בלאט 6 פון 7

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2013 9:45 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:הייסט עס אז צענדליגער ניקס וואס האבען געזעהן דער קליפ און עס נישט באריכטעט, האלטען אז עס מעג בלייבען און איז נישט קיין פראבלעם. און אפאר וואס האבען באריכטעט און געשריבען. דערוועגן האלטען אנדערש. איך רעכען גוט?


דאס נישט באריכטן אין די ערשטע שעה'ן קען מען אפשר אנהענגען ווייל א טייל ניקים וואס עס וואלט געפאסט פאר זיי צו באריכטן האבן בכלל נישט קיין צוטריט צו יוטוב, און האבן בכלל נישט עספיעט צו זען דעם קליפ, וק"ל.

אינגערמאן געקידנעפט אין וויליאמסבורג!!!

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:06 pm
דורך איש צדיק תמים
יא לאמיר דאס קלאר מאכן, איך ווייס נישט ווילאנג די תגובה וועט זיך האלטן, אבער איך שרייב דאך....

דא קען מען זעהן א חילוק צווישן די ״אויפגעקלערטע״ חכמים דא אויף קאווע וואס מוזן דא אריינווישן זייער אויפגעקלערקייט, (ער האט געפייניקט זייע שכנים, שוין בעת צרה לאמיר נישט רעדן וואס ארא רשע דער איז געווען, שוין זיכער איז נישט כדי צו דערמאנען... וכו..) בשעת אויף איי וועלט זענען די ״צריגעשטאנענע״ פארנומען צו מתפלל זיין און איינטיילן תהילים צווישן זיך לטובת דעם היימישן ברודער אונזערע וואס געפינט זיך בעת צרה ל״ע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:10 pm
דורך קאווע טרינקער
לא לחנם נקרא איש תמים....
דו גלייבסט ווי א נער דעם תהילים און ש"ס חלוקה'ס דארט יעדע שני וחמישי....

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:11 pm
דורך ראשעקאל
ר' איד, איך האב יעצט געענדיגט זאגן א גאנצע ספר תהילים. די איינטיילעכץ איז א כשר'ע חזיר פיסל, און ס'פאסט גוט פאר די היפאקריטען פון יענע פלאץ

--
קאווע האקט

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:22 pm
דורך נולד מאוחר
איש צדיק תמים האט געשריבן:יא לאמיר דאס קלאר מאכן, איך ווייס נישט ווילאנג די תגובה וועט זיך האלטן, אבער איך שרייב דאך....

דא קען מען זעהן א חילוק צווישן די ״אויפגעקלערטע״ חכמים דא אויף קאווע וואס מוזן דא אריינווישן זייער אויפגעקלערקייט, (ער האט געפייניקט זייע שכנים, שוין בעת צרה לאמיר נישט רעדן וואס ארא רשע דער איז געווען, שוין זיכער איז נישט כדי צו דערמאנען... וכו..) בשעת אויף איי וועלט זענען די ״צריגעשטאנענע״ פארנומען צו מתפלל זיין און איינטיילן תהילים צווישן זיך לטובת דעם היימישן ברודער אונזערע וואס געפינט זיך בעת צרה ל״ע.
פון וואנעט ווייסטו וועלכע איז בעסער א למעשהדיגע קבלה אדער תהילים?
אז מיר נעמען זיך פאר נישט צי בעוולן אונזערע אידשע און גוישע שכינים איז דאס נישט פונקט אזא זכות פארן נצרך?

