בלאט 6 פון 6
נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:54 am
דורך איןברירה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט לעבן מיין בעט א בוך, מיט'ן נאמען the center cannot hold פון איינער
Elyn Saks א פראפעסאר אין סאוטה קאראליינא. זי איז גאר א קלוגע געלונגענע פרוי, וואס ליידט פון Psychosis און זי באשרייבט איר איבערלעבעניש פון אינעווייניג, וויאזוי זי איז געווארען משוגע, וויאזוי מ'האט איר באהאנדעלט, וויאזוי זי האט געפילט בשעת יעדער טריט פון איר איבערלעבעניש, און וואס זי האט געוואלט מיט איר משוגעת'ן.
טאמער איינער מוטשעט זיך מיט אזא איינער אין זיין משפחה, איז עס ראטזאם אז מ'זאל ליינען די בוך, כדי צו פארשטיין וואס זיי גיין אריבער. דער וואס האט נישט אזא איינער, מעג עס סתם אזוי ליינן, ווייל עס איז העכסט אינטרעסאנט.
יעצט באשטעלט.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2023 11:54 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך האלט אינמיטן אויסהערן די בוך
Journey of Souls פון דאקטער מיכאל ניוטאן (א באמבע פון א נאמען דאס...) איבער די עולם הנשמות, ער טוט regression hypnosis און ער פרעגט אויס פאציענטן אלע סארטן פראגעס איבער יענע וועלט, די בוך איז געשריבן בדרך שאלה ותשובה ווי דאקטאר ניוטאן פרעגט און דער פאציענט ענטפערט, ס'איז עפעס נישט נארמאל אינטערעסאנט, און ס'פאסט זיך זייער שטארק אריין אין זאכן וואס איך קען שוין פון אזעלכע ספרים ווי די ספר הזוהר, Bhagavad Gita, א.ד.ג. ס'מאכט אויך קלאר אסאך זאכן וואס שטייט אין די ספרים וואס וויבאלד ס'געשריבן אין א פארצייטישע און צומאל קריפטיק שפראך און מ'פארשטייט נישט וואס זיי רעדן קוקט עס אויס ווי נארישע דאגמעס אבער נאכ'ן עס ליינען אין דעם בוך אין א היימישן שפראך מאכט עס סענס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2023 8:20 pm
דורך סאנטיאגא
אלע צוזאמען האט געשריבן:קען מען באמפן דעם אשכול?
איך בין אויסגעלאפן פון ביכער, קען איינער אריינקומען מיט א גוטן המצאה?
(איך גלייך נישט קיין נאוועל'ס, קענסט נאך אלץ ארויפלייגן פאר די אנדערע וואס ליינען יא)
The Psychology of Money by Morgan Housel - משונה'דיג אינטערסאנט און א פעידזש טורנער. נישט-פיקציע
ס'איז מיר גאר אינטערסאנט ווי א מענטש לויפט אויס פון ביכער, אפשר ביזטו גאר אילאן מאסק, אויב נישט ברייטער דיינע האריזאנטן ווי שנעלער...
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:33 am
דורך ונבנתה העיר
טאקע נישט בוך, אבער א 'בוק-נוק'. אן 'ארט' וואס מ'דארף ביי אונז אריינברענגען.
נאך שעות ארוכות פון תענוג רוחני וגשמי, האביך יעצט פארענדיגט מיין ערשטע בוק-נוק - 'לייברערי אף דע גאדס'. הויעכליך רעקאמענדירט.
כאפט א בליק.
IMG-20240227-WA0000.jpg
Re: אלגעמיינע ביכער צום ליינען
נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 11:59 am
דורך מונטסורי
עס איז באקאנט די מעשה פונם ייטב לב וואס איז געגאנגען באזוכען דעם מהר״ם שיק זייענדיג מוטל על ערש דוי און דער מהר״ם שיק האט זיך אפגערעדט אויף די יסורים זיינע, זאגענדיג ״עס שטייט טאקע פשפש ולא מצא יתלה בביטול תורה, אבער פון קיין ביטול תורה ווייס איך ניקס״, ארויסגייענדיג האט דער ייטב לב געפרעגט זיין בייגלייטער ״ביסט א מבין אויף דעם חוסטער רב?״ דער בייגלייטער האט געענטפערט ״ער האט געזאגט פון קיין ביטול תורה ווייסט ער ניקס״ האט אים דער ייטב לב געענטפערט ״דו מאק, ער האלט שוין ביי פשפש ולא מצא!״ עד כאן תוכן הסיפור בערך.
ולעניינינו, איינער ווער וועט נאך שטיין און באוואונדערן דעם שיינער בוק-נוק וואס
@ונבנתה העיר האט אהערגעשטעלט און ער וויל זיך באלד אוועקזעצן אים נאכמאכן, אבער ער כאפט נישט אז דאס קומט שוין נאכן אדורכלעזן דעם אדיסעע און לא כל שכן דעם איליאד, שוין געפארטיגט וואלטער און קאפקע אויכעט, זיך באקענט מיט קאלאמבוס און יאגאנאנדא, ארומגעפארן די וועלט מיט מארקאו פּאולאו, און דאס אלעס איז בלויז ״א חלק פונם ציבור״ ווי ס׳שטייט אין בלאט, ער האלט שוין פשפש ולא מצא, דו מאק איינער, דער האט שוין באלד נישט וואס צו ליינען איז געפונט ער זיין תענוג רוחני וגשמי מיט עפעס נוי סוכה און בוק-נוקס, אבער וואו קומט דאס צו אונז קרוצי חומר וואס איבערן גרויסען לאנגען שבת קומט מען קוים אן א בלעטער צו טון עפעס א דבר חכמה, וואס פלוצים א בוק-נוק אינמיטען דערינען ווען קיין בוקס איז נישט פארהאן?
דער בוכ״ע זאל העלפען מיר זאלן שוין אויך זוכה זיין צום פשפש ולא מצא און מיר זאלן שוין אויך האבן די צייט צו מאכן אזוינע הערליכע לייברערי פאר זיין כבוד וועגן.