בלאט 6 פון 21

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:07 pm
דורך פראפעסאר שפירא
רבותי דא האט איר ס'לינק פאר אקטיווע אשכולות פין אלעס ציזאמען, אין האפענטליך וועלען די איבערגעגעבענע מנהלים מאכען א קנעפעל דערפאר,

http://www.kaveshtiebel.com/search.php? ... ive_topics

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 12:24 pm
דורך גבאי שני
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:רבותי דא האט איר ס'לינק פאר אקטיווע אשכולות פין אלעס ציזאמען, אין האפענטליך וועלען די איבערגעגעבענע מנהלים מאכען א קנעפעל דערפאר,

http://www.kaveshtiebel.com/search.php? ... ive_topics

דערווייל, קען ווער עס וויל סעיוון דעם לינק צו אקטיווע אשכולות אין זיינע פעיוואריטס.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:34 pm
דורך הערשל
איך שטעל זיך אויך צו די וואס זענען נישט צופרידן מיטן נייעם טויש פון די אקטיווע אשכולות, וואס מאכט עס מער קאמפליצירט ווי געווען ביז היינט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:15 pm
דורך משה רוקח
איך שטעל זיך נישט צו צו קיינעם ווייל איך נוץ בכלל נישט דעם באטטען.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:17 pm
דורך א איד
איך האב עס נישט גענוצט ביז יעצט, קען זיין אז וועגן דעם פארשטיי איך נישט דעם פראבלעם דערפון.

אבער ביי מיר קוקט עס נישט אויס פאר א פראבלעם,פארקערט עס איז גאר א גוטע זאך עס צו צוטיילן.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:52 pm
דורך יאנקל
איך בין (דערווייל) צופרידן פון דער צעטיילונג. איך טראכט מיר אזוי - שטעלט אייך פאר ס׳זאל זיין אן אפציע צו לייענען די היידפארק פארומס ״כל העולם כולו״, ״ספרים וסופרים״, ״עצור כאן חושבים״, און אויך ״אייוועלט״ אויף איינמאל... עס נעמט אוועק דעם מהות פון איטליכן פארום.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:16 pm
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:איך בין (דערווייל) צופרידן פון דער צעטיילונג. איך טראכט מיר אזוי - שטעלט אייך פאר ס׳זאל זיין אן אפציע צו לייענען די היידפארק פארומס ״כל העולם כולו״, ״ספרים וסופרים״, ״עצור כאן חושבים״, און אויך ״אייוועלט״ אויף איינמאל... עס נעמט אוועק דעם מהות פון איטליכן פארום.

וועגן דעם איז עס דאך צוטיילט ווען מע גייט צו די ״הויפט בלאט״.

אזוי ווי מע האט געמאכט איז אומוויכטיג, אומנויטיג און פארדרייט מיך דעם קאפ.

יעצט פארשטיי איך פון ווי סע קומט מיר די קאפ וויי...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 7:52 pm
דורך איינער
איך בין פאר די טיילונג, עס איז שיין ארגאנעזירט יעצט.

א דאנק פאר די מנהלים פארן האלטן און איין פארבעסערן די פארומס, עס געט צו א פרישקייט יעדן אפדעיט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:11 pm
דורך ידען
איינער האט געשריבן:איך בין פאר די טיילונג, עס איז שיין ארגאנעזירט יעצט.

א דאנק פאר די מנהלים פארן האלטן און איין פארבעסערן די פארומס, עס געט צו א פרישקייט יעדן אפדעיט.

איך באדאנק אויך די מנהלים בכל עת ובכל רגע ובכל שעה, אבער סע דא זאכן וואס מע מיינט איז א upgrade און באמת איז עס א downgrade

מע מוז זיכער נישט האלטן ווי איך אבער ביי מיר איז עס זייער א שווערע פיל אראפצושלינגען ווייל איך דארף וויכטיג דעם קנעפל און סע שוין ממילא צוטיילט אויף פילע פורומס און סע א שאד אז דער עולם קען זיך נישט דערלערנען ווי צו אפלייענען וואס איז וואס.

חוץ מזה וועט עס מאכן אז מע וועט אריינגעדרייט ווערן אין איין חלק, למשל אין פארברענגען און מען זיך דארט אזוי פארברענגען און אנברענגען די צייט און דארט פארבלייבן, אנדערש ווי ביז יעצט ווען מע האט אלעס אויף איין פלאץ און מע סקראלט אראפ צו וויסן וואס מע וויל צושרייבן.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:35 pm
דורך Java
לבקשת הרבים האבן מיר צוריק געשטעלט דעם אלגעמיינעם "אקטיווע אשכולות" קנעפל פאר איינגעשריבענע באניצער.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:38 pm
דורך שמואל הלוי
ביי מיר איז עס נאך אלס צוטיילט...

