בלאט 6 פון 17

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 1:12 pm
דורך סמבטיון
7669

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 2:05 pm
דורך סמבטיון
7828

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 4:54 pm
דורך סמבטיון
לויט ווי עס קוקט אויס גייט מען ברעכן דעם רעקארד און אריבערגיין 8000.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 10:54 pm
דורך סמבטיון
8014!
סעדא מענטשן וואס האבן געקויפט אין 2010 פאר אפאר סענט א ביטקוין, מאכטס דעם חשבון אויב איינער האט געקויפט אפילו נאר 1000 ביטקוינס פאר 8 סענט א שטיקעל און ער קעשט עס היינט ביינאכט קען ער גיין שלאפן מיט 8 מיליאן דאלער

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2017 11:43 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:8014!
סעדא מענטשן וואס האבן געקויפט אין 2010 פאר אפאר סענט א ביטקוין, מאכטס דעם חשבון אויב איינער האט געקויפט אפילו נאר 1000 ביטקוינס פאר 8 סענט א שטיקעל און ער קעשט עס היינט ביינאכט קען ער גיין שלאפן מיט 8 מיליאן דאלער

יענע מענטשן שטייען טאקע גוט. אבער די וואס גייען היינט אריין שטייען אויס אסאך א גרעסערע ריסק ווס אסאך א שוואכערע אפסייד.

איך פערזענליך האב דאן געהאלטן אז ס'איז א גוטע אינוועסטמענט, איצט אבער, וואס א טאג ס'גייט אדורך זעהט מען מער און מער אז די ביטקוין איז זייער נישט סקעילעבעל. עס נישט אזוי ווייעבעל צו ארבעטן ווי א וואלוטע, און וויבאלד ס'האט נישט דאס ניצן וואס מען האט פאראויסגעזעהן איז לדעתי די שוויות אסאך ווינציגער ווי די איצטיגע פרייז. דעס איז ספעציפיש אויף ביטקוין, אנדערע קריפטא-וואלוטעס זענען בעסער אין דעם הינזיכט אבער גיי ווייס וועלכע גייט זיך אויסארבייטען.

אדרבא, אז איר האט עפעס אינפארמאציע וואס קען מיר אויסקלארן וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 6:38 pm
דורך סמבטיון
8334
עקספערטן זאגן אז ביז 2018 וועט עס האלטן ביי 10 אלפים א שטיקעל.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2017 8:28 pm
דורך יאסל ראקאווער
סמבטיון האט געשריבן:8334
עקספערטן זאגן אז ביז 2018 וועט עס האלטן ביי 10 אלפים א שטיקעל.


די ווארט "א שטיקעל" איז זייער נישט פאסיג, דאס איז א מיטאמאל גוט לצור על פי צלוחית.

צען אלפים "א קוויטעל" אפשר. (משתמע לשתי אנפין, א קוויטעל מיט א אומפארשטענדליך קאוד אדער א קוויטעל מיט וואס מ'שפילט קארטלעך ווייל די אינוועסטמענט איז אזא סארט געמבעל וואס קען גיין צו זיראו איבערנאכט).

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 10:38 am
דורך קורקלענד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 6:58 pm
דורך סמבטיון
א גוטן אווענט טייערע חברים,
9436

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2017 8:39 pm
דורך סמבטיון
פינקט פאר א חודש צוריק, האב איך געפאוסט אז עס האלט ביי דעם אסטראנאמישן ציפער 5560
היינט א חודש שפעטער האלט עס שוין ביי 9713

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:35 am
דורך שאולדיספריםפאקער
לאמיר זעהן ווי עס וועט האלטן אין א חודש פון יעצט
עס זעהט מיר אויס גאר שטארק באבל׳דיג

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:33 am
דורך סמבטיון
א חודש צוריק האט קוקערלעד געזאגט די זעלבע זאך אבער אינצווישן זענען אסאך מענטשן רייך געווארן מיטן ארויפגאנג פון 5000 צו 9750, איך זאג נישט אז ביטקוין איז דא פאר אייביג, איך בין נישט דער אנאליזירער וואס קען ליינען טשארטס און פרעדיקטן וואס קומט, אוודאי קען עס קראכן איין טאג אבער אדערווייל פארט עס נאר ארויף, און דאס באריכט איך דא

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 2:10 pm
דורך יעקב מענטש
מיין ארימע מיינונג איז.

