בלאט 6 פון 22
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:31 pm
דורך שמעקעדיג
חברה
לאמיר לאזן מאחורי ענינים ווי עס באלאנגט.
ואין מגלין אותן אלא לצנועין...
וואס איז זייער מטרה? שני חזירים בדבר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 9:36 pm
דורך טיטאניק
1. ווער עס קען אביסעלע היסאטאריע ווייזט, אז דער הייליגער סקולענער רבי איז ביז 15 יאר ציריק געווען אביסל א שטיקל חוזק פון א רבי, כ'מיין איך רעד נישט פון זיין צדקות, איך רעד פון די גרויסקייט ביי די אויגען פון די המון עם, ער איז טאקע א הייליגער איד, אבער ביי די המון עם איז ער געווען אזא שטיקעל לאזערישע רבי
די לעצטע יארען זענען נפטר געווארען פון גרויסע פארצייטישע אדמורים, און זיינע קינדער און שטיב מענשטען האבען זיך ארויף געכאפט אויף דעם באן פון "זקן האדמורים", ווייל דער טאהשער רבי איז קראנק, און ער זעט אויס היבש עלטער ווי ער איז, מאכט א האלי אימפרעשאן, און שוין
פארוואס האבען זיינע שטוב מענשטען זיכער געמאכט זיך ארויף צי כאפען דערויף? לחאר מאה ועשרים זאלען זיי זיין גרויסע רבי'ס.
מילא מאכען זיי זיכער אז ביז די 120 זיינער זאל הייסען אז ער איז דער צווייטע גדול הדור נאכען סאטמארערר רבי ר' יואל
וועסט זען אז אלע קנאות שטיק, פון די סארט שיט, קימט פון זיי.
2. פשוט ביזנעס, ביזנעס לשם ביזנעס, עס איז א ביזנעס באטראכט אין די זייט פון די דריטע עד, שטייט דארט אין קליינע אותיות אלעס וואס זיי פארקויפן אלס, א וועג פון אדווערטייסמענט אויפן נוסח פון shaklee און נאך אזעלכע קאמפאניס וואס באסטן זייער פראדאקטס דארעך קאנפרענצען וואס מען באצאלט זיך ציבאטייליגען
געלט כבוד כבוד געלט, ועל זה נאמר נבל ברשות התור"א"
תורא נישט תורה ווייל די תורה איז דאס נישט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז באקאנט פונעם סאטמער רב זצ''ל א מימרא וואס ברענגט ארויס די אמתע מכיון פון צניעות פון די פרומע.
א בעדינג סואט איז אסור פאר א פרוי צי אנטון ביים שווימען. אפי מענער זעען נישט. פארוואס ? ווייל סאיז א בגד פרוצת. ליין סמאכט די פרוי פילען גוט מיט זיך.
סא הייסט אז די סאטמארע רעבעצין אלטע פייגע איז געגאנגען חסידישע גאטשעס? נישט קיין ווייבערישע אינטערוועש?
אהא כ'הער
נאך א מזל אז מיין ווייב הייסט נישט אלטע פייגע
ווען מ'זאלל זיך האלטן צו די פרומקייט סטענדערדס פון די סאטמאר'ער רבי און רביצין וואלט נאך גאנץ גוט געוועין. די "פרומקייט" משוגעת'ן האבן זיך אנגעהויבן נאך זיי. דו קענסט זעען אויף אלע אלטע פיקטשערס אז די רביצין אלטע פייגע איז געגאנגען אנגעטון זייער מענטשליך. ווייט פון די טאליבאן משוגעת'ן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:15 pm
דורך חזקיהו המלך
ארויף געלייגט אויף א פייל דאס וואס איינער האט פריער געשריבען, יעצט דארף איינער הענגען די צעטלעך אין מאנסי, און אריין לייגען אין די קאמיונעטי קאנעקשענס,
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
טיטאניק האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:איינער שרייבט מיר היינט אין אישי צי איך בין א גרוש אדער א פרוי,
מיסט פארשטיין
גד החוזה קומט דיר א לייק
איך זע דא גארבידזש
זע די "סטראשע" וואס איך האב באקימען אין אישי
זייטס מוחל איך האב נישט געוויסט פון די תקנה אז מען מעג נישט פובליצירען א פריוואטע בריוועל, איך האב עס אראפ גענימען)ס'האט מיר געזאגט א איד, אז א רבי האט אמאל געשאלטען א מתנגד אז ער "וועט נישט מוצי שנתו זיין" עס איז געקימען סוף יאר און דער מתנגד איז געלאפען צי זיין רבי פרעגען וואס ער קען טיען זיך צי ראטעווען, זאגט עם זיין רבי "איך האב איין עצה פאר דיר, ביי די ענדע פון די יאר דריי דיר נישט אין שיכון"

