בלאט 6 פון 14
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:53 am
דורך יאיר
מורי ורבותי, אנדערש ווי רוב פון די שרייבערס דא, בין איך נישט קיין מבין צו מאלעסטעישאן, נישט קיין מאלעסטער, נישט קיין מאלעסטירטער, און איך קען נישט פערזענליך קיין איין מאלעסטער אדער מאלעסטירטער. דער אייבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער. ממילא זאג איך נישט קיין מיינונג אויף דעם ספעציפישן ענין. נאר וואס יא, איך זע אז פילע האבן דא אזא יוטאפיע בליק, כאילו מ'קען ערפינדן אזא סיסטעם וואס גייט קלאפן הונדערט פראצענט. למשל, אויב מען דארף ארעסטירן יעדן מאלעסטער, איז דאס וויבאלד דאס איז א הונדערט פראצענט פערפעקטע מיטל. ממילא לאמיר איך בלויז זאגן, איך בין שוין אסאאאאך עלטער ווי אלע דא וואס זיצן אין דעם צימער, און קריגט זיך נישט מיט מיר. די וועלט איז נישט קיין פערפעקטע פלאץ, און מדת הרחמים פארנעמט גאר א קליין ארט אין רעאליטעט. ממילא בנוגע איש עברי'ס טענה אז מען דארף זיך רעכענען מיט דעם מאלעסטער וכו', ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. דער מאלעסטער איז אן אמת'ער רחמנות. אזוי אויך איז דער מאלעסטירטער א רחמנות. רוב פון אונז זענען רחמנות'ן. אבער אן עונש איז נישט געמאכט צו ברענגען רחמנות אויף די וועלט, עס איז געמאכט צו איינשטעלן די מינדעסטע סדר וואס מען קען עס זאל נישט זיין איש את רעהו חיים מלסתרתו. ממילא אנשטאט צו אפעלירן אזויפיל צו רחמנות געפילן און דן זיין וועמען מען דארף אינזין האבן אין די תפילות, דעם מאלעסטער צו דעם מאלעסטירטן, זאל מען בעסער דן זיין וואס איז די מערסט אפעקטיווע וועג צו פארמיידן מאלעסטעישאנס. פארדעם איז יוסטיץ געמאכט, צו פארמינערן די צאל ווייאלענס, נישט צו נקמה נעמען אדער צו שפילן גאט, ווייל אויף אזא אופן וועט מען קיינמאל נישט ענדיגן. ממילא אויבן אויף איז די מערסטע פארשטענדליך אז אויב מען זעט א מענטש איז עומד ומלסטם את הבריות זאל מען אים איבערגעבן צו די באשטימטע מענטשן וואס מאכן זיכער אז זיי ווערן אומשעדליך. מיט מיין ארימע שכל זעט מיר אויס אז אנהאקן די ביינער אדער שטעכן די רעדער איז נישט א מיטל וואס איז געמאכט צו פארמינערן ווייאלענס. דאס איז ספעציעל באשטימט פאר הייליגע צדיקים וואס ווייסן ווי אזוי עס צו טון אוי אן אפעקטיווע אופן אז עס זאל דוקא פארמערן נאך און נאך ווייאלענס. אבער אדרבה, אויב איינער ווייסט פון אן עקזסיטירנדע בעסערע אופן, ווי למשל אויב ס'איז דא א וואונדער טעראפיסט וואס יעדער וואס גייט דורך זיין באהאנדלונג באקומט אן עקל צו יעדן מענטש אונטער אכצן יאר, זאל מען דאס אודאי אימפלעמענטירן און שיקן צו אים אלע מאלעסטערס. אפשר זאל מען טאקע אויסגעבן געלט פון די רעגירונג פאר ריסוירטש צו ערצייגן אזא סארט טעראפי אנשטאט אויסגעבן מיליאנען פאר די תפיסות.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:09 am
דורך שמערל
עס האט זיך דא ערווארבן א לאנגע וויכוח, בעיקר צווישן איש עברי און הוגה, יעדער איינער האט שוין א טייל גענומען, און איך האב שוין אפאר מאל זיך געטוישט מיין מיינונג, אבער הערשט יעצט כאפ איך מיך, הלכה למעשה צו וועם איז עס נוגע?
