[center]ביקור קודש פון מרן רבינו שליט"א בארה"ק
המשך דריטן און פערטן טאג - ערש"ק ושב"ק פ' ויקהל העעל"ט[/center] דערמיט טוען מיר זיך אנטשולדיגן פאר אונזערע טויזענטער ליינער אנשי שלומינו שיחיו, אז מחמת ריבוי העבודה וקוצר הזמן האבן מיר נאכנישט עספיעט אנצויאגן מיט'ן באריכט ביז היינט – מיר פרובירן אנצוקומען די שנעסלטע ווי נאר מעגליך, ועם הקוראים הסליחה.
פאלגענד זענען מיר ממשיך מיט א באריכט פון דעם געהויבענעם שב"ק און מוצאי שבת העעל"ט בצל הקודש אין בני ברק.
במשך דעם פרייטאג זענען אנגעקומען נאך א צאל געסט וועלכע זענען געווען דאנערשטאג נאכט אין ליזענסק על ציון הק' פון הרבי ר' אלימלך זי"ע ביומא דהילולא, אויך האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט מאנ"ש פון איבער ארה"ק ווי אויך פילע נדיבי עם פון אמעריקע און אייראפע, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.
ערש"ק נאכמיטאג איז מרן רבינו שליט"א געגאנגען צו די נייע מקוה וואס איז לעצטנס געבויעט געווארן אין בבית מדרשינו זכרון מאיר אין בני ברק, וואו די הנהלת המקוה האבן געצייגט דעם רבי'ן אלע הלכה'דיגע איינריכטונגען פון די נייע מקוה.
א נארהאפטיגער טועמי' איז צוגעגרייט געווארן פאר אלע חשובע געסט אין ביהמ"ד עטרת זקנים בבנין הת"ת ביז'ן זמן פון הדה"נ.
בערך 45 מינוט נאכ'ו זמן איז מרן רבינו שליט"א אין באגלייטונג פון חתן ומחותנים שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הג' אין שיכון וואו רבינו שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה כנהוג, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הר"ר חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן האדמו"ר מ'באבוב שליט"א וחתן הגה"צ גאב"ד דקהילתינו ב"פ שליט"א, נאכ'ן דאווענען איז דער גאנצער עולם אדורכגעגאנגען גוט שבת זאגן אונטער א שיינעם סדר פון די עסקני הקהילה, עס האבן זיך אויך אנגעזעהן פילע תושבים פון די שטאט בני ברק וועלכע זענען געקומען שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
די סעודת שבת פאר די אורחים און די בני המשפחה איז צוגעשטעלט געווארן אין די זאלן פון "ארמונות חן", ווי עס איז צוגעשטעלט און סערווירט געווארן די סעודות שב"ק אויף א רייכן שטייגער, און נאך די סעודה איז דער עולם אריבערגעגאנגען צום גרויסן אודיטאריום געביידע אויף רחוב רבינאוו וואו עס איז געפראוועט געווארן דער שולחן הטהור.
מרן רבינו שליט"א איז ערשינען צום שולחן הטהור אום 10:15 וואו דער טיש איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור ובראשם פילע רבני העיר שליט"א, ווי צווישן זיי האבן זיך געציילט עטליכע אדמור"י העיר וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שלחן הטהור פון רבי'ן שליט"א נאכ'ן פראווען זייערע טישן בקרב קהילתם.
מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו ירושלים שליט"א, און מיט מנוחה ושמחה הגה"צ מטשערנאביל-אלעד שליט"אדערנאך האט רבינו שליט"א געזאגט א לענגערן דרוש ופלפול וואס האט אריינגענומען דעם גאנצן עולם אין א חדוותא דשמעתתא אויפ'ן פסוק פון ויקהל משה אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה ועשה.
מיט קה אכסוף האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רב דקהל שבט הלוי שליט"א בן פוסה"ד הגאון בעל שבט הלוי שליט"א, מיט קה רבון הגה"צ רב שיכון ו' שליט"א פון ב"ב , דערנאך האט רבינו שליט"א מכבד געווען הר"ר יעקב מרדכי האגער שליט"א בן האדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א פארצוזינגען רחם בחסדך.
מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מחותן אבי הכלה שליט"א, און ביי אמירת השבע ברכות האט דער רבי מיט ברכות ראשונות גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, און מיט ברכה אחריתה הגאון ר' משה שאול קליין שליט"א חבר בד"ץ שבט הלוי.
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא הר"ר מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגעטרעטן מיט הערליכע חרוזים לכ' די שמחה, און האט אויפגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ.
דאן האט רבינו שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן מצוה טאנץ א לענגערע צייט באש קודש בשעת ווען דער גאנצער ציבור טאנצט מיט בהתלהבות ובהתרגשות, דערנאך האט דער רבי געטאנצן מיט'ן חתן און די מחותנים שליט"א.
מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' שלום קליין שליט"א מרבני קהלתינו, און מ'האט פארענדיגט דעם טיש ארום 2:00 פארטאגס.
שבת קודש אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א ערשינען צו די חברת תהלים פון די ילדי תשב"ר אין ביהמ"ד הג' וואו דער רבי שליט"א האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהלים מיט די תינוקות של בית רבן. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער מנהל חברת תהלים מוה"ר יצחק אייזיק ווייס הי"ו וועלכער האט אראפגעגעבן וויאזוי די חברת תהלים איז נתייסד געווארן בפקודתו של רבינו שליט"א מיט 20 יאר צוריק בשנת תשנ"ד בשעת די נסיעה פון אביו מרן רביה"ק זי"ע בעל ברך משה, און ר' אייזיק האט דערציילט וויפיל ישועות אידן האבן שוין געזען במשך די אלע יארן אין זכות פון דעם כח פון די חברת תהלים פון די תשב"ר.
דאן האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי חיזוק פאר די קינדער איבער דעם גרויסן כח פון אמירת תהלים און דער כח פון תפילת התשב"ר.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית וואו עס איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהילתינו הק' בארא פארק יצ"ו. דערנאך האט רבינו שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת שחרית.
פאר קריאת התורה האט מען פארטיילט דעם נייעם ספר אורות חיים חידושים על עניני שבת קודש פון מחותן הגה"צ ראש ישיבתינו ב"ב שליט"א.
מיט פתיחת הארוה"ק איז מכובד געווארן בנש"ק הרב אהרן בן הרש"א טייטלבוים שליט"א מגדולי עסקני מוסדות יטב לב בארה"ק. די עלי' פון כהן האט עולה געווען הר"ר פינחס בינדער הי"ו חבר הנהלת העדה החרדית בירושלים. לוי – הנגיד בנש"ק הרב שלמה משה הלוי קלאגסברוין הי"ו. שלישי - הגה"צ אב"ד דקהילתינו בארא פארק שליט"א. רביעי - הגה"צ אב"ד דקהילתינו וויליאמסבורג שליט"א. חמישי - דער מחותן אבי הכלה שליט"א, שביעי - דער חתן שליט"א.
דערנאך זענען מכובד געווארן מיט עליות, הגה"צ רב באר שבע שליט"א, הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו ירושלים שליט"א, און דערנאך די חשוב'ע אורחים וועלכע האבן מנדב געווען סכומים הגונים פאר'ן נייעם בנין הבית חינוך לבנות: הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק דקרית יואל, הרה"ח מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראה"ק ומנהל המוסדות קרית יואל, הרה"ח מוה"ר דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק קרית יואל, הרה"ח מוה"ר אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות בארא פארק, הרה"ח מוה"ר אליעזר ווייס הי"ו מראה"ק קרית יואל, הרה"ח מוה"ר גרשון מענדל ניימאן הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, הרה"ח מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק ד'קהלתינו הק', הרה"ח מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר אברהם יודא ראזענבערג הי"ו חבר הנהלת קהלתינו, הרה"ח מוה"ר וואלף פערל הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, הרה"ח מוה"ר יצחק פרענקל הי"ו,
(און) הרה"ח מוה"ר ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו פון מאנטריאל, הרה"ח מוה"ר יעקב זוסמאן סופר הי"ו חבר הנהלת המתיבתא ק"י, הרה"ח מוה"ר חיים שלמה פישער הי"ו משב"ק, הרה"ח מוה"ר אשר לעוו הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב באייראפע, הרה"ח מוה"ר יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר חיים לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת מקוה טהרה שע"י קהלתינו הק' וומסב"ג, הרה"ח מוה"ר אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו פון בארא פארק, הרה"ח מוה"ר הערשל זילבערשטיין הי"ו פון וויליאמסבורג, און הרה"ח מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו פטרון חבורת תורתך שעשועי.
