בלאט 6 פון 13
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 9:53 am
דורך ישראל קאפקע
אדנירם האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:ביסטו אדער ביזטו?
אפטעמיסט האט געשריבן:ביסטו
מהיכן דנתני?
ווייל משום מה שרייב איך אייביג 'ביזטו', און ס'זעט מיר אויס ריכטיגער.
אדרבה, קען איינער אנווייזן במקור וואס איז די ריכטיגע אויסלייג פונעם ווארט?!
ביזט און ביזטו שטאמען ביידע פון דייטש bist און bist du (זיי קלעפן נישט צוזאם ביזט דו צו ביזטו).
אבער אין דייטש קומען איז (ist = is) זענען (sind = are, plural) און זיין (sein = to be) אויך מיט אן s און זיי קומען אין אידיש מיט א ז. פארוואס זאל ביזט זיין אנדערש? (זיי זענען אייגנטליך דאס זעלבע ווארט).
איך שרייב טאקע אויך געווענליך ביזט און ביזטו.
(וועזן, (פון וועלכן אנוועזנד און אפוועזנד שטאמען) קומט אויך פון דעם דייטשן ווארט wesen (אין ענגליש being,
'as in 'human being)).
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 12:10 pm
דורך מפוזרי
זענען און זיין ווערן אין דייטש אויך ארויסגעזאגט ווי א "ז" משא"כ ביסט זאגט מען ווי א "ס". בדרך כלל ווערט די אות ''s'' ארויסגעזאגט ווי א "ז" אבער ''st" בלייבט א "ס".
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 1:50 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]מפוזרי[/tag], ברוך השב!
כ'פריי מיך דיר צו זען ווייטער אויף אונזער מקום קדוש נאך א לענגערע אפוועזנהייט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:00 pm
דורך מפוזרי
א דאנק פאר די ווארעמע אויפנאמע.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 2:26 pm
דורך לאשיצער
ישראל קאפקע האט געשריבן:ביזט און ביזטו שטאמען ביידע פון דייטש bist און bist du (זיי קלעפן נישט צוזאם ביזט דו צו ביזטו).
אבער אין דייטש קומען איז (ist = is) זענען (sind = are, plural) און זיין (sein = to be) אויך מיט אן s און זיי קומען אין אידיש מיט א ז. פארוואס זאל ביזט זיין אנדערש? (זיי זענען אייגנטליך דאס זעלבע ווארט).
וואס איז די נפקא מינה פאר אונדז ווי אזוי מען שרייבט אויף דייטש? דייטש פארמאגט דאך נישט קיין ס' אדער ז', נאר א 's' און 'z'. ענגליש האט אויך אן אות וואס קלינגט צומאל ווי א ס', צומאל ווי א ז': פארגלייך cabs [קעבז] און caps [קעפס].
לאמיר טראכטן נישט אויף דייטש און נישט אויף ענגליש נאר אויף אידיש. די צוויי קאנסאנאנטן [זט] וועט ביי א אידיש רעדער נישט ארויס פון מויל. ס'איז נישט נאטירליך אין דער פאנאלאגיע. אבער [סט] איז אין ארדענונג. האלט איך אז 'ביסטו' איז דא בארעכטיגט.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:27 pm
דורך געוואלדיג
ואס איז די ריכטיגע אויסלייג פון די ווארט אנונג?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
לכאורה גענוי ווי דו האסט עס געשריבן.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:11 pm
דורך געוואלדיג
געוואיגן, מלשון וואג, וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:28 pm
דורך געוואלדיג
געוואלדיג האט געשריבן:געוואיגן, מלשון וואג, וואס איז די ריכטיגע אויסלייג?
וויכטיג פאר מיר צו וויסן
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:29 pm
דורך רימון
געוואויגן.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 12:32 pm
דורך געוואלדיג
א דאנק, פארגעסן די וא"ו נאך די א' און נישט געקענט כאפן פונקטליך וואס איז ראנג.
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: מאנטאג אקטאבער 26, 2015 8:26 am
דורך רימון
אלעמאל ווען עס קומט דריי ו' אין א רייע שטעלט מען אן א' אינצווישן.
געוואונען
צואוויסן
אנגעוואוירן
געשוואוירן
צואווארטן
צואווארפן
וואוינען
צוגעוואוינט
וכו'.
Sent from my SAMSUNG-SM-G530AZ using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:32 am
דורך לאשיצער
דער לינגוויסט פון אידיש דוד כץ רופט דאס א 'מחיצה אלף'.
Screen Shot 2015-10-27 at 1.23.34 AM.png
לאמיך דערמאנען די אינטערעסאנטע אויסלייגן: צואוואוקס (ווען עפעס וואקסט א ביסל), פרואוואונג (ווען מען פראבירט עפעס טון).
די ייווא אידישיסטן שרייבן אין די פאלן מנוקד: 'צוּוווּקס' 'פּרוּוווּנג'. אויך מיטן י': שניייִק, פּאַרטיייִש
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 8:33 pm
דורך ירא שמים
וואס פשט פון די ענטפער אויף א יישר כח, זאגט מען צוריק דעם האלבע, יישר?