עס קוקט מיר אויס, ווי איש עברי נאכן הערן די נייעס איבער אן ארעסט אין קרית יואל, אויף א חסידישן יונגערמאן, דורך די פאבליק סעיפטי, האט זיך עם שוין צוגעדאכט אז מען האלט שוין ביי א עולם התיקון, און ער האט אנגעהויבן דאגהנען, אז מיר טארן דעס נאך נישט צולאזן ווילאנג מען האט נאך טשעק קעשערס ביינונז אין בעסמעדרעש.
אבער נאכן עס אדורך טראכטן אפאר מינוט. מיינט דא טאקע איינער אז דער יונגערמאן גייט טאקע גיין זיצן אפילו פאר פופצן מינוט?
מיר האלטן נאך זייער ווייט דערפון די רבנים האבן עס נאכנישט מתיר געווען, אפילו ווען יא, גייט נאך קיין שום "נארמאלע" טאטע נישט אויפשטעלן זיין קינד אין געריכט עדות זאגן.
ביי מיר איז קלאר אז מען האט דא געהאט צוטוהן מיט איינעם וואס האט נאך כמה אזהרות נישט געקענט האלטן די הענט ביי זיך, איז געבליבן די איינציגסטע עצה, יענעם צו ארעסטירן, און מיט די פראטעציע פון די פאבליק סעפטי אוו קעי זשעי, אים ארלעדיגט א פרעסס רעליס, אים גוט אויסצושמירן ברבים, און דא בלייבט עס. איך האלט נישט אז מען גייט נאך הערן א ווארט איבער די קעיס, אבער האפענטליך האט דער יונגערמאן (און זיינע חברים) זיך געלערנט א לעקציע, אז פאר אזא מעשה ליידט מען בושות.
יעצט צוריק צו דעם דיבעיט, צו דארף מען לויפן צו די פאליס? אודאי אז יא, אבער ווער וויל דען, בארי דייטש? עם אינטערסירט דען וואס מיר האלטן?
ביי אונז איז נאך "קיין איינער" געגאנגן צו די פאליציי, און דער טעם איז נישט ווייל אונזער סאסייעטי קעשט נאך טשעקס, במילא זענען מיר נישט ראוי צו דעם. נאר ווייל ביי אונז איז נאך אסאך נארמאלערע זאכן ווי דאס, טאבו. ארויפשטעלן א קינד אין קאורט פארציילן אזא מעשה, איז בושה וואס אפילו א גוי פארשטייט אז עס איז שווער צו ברעכן, אבער מיר האבן דאך פיל זאכן ביז אהין וואס מיר קענען נישט באווייזן. וויפיל יודן אין וויליאמסבורג, און אפילו אין בארא פארק, שעמען זיך נישט צו דרייוון א בייק?
א צוואנציג יעריגער גרוש אדער גרושה, קען שוין נישט חתונה האבן נאכאמאל נארמאל, כאטשיג ער איז אינגאנצן געווען חתונה געהאט פאר צוויי וואכן, ווילט איר אז א מאלעסטערירטער יונגעל זאל נישט האבן קיין פראבלעם?
איש עברי זיי נישט באזארגט, פיל וואסערן וועלן נאך פליסן, און מען גייט נאכנישט אנהייבן צו לויפן צו די פאליציי, אפילו לאנג נאכדעם וואס מען גייט פארמאכן די גמח'ן. וואס יא, א פארבעסערונג אין דעם ענין איז שוין דא, אין די ישועה איז געקומען פון אזעלכע וואס זענען שוין נישט אין אינזער סיסטעם, און האבן נישט קיין פראבלעם וואס מיר גייען זאגן. היינט ציטערט מען צו טאטשן איינעם, וויל אפשר וועט נאך יענער ווערן אמאל א גוי, א ישועה פורטא איז עס שוין, אבער ווילאנג מיר וועלן בלייבן מיט אינזערע קאמפלעקסן, וועט קיין פולקאמע ישועה צו דעם נישט קומען.
