בלאט 6 פון 7
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:55 am
דורך [NAMELESS]
נאך די לעצטע צוויי טראגעידיעס מיט מאלעיזשען עירליין זענען די פלייט'ס פון די עירליין כמעט ליידיג. כמעט קיינער וויל נישט פארן מיט זיי, און איבער 100 סטעף מעמבער'ס האבן ריזיינט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:08 am
דורך לאליפאפ
די עירליין קוקט נישט אויס צו האבן איבערגעלעבט די טראגעדיעס...
נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:07 am
דורך כלבאשבוע
כאפטע לצים!

Lizard Squad Claims It Hacked Malaysia Airlines Website
http://www.nbcnews.com/storyline/isis-t ... te-n293461
a documentary
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 11:34 pm
דורך ישמעאל הכהן
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fU2lX1kcCsA[/youtube]
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 8:25 pm
דורך פליקער
ממש שרעקעדיג אינטערעסאנט ווי זיי טרעפן צי אלע מיינע קשיות, און בלייבן אויך שווער, ווי איז די פייען עראפלעין.
600
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 12:56 pm
דורך ליפא
א מעגליכער דורכברויך אין זיכעריי. שטיקער פון א עראפלאן פליגל וואס גלייכט צום מאלאזיין פליגער איז געטראפן געווארן אויף רעיוניען איילענד, אין אינדיאנעם אשען.
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:07 pm
דורך ליפא

- Police-carry-a-piece-of-debris-from-an-unidentified-aircraft-found-in-the-coastal-area-of-Saint-Andre-de-la-Reunion.jpg (97.71 KiB) געזען געווארן 2305 מאל
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:09 pm
דורך ישראל קאפקע
ליפא האט געשריבן:א מעגליכער דורכברויך אין זיכעריי. שטיקער פון א עראפלאן פליגל וואס גלייכט צום מאלאזיין פליגער איז געטראפן געווארן אויף רעיוניען איילענד, אין אינדיאנעם אשען.
מאלאזיע איז רעכטס אויבן, און די פלי-פלאן וואו די פליגער האט געזאלט פליען איז ווייטער צו צפון מזרח. די אינזל וואו מען האט געפונען ברוכווארג איז פונקט אין די פארקערטע ריכטונג.
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:15 pm
דורך ליפא
ישראל קאפקע האט געשריבן:ליפא האט געשריבן:א מעגליכער דורכברויך אין זיכעריי. שטיקער פון א עראפלאן פליגל וואס גלייכט צום מאלאזיין פליגער איז געטראפן געווארן אויף רעיוניען איילענד, אין אינדיאנעם אשען.
מאלאזיע איז רעכטס אויבן, און די פלי-פלאן וואו די פליגער האט געזאלט פליען איז ווייטער צו צפון מזרח. די אינזל וואו מען האט געפונען ברוכווארג איז פונקט אין די פארקערטע ריכטונג.
וואס מיינסטו ארויסצוברענגן
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:16 pm
דורך ישראל קאפקע
סתם אנצואווייזן ווי ווייט די פליגער איז פארפארן.
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 1:19 pm
דורך ישראל קאפקע
איין אוויאציע עקספערט איז איבערגעצייגט אויף זיכער אז דאס איז טאקע פון דעם פארלוירענע פליגער.
ער ווייזט אן אז די געפונענע ברוכווארג קומט זיכער פון אזא סארט פליגער, און עס פעלן נישט קיין אנדערע פון דעם סארט פליגער.
Re: מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 2:12 pm
דורך שמערל
אינטרעסאנט.
כ'האב אמאל געליינט אז די מענטשן וואס וואוינען אין מאדגאסקאר, קוקן אויס מער ווי אזיאנער ווי אפריקאנער, כאטש אזיע איז איבער טויזענט מייל אוועק פון דארט.
די טעאריע איז אז מיט יארן צוריק איז א שיפל פארלוירען געווארן אין אזיע, און די שיף האט פארבלאנזשעט ביז מאדגאסקאר דורך די נאטורליכע טורענטס וואס פליסן אין יענע ריכטונג, און זיי זענען געווען די ערשטע צו באזעצן דעם אינזל.
יעצט זעט מען אז דער שטיקל ברוכווארג האט אויך גענומען די זעלבע רייזע.
נשלח: מיטוואך יולי 29, 2015 3:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישראל קאפקע האט געשריבן:סתם אנצואווייזן ווי ווייט די פליגער איז פארפארן.
ס'נישט קיין סתירה, ס'קען זיין ס'איז אראפ אין די געגענט ווי מ'האט דעמאלטס געשאצט, און ס'פארשוועמעט געווארן דורך די indian ocean gyre פון מזרח צו מערב.
Re: מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:11 pm
דורך [NAMELESS]
געטראפענע שטיקל איז פון דעם עירפלעין!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:געטראפענע שטיקל איז פון דעם עירפלעין!
און וואס מיינט עס אויף למעשה?
אז אלע רייזענדע פונעם עירפלעין זענען טויט, און מען גייט ע״פ דרך הטבע קיינמאל נישט טרעפן די עירפלעין אדער די גופים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:06 pm
דורך שמעקעדיג
אויף למעשה ווייסט מען אז מען קען שוין מקבל זיין תנחומין על המת...
און אז מען האט שוין דעם שפיץ פונעם פאדעם, קען מען גרינגער פאוקעסן ווי אזוי צו זוכן ווייטער אויספיגערן דעם מיסטעריע.
ופשוט הוא.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אויף למעשה ווייסט מען אז מען קען שוין מקבל זיין תנחומין על המת...
און אז מען האט שוין דעם שפיץ פונעם פאדעם, קען מען גרינגער פאוקעסן ווי אזוי צו זוכן ווייטער אויספיגערן דעם מיסטעריע.
ופשוט הוא.
אבער נישט ווען די פאדעם איז אזוי לאנג, קוק ווי ווייט עס איז.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 6:16 am
דורך שמעקעדיג

מאלאזיע ציעט צוריק. זיי זאגן אז דערווייל איז בכלל נישט זיכער אז די שטיקער קומען טאקע פונעם עראפלאן, און עס איז נאך צו פרי צו ציען מסקנות. א גרופע פון עקספערטן זענען אראפגעשיקט געווארן און אינטענסיווע אויספארשונגען וועלן געמאכט ווערן צו קענען אידענטיפיצירן די ברוכווארג הזאת נעמי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:00 am
דורך ליפא
איר מישט אויס, די נייעס איז איבער פרישע געטראפענע ברוכווארג.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:14 pm
דורך ליפא
פראנקרייך האט היינט באשטעטיגט אז עס איז טאקע פון יענע פליגער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 2:04 am
דורך שמעקעדיג
נאך צוויי שטיקער געפינען אין סאוט אפריקע, איינס איז א טייל פון א עראפלאן ענדזשין. אויספארשער באשטעטיגן אז עס 'כמעט זיכער' פונעם פארשוואונדענעם מאלאזיע פליגער.
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 12:48 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2018 1:12 am
דורך איסר האטלקי
טערעסאנט. ס'פונקט געווען אין די נייעס אז מען ענדיגט שוין זוכן בקרוב.