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:27 pm
דורך איש צדיק תמים
יא תהלים נישט תהילים, יא אמת די איינטיילונג נישט אמת, עט ליעסט בארעדט מען אים נישט, שטייט א גאנצע יודישע משפחה, אונזערע ברודער (יא איך האב מער א געפיל צו אים ווייל ער איז א יוד, סארי אויב דאס איז נישט און איינקלאנג מיט די גלייכבארכטונג וואס טייל שרייבער׳ס דא ווילן אינפארסירן) און ציטערן אוועק פאר שרעק, זיצן קליינע קינדערלעך ארומגענומען מיט פאליציי לייט און דיטעקטיוו׳ס און ווייסן נישט וואס און די וועלט האט פאסירט, זיצן זיינע חבירים און גוטע פריינט אנגעצויגן און פארציטערט וואס דער נעקסטער נייעס וועט ברענגען, רוב יודן וואס האבן א געפיעל טראכטן נאר פון דעם יוד, איינער זאגט תהילים, איינער קוקט איבער קאמערעס, איינער געבט סתם גוטע עצות, אבער נאר א רשע קען פארנומען זיין מיט וואס פארא עוולות דער יוד וואס זיין לעבן איז און א סכנה האט געטון, נאר א רשע קען מעורר זיין א קוטרוג אנשטאט פראבירן צו בעטן א תפילה צום באשעפער אז אונזער ברודער׳ל זאל ווערן באפרייעט געזונטערהייט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:28 pm
דורך כתר מלכות
@ נולד, אידישע ווייס איך נישט, אבער גאוישע איז זיכער א גרויסע זכות, ואף על פי שאין ראיה לדבר אבל זכר לדבר, אותות ומופתים וויאזוי, באדמת בני חם, מיט׳ן זיך פארנעמען ליעב צו האבן די בני חם.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:50 pm
דורך בשםואין
אבי גערעדט, די צוריקגעשטאנענע וועבזייטל האט געהאט לינקס צו די גערעגטע קאמענטארן פון זיינע טענענטס אסאך פאר קאווע שטיבל, קוק אויפן בילד:
9:11am

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 12:52 pm
דורך קאווע טרינקער
איש צדיק תמים האט געשריבן:אבער נאר א רשע קען פארנומען זיין מיט וואס פארא עוולות דער יוד וואס זיין לעבן איז און א סכנה האט געטון, נאר א רשע קען מעורר זיין א קוטרוג אנשטאט פראבירן צו בעטן א תפילה צום באשעפער אז אונזער ברודער׳ל זאל ווערן באפרייעט געזונטערהייט.

נאר א תמים קען זיך איינרעדן אז ס'דא מענטשען וואס זוכען דירעקט צו מקטרג זיין.

אין אזא פאל, ווען מ'זעהט אז גוים שרייבן אויף אים נישט גוט, קען דאס נאר העלפען, ווייל מ'קען אפשר דערגיין צו יש בגוי דברים.

נשלח: פרייטאג יאנואר 03, 2014 2:47 pm
דורך אי איתמר
איש צדיק תמים האט געשריבן:יא לאמיר דאס קלאר מאכן, איך ווייס נישט ווילאנג די תגובה וועט זיך האלטן, אבער איך שרייב דאך....

דא קען מען זעהן א חילוק צווישן די ״אויפגעקלערטע״ חכמים דא אויף קאווע וואס מוזן דא אריינווישן זייער אויפגעקלערקייט, (ער האט געפייניקט זייע שכנים, שוין בעת צרה לאמיר נישט רעדן וואס ארא רשע דער איז געווען, שוין זיכער איז נישט כדי צו דערמאנען... וכו..) בשעת אויף איי וועלט זענען די ״צריגעשטאנענע״ פארנומען צו מתפלל זיין און איינטיילן תהילים צווישן זיך לטובת דעם היימישן ברודער אונזערע וואס געפינט זיך בעת צרה ל״ע.

אזי צו אזי האט דער ברייטער חכם מיט זיין קלארע בילד סתם געהאקט...
אזאלעכע REVIEWS זענען דא אויף יעדע ריעל איסטעט קאמפאני...

נשלח: מוצ"ש יאנואר 04, 2014 6:32 pm
דורך בשםואין
קיינער האט נישט געזוכט מקטרג צו זיין.
יעדער איינער דא אינעם שטיבל, אהן א אויסנאם, וואלט ווען זיך פיזיש געשלאגן צו פארמיידן דאס פארכאפעניש.

ס׳געווען א באריכט אז א היימישע אינגערמאן איז פארכאפט געווארן, קיינער ווייסט נישט פארוואס, האב איך אונטערזוכט ווער עס האט עס געקענט טון און וואס זענען זיינע מאטיוון.

און ס׳ליידער אויפגעקומען אסאך.