סאיז נאך דא אסאך וואס מאריך צו זיין. די גאנצע פראבלעם ווערט נאך פארלייקענט דורך א ריזיגע פראצענט מאנ"ש, איך אליין האב זיך געטענהט מיט אן עסקן לטובת וו"מ, האט ער מיר געזאגט אז ער אליין איז באלעסטיגט געווארן און עס האט אים גארנישט געשאדט, (ער איז באמת נארמאל). דאס הייסט אז מיר האלטן נאך ווייט ווייט פון עפעס א אינערליכע טשעינזש, עס איז נאך ווייט פון רויזענבערג טיימס. און מיר דארפן נאך גרויס רחמי שמים אז איינער זאל לויפן צן די פאליס.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:13 am
דורך יאיר
ביי אונז איז נאך "קיין איינער" געגאנגן צו די פאליציי, און דער טעם איז נישט ווייל אונזער סאסייעטי קעשט נאך טשעקס, במילא זענען מיר נישט ראוי צו דעם. נאר ווייל ביי אונז איז נאך אסאך נארמאלערע זאכן ווי דאס, טאבו. ארויפשטעלן א קינד אין קאורט פארציילן אזא מעשה, איז בושה וואס אפילו א גוי פארשטייט אז עס איז שווער צו ברעכן,
שמעתי אז די קרית יואל'ע טעראר מאשין בשנים קדמוניות האט ערלעדיגט אזא מעשה פאר איינעם פון זייערע שונאים.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:54 am
דורך שאולי
אזוי ווי איינער דא האט געפרעגט פארוואס עס שאדט און אנדערע קענען נישט משיג זיין אז עס זאל איינעם שאטן בכלל וואלט געווען לתועלת הענין צו מסביר זיין וואס א וויקטים גייט אדורך צו קענען מסיג זיין ווי געפערליך דאס איז. איך אליינס בין נישט קיין שרייבער און אויך נישט באהאוונט און דאקטערישע, פסיכילאגישע ענינים, אבער לויט מיין עסקפעריענס האב איך אסאך אריינגעטראכט אין דעם שבת און וועל מיטטיילן מיינע מחשבות, מוז נישט זיין איך בין גערעכט. אדרבה אויב איינער קען לינקען עפעס א שטודיע דערפון וואלט איך מיר געפרייט דאס צו לייענען.
די law אז מען האט נישט חתונה פאר די אכצן איז נישט סתם אבי געזאגט, מען דארף זיין גרייט דערצו. אנדערע לענדער לאזן חתונה האבן ביי די זעכצן... יעדע אנדערש אבער למעשה פארוואס לאזט מען נישט חתונה האבן ביי די צען, וואס איז שלעכט? חוץ פון די פשוטע אחריות פון פרנסה און קינדער איז דא אזא זאך אז א גוף דארף זיין דעוועלאפט צו עדאלטהוד און ביי יעדעם אנטוויקלט זיך די ניד פאר **** לייף אמאל פריער אמאל שפעטער אבער בערך אין די טינעידש יארן. ווי אויך ווען מען איז מסביר פאר קינדער אפילו אין די גוישע וועלט די מוסג פון **** קומט דאס אויף א גאר איידעלע אופן כדי עס זאל אנגענומען ווערן ריכטיג וויבאלד עס שפילט מיט די גאר האקעלע און איידעלע געפילן פון א מענטש. איז ווען א מענטש ווערט עקספויזט צו דעם פאר די צייט און ווי אויך אן די ריכטיגע נאלעדז ווערט די קינד צוחושט און די מושג אביוזט. א קינד האט נאכנישט א ניד דערפאר ער פארשטייט נישט וואס די גרויסע ערוואקסענע וויל פון איהם... דאס אז איינער האט געזאגט אז עס איז סתם אומבאקוועם איז ווייל ער איז שוין אן אדאלט און האט שוין א תאווה און עמעדשענט אז עס וואלט געווען גאנץ א געשמאקע חזרישע זאך.. אבער א קליין קינד האט נישט קיין תאווה און איז נישט אינטערעסירט אז מען זאל מיט זיין גוף שפילן... ער פילט ווי אן אומבאהאלפענע זאך וואס אפילו ער זאגט אז ער איז אומבאקוועם (אפגערעדט ווי עס קען וויי טוהן ממש) און א צווייטער גאר לאכט מאכט זיך זיס בשעת די האסט יסורים און ביסט אומבאקוועם איז גארנישט אנדערש ווי אנדער אביוז.