טיטאניק: דעיס איז א גוט ווארט... איך האב געהערט א ביסל אן אנדערן נוסח. ווען דער איד האט זיך אפגערעדט פאר איינעם אז ער איז באזארגט ווייל דער רעבע האט איהם פארשאלטן אז ער זאל נישט מוציא שנתו זיין, האט איהם יענער געזאגט. "אויב די חסידים האבן נישט געהערט האסטו גארנישט וואס צו זארגן". מ'זאגט נאך (כ'מיין בשם ר' יענקעלע פשעווארסקער זצ"ל) אז ווען מ'האט איהם פארציילט אויף א געוויסן אדמו"ר פון א באקאנטע רעבישע גזע אז מ'דארף ציטערן פאר זיין הקפדה ווייל "ער האט שוין אנגעפילט א האלבן בית החיים". האט ער געענטפערט. "אויב אזוי איז ער א מאסן מערדער."

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:37 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:טיטאניק האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:
אלו ואלו דברי אלוקים חיים, צדיקים האבען געהאט פארשידענע דרכים אין עבודת ה'
איינער איז געווען א מאסען קילער, דער צווייטער א "פרימער" ובעצם היינו הך, די זעלבע מדרגות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:31 pm
דורך סאו וואט
גם אני מצטרף צום בליק פון טיטאניק איבער סקולענער רעבי, א וואוילע יוד, קאן זיין פאר זיך איז ער ערליך און פיין, אבער דו אלע ברכות וואס מענטשען כאפען זיך אן אויף דעם, ליהוי ידוע, ס'איז נוסח בנו שמואל מרדכי וואס זוכט גרויס צו ווערן. גארנישט מיט זיין טאטע, און זיין טאטע ווייסט ניטאמאל וואס ווערט אלס ארויפגעלייגט אויף אים, כלפי מיר מאכט עס נישט קיין נפק"מ, ס'קען זיין, זיין אייגענע נוסח אויך, מיינט עס גארנישט פאר מיר, נאר פאר דו רעקארדס.
ווי אויך איז ידוע ווער ס'האט געלערנט מיט דו סקולע'נעס טעכטער און סקול, זיי זענען אלעמאל געוועהן מעין עקטערס און דו פלעיס, און יעצט עקטען זיי אויף אן אנדערע אופן, צו מאכען א געהאלט אויף דו טאטע'ס ערליכקייט. א חוץ דו פאקט אז דו טאכטער קלוגהופט איז א כלה טיטשער, און זי איז עתיד ליתן את הדין וואס זי לערנט אלס מיר אירע קליענטען, זי צוברעכט שלום בית אויף א מאסע פארנעם ווי קיינמאל ביפאר, זאל זי ענדערש עסען גחלי רתמים.
יעצט וויל איך מיט איר לערנען עפעס אונטרעסאנט, להרחיב הנושא בנוגע אמותיהם של ישראל.
מצינו שהתורה משבחת את האמהות שהיו כולן יפות תואר וטובת מראה, כדכתיב (בראשית י"ב י"א) אצל שרה אמנו ע"ה כי אשה יפת מראה את. וכן כתיב אצל רבקה אמנו ע"ה (שם כ"ד ט"ז) והנערה טבת מראה מאוד (בספורנו פי' טובת מראה: יפת הצבע). וכן כתיב אצל רחל אמנו (שם כ"ט י"ז) ורחל היתה יפת תואר (ברש"י ד"ה תואר פי', תואר הוא צורת הפרצוף, [שיינע פיגאר], ובאבן עזרא ד"ה יפת תואר פי': כל אבר, כעין והאף והפה יפה [שיינע פיטשארס], וברשב"ם ד"ה יפת תואר פי': דפוס החוטם והמצח והפה והלחיים. ובספורנו ד"ה יפת תואר פי': יפת התמונה). ויפת מראה (ברש"י ד"ה מראה פי':מראה היא זיו קלסתר. ובאבן עזרא ד"ה יפת תואר פי': ומראה הכל יפה, או מראה על עין הפנים הנראה, וברשב"ם ד"ה יפת מראה פי': לבן ואדמדם. ובספורנו ד"ה ויפת מראה פי': בצבע העור, שהוא צח ואדום כי אמנם הצבע הוא מושג לחוש הראות. ובאור החיים הק' ד"ה יפת תואר פי': ויפת מראה שהיה לה חן שיתאוה לה כל רואה ([שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ניין? יא דו אמהות).