מיט די עלי' פון אחרון איז מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר חיים לעווי הי"ו פון וויען. מפטיר האט עולה געווען הרה"ח מוה"ר אהרן משה שלאגער הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב. מיט הגבה איז מכובד געווארן מוה"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו חבר הנהלת מוסדות יטב לב, און מיט גלילה מוה"ר מאיר פערל הי"ו מנכ"ל מוסדות יטב לב בארה"ק.
די פילע געסט נדיבים בעם וועלכע האבן עולה געווען די אלע עליות האבן אלע מנדב געווען גאר גרויסע סכומים פאר'ן בנין החדש בפרט און פאר מוסדות יטב לב בארה"ק בכלל און אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען אסטראנאמישע סכומים להרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק'.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א אב"ד סיגוט בן מרן רבינו שליט"א, און דאן האט זיך איבערגחזר'ט דעם הערליכן סעודת שב"ק ושמחת השבע ברכות אינאיינעם מיט די געסט אין די זאלן פון ארמונות חן. מרן רבינו שליט"א האט געפראוועט דעם סעודת יום שב"ק פריוואט בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח מוה"ר משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות אין בני ברק.
צו תפילת מנחה איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הג' ביי קריאת התורה איז מכובד געווארן מיט פתיחה הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ תו"י אין וויליאמסבורג. כהן - ר' אליעזר דוד גליק הי"ו. לוי - הרה"ח מוה"ר מרדכי אלעזר הירש הי"ו אדמיניסטראטאר מוסדותינו הק' וויליאמסבורג. שלישי - הרה"ח מוה"ר משה יוסף ווערטהיימער הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וויליאמסבורג. רבינו שליט"א איז געגאנגען הגבה כנהוג, און מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו.
סעודת שלישית איז געפראוועט געווארן ברוב התעוררות אין דעם גרויסן אודיטאריום געביידע אויף רחוב רבינאוו אויף א דערהויבענעם פארנעם. מיט אודה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' שלום קליין שליט"א, און מיט שיר המעלות הרה"ג ר' מאיר לוריא שליט"א.
ביי די תורה האט רבינו שליט"א זיך געשטעלט אויפ'ן ענין וואס די תורה האט מקדים געווען שבת למלאכת המשכן דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון קדושת שבת וואס דורך דעם איז מען זוכה צו א שלימות'דיגע תשובה מעומק הלב. און מיט דעם כח פון שבת האט מען געקענט מבטל זיין דעם כח פון המן הרשע.
מיט ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח הישיש מוה"ר יושע ווייס שליט"א, מיט קל מסתתר הרה"ח מוה"ר נחמן יאקאב שליט"א פון ירושלים עיה"ק, און מיט שושנת יעקב הרה"ג ר' חיים עזריאל יאזשעף שליט"א ר"מ בישיבה גדולה אין בני ברק. נאך שושנת יעקב האט מען געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבע ברכות,

- סעודת שלישית.jpg (64.96 KiB) געזען געווארן 1811 מאל
דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות, און דאן האט דער רבי געדאווענט מעריב

- מעריב.jpg (71.7 KiB) געזען געווארן 1811 מאל
און געמאכט הבדלה.

- הבדלה.jpg (76.22 KiB) געזען געווארן 1811 מאל

- הבדלה2.jpg (72.42 KiB) געזען געווארן 1811 מאל
[center]•♦•[/center]