און פון צווייטן זייט דאווענט די מענטש און איז ערליך און באהאלט עס.... איך מעג נישט זאגן ליגענט,איך מעג נישט נעמן א קענדי אן רשות, מוז זיצן ווי די גרויסע הייסט און טוהן אלעס וואס זיי הייסן בשעת ער אליינס טוט וואס מען מעג נישט? דאס איז די עצם סיבה פארוואס אסאך פארן אפ פון יודישע וועג ווייל ווען די נשמה איז אזוי יונג און מען דארף אין דעם בויען די ריכטיגע יסודות טוסטו זיך אליינס סותר זיין. דאן ווען א קינד קען טראכטן אביסל מער פארלירט ער טראסט אויף אלע וואס זענען גרויס און זאגן מיר וואס צו טוהן, ווייל זיי אליין טוען עס נישט....
איך געדענק ווען איך האב געזעהן בכלל אן אדאלט גוף וואס איז שוין גאנץ אנדערש ווי א קינדס גוף בין איך געווארן שאקירט. פונקט ווי ווען מען ווייזט ח"ו פאר איינעם א טויטע גוף. א קינד איז האקעל, נישט סתם אזוי לאזט מען נישט א קינד זעהן צודרייטע בליטיגע בילדער ווייל אין די יונגע יארן דארף א קינד לעבן און א זיסע באבעל ביז ווען ער שוין גרויס. הערשט דאן קען ער זיך ארויסלאזן אין שרעקעדיגע מציאות פון די וועלט און אויב זעהט א קינד צו א גרויזאמע סצענע אין די יונגע יארן מוז מען האבן די ריכטיגע צוגאנג דערצו דאן אויפן מינוט, אויב נעמט מען נישט קעיר גלייך קען עס אים שאטן אויף אייביג. מעלעסטן איז א טראומע, און געווענליך טוט מען נישט גלייך דערציילן, צו ווייל די מעלעסטער סטראשעט, צו ווייל די קינד ווערט אזוי צוחושט און ווייסט נישט ווי אזוי צו באהאנדלען די ענין (ער איז דאך א קינד און ווייסט נישט ווי אזוי צו באהאנדלען רוב פון זיינע פראבלעמן). און אז ער האט נישט די ריכטיגע אפענע רעלעישנשיפ מיט זיינע עלטערן אדער בטבע א צוריקגעצויגענע דאן אנשטאט צוקומען צו די ריכטיגע הילף זיצט די טראומע אין דאס קינד אין טוט אן איר הארם אויף א שרעקליכע וועג. דאס עצם זעהנדיג א גוף פון אן אדאלט ביי אזא יונגע עידז, ווען איך בין אנגעקומען צו די סטעידז ווי מיין גוף האלט ביים ערוואקסן ווערן בין איך געווארן היסטעריש אז איך וויל נישט אויסזעהן אזוי ווי יענע גרויזאמע אביוזער איך בין געווארן קאמפלעקס מיט מיר אליין און נישט געוואלט עקסעפטן די מציאות וואס דאס קען ברענגן מחשבות פון סיועסייד פון די וויקטים. זיך אליינס פיינט האבן און עקלן פון זיך אליין.
האט איר אמאל געקוקט א שרעקעדיג ווידיא? וויפיל טעג נאכדעם האט איר געטראכט דערפון? האט אייער קינד אמאל געזעהן א שרעקעדיגע סצענע? וויפיל האט ער געחלומט דערפון ביינאכט און זיך אויפגעוועקט דערפון? דאס איז אסאך ערגער!!