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:39 pm
דורך יאנקל
איך האב געלייקט ר' דזשאווא'ן נישט ווייל איך דארף דעם אלגעמיינעם קנעפל, נאר ווייל איך באוואונדער ווי מ'שטעלט זיך צו צו די באדערפענישן פונעם ציבור.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:39 pm
דורך יאנקל
שמואל הלוי האט געשריבן:ביי מיר איז עס נאך אלס צוטיילט...

יעצט זענען דא דריי - די צעטיילטע און די געהעריגע.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:32 pm
דורך Java
גוטע בשורה: מיר האבן צוגעלייגט א נייע אפציע צום פראפיל. פון יעצט און ווייטער קענט איר צולייגן אייער טוויטער קאנטע, פעיסבוק קאנטע, בלאגס (בלאָגספּאַט) און אנדערע סאציאלע נעטווארקס צו אייער פראפיל. אין אייער באניצער'ס קאנטראל פאנעל, דרוקט אויפן "פראפיל" טעבּ, און לייגט אריין די רעלעוואנטע אינפארמאציע וואס זאל ערשיינען אין אייער פראפיל.

Social_Media_Buttons.png
Social_Media_Buttons.png (19.87 KiB) געזען געווארן 3059 מאל

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:36 pm
דורך שמואל הלוי
WOW מיר זענען נתפעל פון די געוואלדיגע איבערגעגעבענקייט און פון די חידושים נפלאים וואס ווערט צוגעלייגט ממש טעגליך.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:39 pm
דורך פריינדליך
דאס מאכט עס פאר פלאטץ וואס עס איז נישט געאייניגט פאר יעדעם,

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:45 pm
דורך ראשעקאל
הפלא ופלא!!
די חברה ארבעטן אן אויפהער.
:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:54 pm
דורך ידען
Java האט געשריבן:גוטע בשורה: מיר האבן צוגעלייגט א נייע אפציע צום פראפיל. פון יעצט און ווייטער קענט איר צולייגן אייער טוויטער קאנטע, פעיסבוק קאנטע, בלאגס (בלאָגספּאַט) און אנדערע סאציאלע נעטווארקס צו אייער פראפיל. אין אייער באניצער'ס קאנטראל פאנעל, דרוקט אויפן "פראפיל" טעבּ, און לייגט אריין די רעלעוואנטע אינפארמאציע וואס זאל ערשיינען אין אייער פראפיל.

Social_Media_Buttons.png

איך וואלט מיר זייער געפרייט צו די נייע אפציע אבער איך וויל דאך נישט ארויסגעבן מיין ניק פאר קיינעם, וועל איך עס דעררוויילע נישט קענען נוצן :(

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 9:56 pm
דורך Java
מיר האבן פארראכטען די "<<<hide" פראבלעם אין די אשכולות בלאט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2012 10:09 pm
דורך ידען
Java האט געשריבן:מיר האבן פארראכטען די "<<<hide" פראבלעם אין די אשכולות בלאט.

גע׳לייק׳ד, ניש ווייל סע האט מיר געשטערט די hide פראבלעם, בכלל נישט! נאר ווייל סע האט אויסגעזען ווי סע נישט אזא גרינגע זאך געווען צו עס מאכן, און איך וויל באדאנקען די שווערע ארבעט וואס מע לייגט אריין.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:15 pm
דורך ידען
איך זעה אז די לייק סיסטעם איז געווארן אביסל מער פארשטענדליכער, אז אנדערש ווי אמאל ווען מע האט געלייקד האט מען געזעהן אזעלעכע האלבע פראצענטן, איז עס יעצט קלארער מיט יעדע לייק איז פינף פראצענט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 10:28 pm
דורך יאנקל
ידען האט געשריבן:איך זעה אז די לייק סיסטעם איז געווארן אביסל מער פארשטענדליכער, אז אנדערש ווי אמאל ווען מע האט געלייקד האט מען געזעהן אזעלעכע האלבע פראצענטן, איז עס יעצט קלארער מיט יעדע לייק איז פינף פראצענט.

דאס איז ווייל די מערסט-געלייקטע הודעה האט יעצט צוואנציג לייקס. דעריבער צעטיילן זיך די לייקס פאר א צוואנציגסטל פון הונדערט פראצענט, וואס קומט אויס פינף פראצענט.

Re: פראגרעס באריכט

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2012 11:21 pm
דורך קארלסבורג
איך זע יעצט אז עס איז צוגעקומען דער אייקאן אויף צוריקצוציען א לייק.
כה לחי!