ואף מה דכתיב (שם) אצל לאה: ועיני לאה רכות, כתב הרשב"ם (ד"ה רכות) שפירושו של רכות הוא נאות, שהיו לה עינים נאות, ואמרו חז"ל (תענית כ"ד ע"א) כלה שעיניה נאות אין כל גופה צריכה בדיקה. וכן כתבו בדעת זקנים מבעלי התוס' (ד"ה ועיני לאה רכות) רכות מלשון רך וטוב (שם י"ח ז') שהיתה נראית יפה מחמת שהיו עיניה יפות, ונראית רכה וילדה. ועיין במסכת בבא בתרא (נ"ח ע"א) הכל בפני שרה כקוף בפני אדם, שרה בפני חוה כקוף בפני אדם. ועיין במס' מגילה (ט"ו ע"א) ארבע נשים יפיפיות היו בעולם, שרה רחב ואביגיל ואסתר.
והטעם שהיו האמהות יפות מראה, מצינו במדרש (לך פמ"ה ס"ד, שהש"ר פ"ב סל"ב) שרצה הקב,ה שיהיו נשותיהן של האבות יפות תואר, כדי שיהנו מהן בעליהן (נא? וואספארא שפראך איז דאס????). וכתב ביפה תואר על מדרש רבה שיר השירים (שם אות כ"ד) מפני שהיה האבות קדושים ופירושים מתענוגי העולם, היו צריכים יופי טפי בנשותיהם כדי שיתעורר לבם לדבר מצוה, ומהאי טעמא נמי לקח שלמה המלך נשים רבות, לפי שהיה לבו שקוע מאוד בחכמותיו, ועל ידי יופי כמה מיני הנשים יטה לבו לעסוק העולם.
ויסכר פי דוברי נבלה. סקולענער קינדער קיינער פרעגט ענק נישט וואס צו טוען, און האלטס אייער משוגענע דרשות און ענקער שול. און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:57 pm
דורך טיטאניק
סאו וואט האט געשריבן:ויסכר פי דוברי נבלה. סקולענער קינדער קיינער פרעגט ענק נישט וואס צו טוען, און האלטס אייער משוגענע דרשות און ענקער שול. און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
יפה אמרת חן חן יוצק על שפתותיך
יעצט אבער פארשטייסטי פארוואס מען אסר'ט אינטערנעט? ווייל אויף אינטערנעט קענען מענטשען ארויס ברענגען זייערע מיינוגען אן קיין מורא פון קיינעם
און טויזענטע אידען ארים די וועלט ליינען דאס און זייערע קאפ הייבט זיך אן צי עפענען, מען זעט אז די פארטוגאל פאמיליע (סקולען) מאכט א חורבן אויף די וועלט
און איך הער אז די נושא קאכט זיך איבער ארים איבעראל, אויף וואטצעפ און אויף טעקסט אויך, ממש א מחיה
און אטעדאס איז די סיבה פארוואס מען מעג נישט האבען די אלע זאכען
כדי אז אפאר חולאים **** קראנקע מענשטען זאלען קענען באצווינגען די גאנצע אידישע ווועלט מיט זייערע כופרה'ישע צדוקי'שע מיינוגען
ובערת הרע מקרבך
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:05 am
דורך לבי במזרח
שמעקעדיג האט געשריבן:חברה
לאמיר לאזן מאחורי ענינים ווי עס באלאנגט.
ואין מגלין אותן אלא לצנועין...
און וואס וועט זיין מיט די פון אונז וואס האבן נישט קיין צוטריט אהין? אונז זענען טשאפט ליווער?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:10 am
דורך גד החוזה
דער קליינטשיגע האט געמאלען א בילד, אבער דער טאטע איז שנעל געקומען ראטעווען דער סיטואציע אין אויסגעמעקט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:12 am
דורך גד החוזה
געטוהן ווי געבעטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:18 am
דורך חזקיהו המלך
גד החוזה האט געשריבן:לויט די לענג פון דער סקירט קען מען אפלעזן וואס עס טוט זיך מיט אייך.