Re: פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 6:05 pm
דורך ירא שמים
נו אזא פשוט׳ע שאלה און קיינער ווייסט נישט קיין ענטפער?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 8:03 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז בכלל פשט פון די אויסדרוק יישר כח? אז יענער גיט דיר א קוואדער ווינטשטו אים אז ער זאל האבן מער כח?
פראגעס אויף שפראך און גראמאטיק
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 8:10 pm
דורך ירא שמים
איך דאנק אים פאר די כח וואס ער האט גענוצט מיר צו מאכן די טובה.
#אייגענע תורות.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 1:06 pm
דורך געוואלדיג
ירא שמים האט געשריבן:וואס פשט פון די ענטפער אויף א יישר כח, זאגט מען צוריק דעם האלבע, יישר?
מטה אפרים סי' תקצב סעי' יא
והצבור מתכוונים לפקוד את הש״ץ והמקרא ותוקע בפקידות שלום ואומרים להם אשר כח וכן לכהנים כשחוזרים למקומן מן הדוכן והוא כהחזקה טובה על הברכה או התפלה והתעסקות במצוה כללית השייך לצבור נגד זה הצבור חפיצים בברכה לברך אותם ויוסיפו אומץ כח בעבודת השם. ואשר הוא לשון אומץ וחיזוק בלשון הכתוב אשרו חמוץ ויש אומרים יאשר כח והכוונה אחת היא אלא שאלו אומרים לנובח אשר כח והאומרים יאשר הוא בלשון נסתר כדרך שנוהגים בלשון לעז כשמדברים למכובד אומרים בלשון נסתר.
אויפן ענטפער קוק
דא
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:06 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]berlbalaguleh[/tag] וואס מיינט Brahms' Lullaby דאס האט עפעס שייכות מיט האבן א קינד און וואס מיינט Volga Boatmen דאס האט עפעס מיט ווען איינער ווערט נפטר?
רבי מרדכי קאמינעצקי שרייבט דאס און זיין ארטיקל לעצטע וואך אין די עמי מעגעזין איך האב נישט קיין אהנונג וועלכע שפראך דאס איז ער שרייבט אז ממש אין די צייט וואס זיין מאמע איז אוועק האט געשפילט אויף די הויך הילכעס Brahms' Lullaby
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:22 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:[tag]berlbalaguleh[/tag] וואס מיינט Brahms' Lullaby דאס האט עפעס שייכות מיט האבן א קינד און וואס מיינט Volga Boatmen דאס האט עפעס מיט ווען איינער ווערט נפטר?
רבי מרדכי קאמינעצקי שרייבט דאס און זיין ארטיקל לעצטע וואך אין די עמי מעגעזין איך האב נישט קיין אהנונג וועלכע שפראך דאס איז ער שרייבט אז ממש אין די צייט וואס זיין מאמע איז אוועק האט געשפילט אויף די הויך הילכעס Brahms' Lullaby
לית דין בר נש: וואס...?! בערל בעל עגלה איז נפטר געווארן...אוואו איז די לויה...?! אוי, האביך א גוטן הספד אויף איהם. ווער וויל הערן...? וועם אינטרעסירט...?! מ'וועט כאטש ברענגען אלע סמייליס וועלכע ער האט ארויפגעלייגט אויף קאווע שטיבל און אויף די גוי'אישע וועבסייט...די.איי.וואיי....
נ.ב: איך בין שנעל געלאפן צום שפיגל קוקן אויב איך לעב נאך. דאן האב איך באמערקט אז ס'איז געווען נישט מער ווי א בייזער חלום. אזוי ווי שלום שטיסל, וועלכער האט אייביג געהאט מאדנע חלומות, זיצנדיג אין א קאר, אדער פארנדיג אויף די באן...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:25 pm
דורך לית דין בר נש
וואס גייט פאהר מיט דיר וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז די ביסט געשטארבן?
איך פרעג דיר פשוט'ע טייטש פון אפאר ווערטער, איך ווייס דאך אז די קענסט אלע זיבעציג שפראכן
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:26 pm
דורך berlbalaguleh
רימון האט געשריבן:אלעמאל ווען עס קומט דריי ו' אין א רייע שטעלט מען אן א' אינצווישן.
געוואונען
צואוויסן
אנגעוואוירן
געשוואוירן
צואווארטן
צואווארפן
וואוינען
צוגעוואוינט
וכו'.
דר. רימון: מדי דברי. א מ'רעדט שוין האביך מיך דעמאנט צו פרעגן...וואס איז דער חילוק פון...
צואווארפן און
צווארפן...?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:וואס גייט פאהר מיט דיר וואס אין די וועלט מאכט דיר טראכטן אז די ביסט געשטארבן?
איך פרעג דיר פשוט'ע טייטש פון אפאר ווערטער, איך ווייס דאך אז די קענסט אלע זיבעציג שפראכן
לית דין בר נש: ס'איז נאר געווען א חלום אזוי ווי ביי שלום שטיסל...!