להחזיר עטר"ה ליושנה: רב"צ מבאבוב און דער שטריימל-קרוין

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:15 pm
דורך אבטולמוס
איך האב געעפענט דעם אשכול "להחזיר עטר"ה ליושנה: רב"צ מבאבוב און דער שטריימל-קרוין" און מאנכע פארפירן "צימעס". עס מעג איינמאל פאר אלעמאל קלאר זיין אז שרייבן א הערה אויף א רבי'ן וואס פונקט זענען פאראן מאנכע וואס זענען מערער אויף זיין רבנות האט גארנישט מיט נעמען א שטעלונג אדער דן זיין בעניני "צימעס". איך מעג זאגן א הערה אדער א תמיה אויף האדמו"ר רב"צ פונקט ווי איך מעג אויפ'ן אמשינאווער רבי'ן אדער סקולענער רבי'ן.
א חסיד רב"צ וועמען עס געפעלט נישט מיין הערה מאכט זיין רבי'ן ביליג מיט'ן נישט ענטפערן צו דער זאך און שרייען "צימעס". מיט דעם נעמט ער ארויס זיין רבי'ן פון די ראמען פון לעגיטימע רבנים אויף וועמען מ'קען דן זיין אן אינזין האבן פאליטישע חשבונות.

איז אידיש בלוט הפקר?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:53 am
דורך יעדער לאכט
viewtopic.php?f=24&t=6539

סתם א שאלה, ווען גייט א אשכול אין צימעס און ווען נישט??
מיר זעהט אויס דער גאנצער אשכול ווי נאך א פאליטיק-צימעס אשכול.
קען זיין איך בין מיך טועה, ביטע מיך אויפקלערן. אדאנק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:23 am
דורך יואב
צימעס איז כשמו כן הוא. צעקוועטשטע מייערן, זיס צו אלע צרות אויך. פונקטליך ווי משוגע און צעדרייט רבנים, חכמי חרשים, קוסמי קסמים, נבילות און סרוחות זענען, כל אחד לפי דרגא דיליה. צו דער עולם איז נאך אונטערן, העכערן אדער ביים שפיץ רושם פון זייערע מצווה טענץ, וועלכע מיינען בדרך כלל נייע בעקיטשעס אויך. ווי שטארק דער רבי האט פארקנייטשט זיינע אויגן, ווי הויך דאס IQ פון זיינע נאכפאלגער זענען, וויפיל משוגעים האבן געפאטשט מיט די הענט, און וויפיל חיות מחיות הקודש האבן געפראסקעט און געטיילט מכות, כמנהג גוברין יהודאין בזמננו. וויפיל, און וועלכע זיידעס האבן געמאכט זייער וועג אראפ פון גן עדן, ווער ס׳איז מכובד געווארן מיט וציוונו על העריות; צו דעם רבי׳נס קפיצת הדרך ארבעט אויף פאר-דשי, צו אויף טען-דשי; צו, און אויב יא, ווי שטארק די געמיטער זענען שוין אויפגעהייטערט פאר דעם יובל העשור׳דיגן דינער השנתי.

אנדערש אבער איז דער דאזיגער אשכול. דא האנדלט מען פון ריינע טעראר. אזאך וואס ברויך זיין אומאקצעפטירבאר ביי יעדן צווילעזירטען נארמאלן מענטש. ס׳האט גארנישט מיט צימעס. ס׳אינוואלווד רציחה; אז נישט פיזיש, איז דאס ווערבעלי, און אפשר גייסטיש אויך. מ׳האט שוין דאס באהאנדלט איבער די ראמען פון דעם אשכול, ליין גוט דורך אלע אנדערע תגובות ביז אהער.

נשלח: מאנטאג מערץ 16, 2015 11:32 pm
דורך אליהו בחור
וואס איז די "רמת האזהרה שלך" (באנוצערס קאנטראל פאנעל > איבערזוכט > הויפט בלאט > גאנץ אונטן)? איך זע נישט רעדן דערפון.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:39 pm
דורך עזריאל
אליהו בחור האט געשריבן:וואס איז די "רמת האזהרה שלך" (באנוצערס קאנטראל פאנעל > איבערזוכט > הויפט בלאט > גאנץ אונטן)? איך זע נישט רעדן דערפון.

קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז טאקע?

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 2:50 pm
דורך א איד
איך זעה בכלל נישט אזא זאך
אפשר לייגסטו ארויף א בילד? א סנעפשאט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:35 am
דורך קעלנער
[tag]שבת אחים[/tag] האט געפאוסט א לינק אין דעם אשכול צו אן ארטיקל וואו אן OTD ווערט דערמאנט בדרך אגב. לענ"ד האט עס גארנישט צוטוהן מיט דעם אשכול און איך האב עס פארמעקט.