גד נעם אראפ דעם בילד, דאס איז נבלות, ס'באלאנגט נישט אויף דעם פורום, די גייסט צי די אנדערע עקסטרים,
חוץ פין דעם, מיט אזא נישט איידעלע בילד וואס די לייגסט דא,(כ'זעה האסטעס שוין אראפגענומען) געבסטו שטאף פאר די עקסטרעמיסטען צי ארויף ווארפען א נאסען ליילעך אויף קאווע שטיבל אז מען רעדט דא גאר פין א באנדע לאו לייף'ס וואס ליגען אין שמוץ, אין די צייט וואס מיר זענען די פרושים אין זיי זענען די צדוקים,
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:47 am
דורך חזקיהו המלך
סאו וואט האט געשריבן: און ליהוי ידוע ענק פרויען וואס נעמן אן צו שניידען שייטלען בחנם, ענק האבען נישט קיין שום זכות, אדרבא עטס זענען מכשיל דו מענער, ואתם בגדר חוטאים ומחטיאים.
און לכאורה די ווייבלעך וואס פירען זיך אויף בגדר יאנטשי כלשונם, און די צייט וואס זיי האבען די מעגליכקייט צי זיין שיין אין "קיוט" ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, לכאורה די ווייבלעך גייען אויך אריין אין די גדר פין חוטאים ומחטיאים, חאטשיג ס'קען זיין אז זיי זענען תנוקות שנשבו ....
(נעבעך אויף די ווייבלעך, ווען זיי זענען נישט "יאנטשי" שרייען די עקסטרעמיסטען אז זיי זענען "חוטאים ומחטיאים", און ווען זיי זענען יא "יאנטשי" שריי מיר אונז אז זיי זענען "חוטאים ומחטיאים", נעבעך, וואס זיי טוען נאר זענען זיי פארפלאנטערט... בכלל שטייט אויף אלע סיינס אין ווילי אז אלע צרות קומען וועגען די פרויען..... אקעי נישט נאר וועגען פרויען אויך וועגען די אינטערנעט.... )
כ'טראכט יעצט אז דאס קען זיין פשט אין די ברכה שעשני
כרצונו, נישט שעשני
כרצונם, ווייל יעדער פרובירט צי איינטיילען פאר די פרוי, טוה אזוי, גיי אזוי, מאך אזוי, קומט די פרוי אין זאגט גייטס אלע פין דאנעט, איך האב א מאן און כ'טוה וואס איך טראכט אז
ער וויל, שעשני
כרצונו לשון יחיד, ואיזה אשה כשרה העושה רצון בעלה, לאפוקי מדעת הצדוקים אז די פרוי דארף נאכגיין אלע דעות פין פעדאפילישע עקסטרעמיסטען למיניהם,
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:08 am
דורך דעת תורה
ועוד י"ל אז כרצונו באציט זיך אויפן הייליגן באשעפער, און כידוע איז דאך נישטא קיין שתי רשויות חלילה מילא בהכרח מוז שטיין כרצונו נישט כרצונם, וצ"ע
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:14 am
דורך רויטע וואנצעס
סקולענער רבי האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידן, און געכאפט שלעק אין תפיסה פאר אידן. כבודו במקום מונח אפילו ער וואלט נישט געווען א ערליכע איד.
זיינע בני ביתו מיט די רשעים.. אנשולדיגס גבאים, ניצן זיין עלטער און increase אין value צומאכען געלט און באקומען power דורך פאמפען אידישקייט וכדומה.
ס'עסט מיר די געזונט ווייל איך ווייס זייער גוט וואס דארט גייט ליידער פאר. צימעס איז נישט מיין פאך וועל איך נישט זאגען מער.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:50 am
דורך חזקיהו המלך
דעת תורה האט געשריבן:ועוד י"ל אז כרצונו באציט זיך אויפן הייליגן באשעפער, און כידוע איז דאך נישטא קיין שתי רשויות חלילה מילא בהכרח מוז שטיין כרצונו נישט כרצונם, וצ"ע
אוי אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסען צי שרייבען אז ס'איז בדרך צחות....