אז די גרעסטע ראיה אויף א מאסיווע באסט איז די שנעלע וואוקס.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 3:38 pm
דורך סמבטיון
אויב ווילסטו טוישן דיין ארימע מיינונג צו א רייכערע מיינונג, דאן אינוועסט אין ביטקוין..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:32 pm
דורך קורקלענד
סמבטיון האט געשריבן:א חודש צוריק האט קוקערלעד געזאגט די זעלבע זאך אבער אינצווישן זענען אסאך מענטשן רייך געווארן מיטן ארויפגאנג פון 5000 צו 9750, איך זאג נישט אז ביטקוין איז דא פאר אייביג, איך בין נישט דער אנאליזירער וואס קען ליינען טשארטס און פרעדיקטן וואס קומט, אוודאי קען עס קראכן איין טאג אבער אדערווייל פארט עס נאר ארויף, און דאס באריכט איך דא

קורקלענד האט נישט געזאגט די זעלבע זאך. קורקלענד האט נישט געגעבן קיין צייט, זיכער נישט קיין חודש.

לדעתי זענען נישט אסאך מענטשן רייך געווארן, ווייל זיי זיצן נאך דערמיט מיט די האפענונג אז ס'גייט גיין נאך העכער. ווילאנג מען זיצט דערמיט האט מען גארנישט פארדינט, נאר נאך וואס מען פארקויפט און מ'פראפיטירט האט מען פארדינט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 8:53 pm
דורך סמבטיון
איך זעה אז דן ביזט נישט באקאנט אין די נושא, גראדע קעשט ארויס דער עולם פעסט, דער וואס האט שכל קעשט ארויס 50 פראצענט און מיט די רעשט נעמט מען ווייטער די ריסק ביים לאזן עס וואקסן אדער פאלן,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:25 am
דורך סמבטיון
א גוט מארגן טייערע חברים!
9949.00

Re: ביטקוינס Bitcoin

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 6:39 pm
דורך או אינו
1mm in 5 years.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 8:55 pm
דורך סמבטיון
א גוטן אווענט טייערע חברים ,
10030!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2017 10:58 pm
דורך סמבטיון
10325

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 12:25 am
דורך אדונינו
10,625

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 12:34 am
דורך קורקלענד
או אינו האט געשריבן:1mm in 5 years.

פארוואס נאר איין מיליאן?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 3:39 am
דורך שבת אחים
איך האב געקויפט א היפשע פאר יאהר צוריק אסאך ביטקוינס פאר פרוטות. איך האב עס געדארפט ווייל דעס איז געוועהן דאן די גרינגסטע וועג צושיקן געלט קיין כינע, סאיז מיר איבערגעבליבן 42 ביטקוינס, דאכצעך סדארף צוזיין ווערט היינטיגע טעג איבער פיר הונדרעט אלפים. כגעדענק אבער נישט די פעסווארד. סאיז געוועהן די Wallet.

איינער האט אן עצה? אדער סאיז א גם זו לטובה בחינה... און געגעאנגען ווייטער. איך האב געזוכט אין מיין אלטע Memos אין מיינע אלטע טעלפאון, מיין אלטע קאמפיוטערס, אימעילס, אבער דערווייל טאפ איך א וואנט.
איך האב קיינמאל נישט געחלמט אז דעס גייט נאך אמאל ווערט זיין אזויפיל געלט.
אפשר זאל איך גיין צום ריבניצער? :) סאיז ממש א שאד! וואס טוט מען? איינער האט עפעס א עצה? אדער סאיז בעסיקלי אזויווי איך וואלט פארלוירן קעש אין מקוה. הדא הוא דכתיב ש-ט...!

#אמר ר׳ בנימין