אין רעאקציע האט שבת אחים ווידעראמאל פארדרייט די אשכול, און האט געשריבן ווי פאלגענד:

שבת אחים האט געשריבן:איך האב נישט פארדרייט די אשכול, מ׳רעדט דארט פון אטד׳ס! די סיבה פארוואס מ׳האט עס אראפּגענומען איז גאנץ עפעס אנדערש ס׳האט צוטוהן ווייל די גבאים דא האבן מיך זייער ליב...


פאלגענד איז וואס איך האב געשריבן פאר שבת אחים אין אישי פאר זיין רויטע אותיות אטאקע.

קעלנער האט געשריבן:א) אויב איינער האט עס אמאל געטוהן מיינט נישט אז ס'איז גערעכט.
ב) עס איז אנדערש צו פארפארן פון די שמועס אביסל בשעת די אשכול איז אין קראפט, ווי אויפוועקן א לאנג-פארשלאפענע אשכול מיט א טאפיק וואס האט גארנישט צוטוהן מיט דעם.
ג) די האסט א טענדענסי עס צו טוהן כסדר און כ'האב דיר גארנישט געזאגט ביז יעצט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:52 am
דורך שבת אחים
קעלנער האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] האט געפאוסט א לינק אין דעם אשכול צו אן ארטיקל וואו אן OTD ווערט דערמאנט בדרך אגב. לענ"ד האט עס גארנישט צוטוהן מיט דעם אשכול און איך האב עס פארמעקט.

אין רעאקציע האט שבת אחים ווידעראמאל פארדרייט די אשכול, און האט געשריבן ווי פאלגענד:

שבת אחים האט געשריבן:איך האב נישט פארדרייט די אשכול, מ׳רעדט דארט פון אטד׳ס! די סיבה פארוואס מ׳האט עס אראפּגענומען איז גאנץ עפעס אנדערש ס׳האט צוטוהן ווייל די גבאים דא האבן מיך זייער ליב...


פאלגענד איז וואס איך האב געשריבן פאר שבת אחים אין אישי פאר זיין רויטע אותיות אטאקע.

קעלנער האט געשריבן:א) אויב איינער האט עס אמאל געטוהן מיינט נישט אז ס'איז גערעכט.
ב) עס איז אנדערש צו פארפארן פון די שמועס אביסל בשעת די אשכול איז אין קראפט, ווי אויפוועקן א לאנג-פארשלאפענע אשכול מיט א טאפיק וואס האט גארנישט צוטוהן מיט דעם.
ג) די האסט א טענדענסי עס צו טוהן כסדר און כ'האב דיר גארנישט געזאגט ביז יעצט.


לדעתי באלאנגט עס יא אין יענע אשכול מ׳רעדט דארט וועגן שרי פערל א אט״ד געוועזענע מאנסי־וויזניצע מיידל פון ווימסב״ג,
דעס האב איך געשריבן צו קעלנער אין אישי פאר איך האב אים אטאקירט:

ענק אלע דא קוקן אויף מיר מיט א פארגרעסרונג גלאז און ווארטן איך זאל מאכן א קליינע מיסטעיק אז מ׳זאל מיך קענען אטאקירן! סאיז נישט קיין סוד אז ענק האבן מיך אלע פיינט דא, אבער איך וועל ווייטער אנגייען אז נישט מיט די ניק וועט זיין מיט א אנדערע ניק טאקע ווייל ענק מאכן מיך פילן אז איך באלאנג נישט דא, כאשר יענו אותו וכו׳.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:53 am
דורך שטילע אינגערמאן
די רבי קומט,

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:57 am
דורך ישראל קאפקע
שבת, עס וועט דיר גארנישט העלפן, זיי ארבייטן אלע פאר די קלינטאן קאמפיין. . .

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:00 am
דורך שבת אחים
ישראל קאפקע האט געשריבן:שבת, עס וועט דיר גארנישט העלפן, זיי ארבייטן אלע פאר די קלינטאן קאמפיין. . .


:lol: :lol: :lol:
:like :like :like

Re: איבער וואס מ'מעג יא אדער נישט שרייבן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שבת - איך האב דיר זייער ליב, און דערפאר דאווען איך שטארק אז דו זאלסט צוריק קערען צום אידישע גלויבונג.