א פרישע תשובה אודות שערורייה יאנטשי-בעק
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 3:08 am
דורך יואליש
כך היא דרכה של תורה, בעק סותר וזה בונה:
לכבוד תלמידי אהובי היקר צנא מלא ספרא תפארתו בתורה נרו יאיר ויזרח כשמש במזרח...
אחרי דרישת שלומך הטוב באהבה, מכתבך קבלתי ע״י אימייל ומפני נחיצות הענין אני משיבך תיכף ומיד בלי שהיות.
תוכן שאלתך בקיצור נמרץ היא שאשתך שתחי׳ השתתפה במוצש״ק העבר באסיפת ״חינוך״ שבה הטיפו דרשנים ודרשניות בגודל מעלת הצניעות לנשים, וכדי לחזק הענין הכריזו שם שכל אשה שתקבל על עצמה קבלה בענין, הן למעט בתכשיטים והן למעט בבגדים נאים ומכובדים, תקבל בזכות זה ברכה מאת האדמו״ר מסקולען שליט״א. וכדי לקבל ברכת צדיק, אשתך היקרה ברוב תמימותה קבלה על עצמה שלא לכחול ולא לפקוס פניה. ושאלתך היא מה יש בידך לעשות.
האמת אגיד שנשתוממתי לשמוע שהיטיפו ברבים נגד הלכות פסוקות בשולחן ערוך, תחת מסוה של צניעות וקדושה. וזה סילוף חמור מאוד בדברי תורה שהשומעה צריך למחות ואקיים בזה לא תגורו מפני איש.
בשו״ע אבה״ע סי׳ עד נפסק, נדרה היא שלא תתקשט או שאמרה קונם תשמישך עלי אם אתקשט, ושמע הבעל ולא הפיר לה, יוציא ויתן כתובה. ובבית שמואל הסביר דלא מצי הבעל למימר לא איכפת לי, דכיון דלא הפיר גילה דעתו דסני לה, וחייב לגרשה מיד.
היוצא מזה לענינינו: בעל שלא איכפת ליה שאשתו לא תתקשט חייב לגרשה, מפני שברור ששונא אותה. ולכן, מטעם מצות לא תשנא את אחיך ומטעם ואהבת לרעך כמוך, אם לא החשיך היום מחויב אתה להפר נדרה וקבלתה תיכף ומיד.
נא להודיעני תיכומ״י שעשית כמו שכתבתי, ואחר כך נקבע זמן בו אפגש עמך ביחד עם אשתך היקרה שתחי׳ ואשתדל להסביר לה את ענין הצניעות בלי סילופים וממקורות נאמנים כי ברור אצלי שכוונתה לטובה ויראת שמים היא ועוד תזכו לחיות באהבה אמיתית בעונג תמידי.
ידידך המצפה לתשובתך
א ביישפיל פון א פרימער
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:46 am
דורך טיטאניק
מיט א אראבקע מעג מען יא
דור עיקש ופתלתול
הרבנים לבית וואזנער מיט די ווייבער אויף איין באנק!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:48 am
דורך טיטאניק
געבט א קיק! הרב וואזנער שליט"T זיצט מיט זיין שניר אויף איין באנק!!!!!!!! דאס איז דעת תורה יא!!!! כל הכבוד לו
וואס פרים קען נעבעך מאכען פון א מענטש ה"י
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 9:50 am
דורך טיטאניק
א פחד צי זען דאס בילד
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:25 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 12:26 pm
דורך טיטאניק
berlbalaguleh האט געשריבן:רויטע וואנצעס: לאמיך מאכן קלאר. איך האב אויף איין רגע נישט מסופק געווען אדער אוועקגענומען פונ'ם מסירת נפש פון סקולענער רבי שליט"א און להבחל"ח זיין טאטע זצ"ל. איך האב א סאך געהערט און געליינט איבער דעים." זיי זענען טאקע פון די צדיקי הדור וואס אונז קענמיר נישט שטיין אין זייער מחיצה. אבער, אלס מנהיג הדור. דאס איז שוין אן אנדערע זאך אינגאנצן. ס'איז אפילו נישט זיין רצון. נאר פון די ארומיגע בני ביתו ומשפחתו. וועלכע ווילן ארויפקומען אויף די וועלט'ס ארענע אלס מנהיגי הדור. און זיי טוען די נישט ריכטיגע, שעדליכע זאכן.

גם אני מצטרף לדברי הגה"צ ר' בערל בעלעגלה שליט"א
כל מילה - זהב!