בלאט 6 פון 6
Re: בחורים אין ישיבת מיר
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:16 am
דורך מיד ווי א בוים
גערעכט אבער דארט אין ארץ ישראל איז דא נאך זאכן וואס איז וויכטיג פאר'ן בחור וואס קענען אים עפענען אין נאך פיל וואס ביי די זיבעצן אין לאנדאן איז נישטא
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
ברוינשטיין האט געשריבן:נו, דאס קען מען זיך אויסלערנען אויך אויב מען לערנט ביי די זיבעצן אין לאנדאן.
מ׳דארף נישט לויפן ביז מיר אדער לאנדאן, איך פלעג העלפן מיין מאמען קאכן נאכטמאל און וואשן וועש נאך פאר איך בין געגאנגען קיין מיר, אין מיר גראדע איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען צו קאכן, איך וויל אויך נישט זאגן וויאזוי מיין דירה האט אויסגעקוקט… רייניגן נאך זיך…

עט סאם פוינט האב איך אויפגעגעבן נאכצורוימען פינעף מפונקים וואס קענען נישט איינטונקען א פינגער אין קאלט וואסער.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 1:23 am
דורך קהל'ס נער
מיד ווי א בוים האט געשריבן:אין פאקט איז דא א געוויסע רוהיגקייט זייענדיג אוועק פון דער היים אז מען קען גיין געוויסע פלעצער וואס אין ניו יארק וואלסטו קיינמאל נישט געגאנגען אין איך רעד פון קלייניקייטן ווי א קאנצערט נישט פון שמילו אונגאר נאר פון ישי ריבו אין איך וויל נישט אריין גיין מען קימט אפילו צו, צי נישט אזעלכע היימישע מקומות וואס ס'איז בעסער עס צו לאזן אזוי
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
געב מיר איין פריקן סיבה אז איך זאל גיין ביז קיין ישראל צי טין עבירות, איך קען אלעס טין 10 מאל בעסער לאקעלי.
נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:04 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: דער מידער בוים ווילל זאגן אז אין ישראל קענמען אויך טון עבירות...לאל
נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:50 am
דורך מיד ווי א בוים
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: דער מידער בוים וויל זאגן אז אין ישראל קענמען אויך טון עבירות...לאל
בערך
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 11:05 am
דורך nespresso
מיד ווי א בוים האט געשריבן:אויך לערענט מען זיך אויס זיך צו שטעלן אליינס אויף די פיס מען דארף האבן אנגעוויזן באדזשעט מען טראכט צוויי מאל פארן קויפן אפילו וויכטיגע זאכן
מער בחורים קומען אהיים פון מיר קענען נישט נעמען די מינדערסטע אחריות נאכן זיין פריי פון עני אחריות אפאר יאר
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 12:27 am
דורך מיד ווי א בוים
nespresso האט געשריבן:מער בחורים קומען אהיים פון מיר קענען נישט נעמען די מינדערסטע אחריות נאכן זיין פריי פון עני אחריות אפאר יאר
ס'איז הוילע BS
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 10:44 am
דורך שמן למאור
פון דער אנדערע זייט איז דא בחורים וואס נאכן אפלעבן אפאר יאר אין מיר אהן קיין שום אחריות, אהן קיין סדר היום, און אהן קיין פרעשור, ווערט זיי גאר נמאס דעם דאזיגן לעבנסשטייגער, און ווען זיי ווערן חתנים און האבן חתונה, הייבן זיי אהן א נייעם בלעטל, און ווייסן צו שטיין ווייט פון אזא מהלך החיים.
איך קען פערזענליך אסאך אזעלכע.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:04 pm
דורך צפת
יעצט מיטגעהאלטן א שוידערליכע מעשה אין דעם הינזיכט, איך האב נישט געקענט שלאפן ביינאכט צוליב דעם, און מען רעדט פון עכט חסידי'שע בחורים.
ניין, איך קען עס נישט ארויסשרייבן קלאר אין די עפנטליכקייט, מיין אישי איז אפן פאר ווער עס וויל.
אויב טאטעס וואלטן געוואוסט וואס טוט זיך דארט אפ... ספק צי מען וואלט געלאזט קינדער אהינגיין.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:22 pm
דורך מי ימצא
.
Re: בחורים אין ישיבת מיר
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:34 pm
דורך צוזאמגעדרייט
טאטעס ווייסן "יא!"
וואס דען? קיינער געט נישט קיין כ'וויל נישט זאגן,, פאר ג-ט, און אויך נישט פאר גוטע עדיוקאציע.
מען וויל איין זאך און נאר איין זאך: בלייב אויפן באַן און ברענגט מיר הויפענעס מיט הויפענעס פון נחת [גוטע נאמען וכו']...
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:09 pm
דורך הקטן
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:טאטעס ווייסן "יא!"
וואס דען? קיינער געט נישט קיין כ'וויל נישט זאגן,, פאר ג-ט, און אויך נישט פאר גוטע עדיוקאציע.
מען וויל איין זאך און נאר איין זאך: בלייב אויפן באַן און ברענגט מיר הויפענעס מיט הויפענעס פון נחת [גוטע נאמען וכו']...
אדער קען זיין דאס די עלטערן האבן פשוט נישט קיין בריירה
Re: בחורים אין ישיבת מיר
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:13 pm
דורך צוזאמגעדרייט
הקטן האט געשריבן:אדער קען זיין דאס די עלטערן האבן פשוט נישט קיין בריירה
אויב זייערע פריאריטעטן זענען די אויבן-דערמאנטע, האבן זיי טאקע נישט קיין בריירה.