דורך נופת צופים
ישמעאל הכהן האט געשריבן:מה ענין ווערייזאן אצל ספרינט? אז מאיז נישט צופרידן פון איין ספרינט סטאר גייט מען צו ווערייזאן וואס איז סך טייערער?

איז נישט פארהאן א ספרינט סטאר מיט גוטע קאסטומער סערוויס? הסבר ביטע

מ'זוכט א נייע פאון מיט נייע סערוויס, גייט מען שאפינג ביי יעדן. איך הייב אן ביי ספרינט, איך ס'נישט דא צו וועם צו רעדן גיי איך צום נעקסטן סטאפ.

Re: אייער מיינונג און עקספיריענס איבער היימישע געשעפטן

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 10:19 am
דורך petergrifin
@ישמעאל
איך האב קיינמאל נישט געהאט א בעד עקספיריענס אין עני ווערייזאן סטאר משא"כ מער ווי איין ספרינט סטאר. יא מען צאלט טאקע מער אבער סערוויס איז דא.

נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 11:09 am
דורך ישמעאל הכהן
סוי זאגסטו אז אין קיין איין ספרינט סטאר איז נישטא קיין קאסטומער סערוויס? אדער רעדסטו פונעם עצם פאון סערוויס?
אויב דו ביזט געגאנגען צו א ספרינט סטאר איז דאך פשט אז מיט ספרינט וואלסטו געקענט גיין, ביזט נאר נישט צופרידן געווען מיט די קאסטומער סערוויס פון דעם פארטיקולער ספרינט סטאר, אשר על כן גייט מען צו ווערייזאן וואס איז האלב אזוי טייער? ניין. מען גייט זוכן אן אנדערע ספרינט סטאר וואס האט יא נארמאלע מענטשן ביים טישל און געבן גוטע סערוויס