און פונקט אזוי ווי סיי וועלכע טראומע וואס מען לעבט מיט טראכט מען פון דעם שפעטער אפגערעדט ווען עס געשעהט אפאר מאל און מען קען נישט אנטלויפן פון דעם... יעדע מאל ווען מען זעהט אן ענליכע סצענע שווימט צוריק ארויף די זעלבע אלטע בילד פון די טרומע אזוי אויך דא. א יעדע מענטש קלאפט די טראומע אויס אנדערש לויט ווי איך האב שוין געשריבן מיט מיין עקספיריענס. ווי אויך בלייבט די מעלעסטער שטענדיג אין די בילד פון ****.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 11:54 am
דורך גאנצל
נא אז יעדער רעדט מוז איך אויך אריינרעדן אבער איבערגיין נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע טענות איז דאך א שאד איך וויל נישט עובר זיין אויף מלאכת דש
נאר וואס יא ? לאמיר צוגיין להלכה ולמעשה
[tag]איש עברי[/tag] אויב דיין 10 יעריג יונגעל קומט יעצט אהיים צו דיר נישט מארגן נאר יעצט און ער רופט דיר אין די זייט האלב פארלוירן מיט א שרעק אין זיין אטעם מיט א פארוואלקנט אויג וכו' און ער זאגט דיר האלבע ווערטער איינער האט מיר דא געטאטשט
ע: וואס? וואס הייסט? ער האט דיר געפנט די זיפער ?
ק: ניין פלעין אריינגעשטעקט זיין הענט אין מיין הויזן
ע:וואס דו האסט זיך געלאזט פ"וו ביסטו נישט אנטלאפן ?(בד"א אויב גייסטו אזוי רעדן בכעס איז עס דיין ערשטע שרעקליכע טעות וואס דו באגייסט דיין קינד איז גארנישט שולדיג)
קינד אינגאנצן פארלוירנדיג האלב וויינענדיג: איך האב געוואלט אנטלויפן אבער אבער עם עם
ע: שוין למעשה לאמיר הערן וואס האט ער געטון ? גארנישט פלעין געטאפט א מינוט און זיך געגאנגען ווייטער ער האט מיר געזאגט אז ס'איז אים קאלט און ער וויל זיך אנווארעמען
וואס וואלסטו ווען געטאן ?
[tag]הוגה[/tag] וואס וואלסטו ווען געטאן ? וואלסטו טאקע גלייך געלאפן צו די באהערדע
און צו דיר גיי איך צולייגן איין באמערקונג אביסל פון די אנדערע זייט לאמיר זאגן דו הערסט אזא מעשה און דו באשליסט קודם זיך נאכצופרעגן אויף דעם מדובר במאי עסקינן פון וואס רעדט מען דא ווער איז דער מענטש וואטס היס היסטערי און טוסט טאקע אזוי און דו פרעגסט דיך ווען נאך אויף די יונגערמאן (מאכט סענס אזוי צו טון ? איך מיין אז יא)
און דו ווערסט געוואויר אז ער איז גאנץ א נארמאלע יונגערמאן האט א נארמאלע שטוב הייסט א געהעריגע נארמאלע איינשטענדיגע מענטש צווישן חבירים און אויך אין זיין ארבעט איי וואס האט יעצט פאסירט ? ער האט זיך יעצט איינמאל פארלוירן און זיך נישט געקענט איינהאלטן מסתמא בוזעוועט שוין אין אים איטליכע וואכן די היץ און נאך אפאר חדשים זיך שלאגן מיט זיך אליין האט ער געכאפט דעם קינד (דעס קען פאסירן ביי אסאך נארמאלע מענטשן) און זייער דזענטעל אנגעהויבן צו רירן (קענסט זיך פארשטעלן ווי זיין הארץ פאמפט און קען קוים אטעמען) און ער האט זיך געגעבן א כאפ אוי וואס טו איך דא און לאט אפ די קינד און גייט זיך (יעצט איז ער שויןן מלא חרטה פארוואס האב איך עס געטון און ער ווייסט באמת אליינס נישט איך בין דאך א געהעריגע נארמאלע יונגערמאן )
אויף אזא פאל וואלסטו אויך געכאפט הייסע לאקשן און געלאפן צו די באהערדע ?
וואס איך וואלט געטון עם איך טראכט הויעך באפאלטס מיר נישט איך וואלט ווען געגאנגען צו .... נא וויזוי הייסן זיי וועד הצניעות און דורש וחוקר געווען די זאך און געקוקט ווי זיי באהאנדלען די זאך און אויב באקום איך צופרידענשטעלנדע אינפאו אויף די יונגערמאן און איך זעי אז זיי טוען צו די זאך ווארענען דעם יונגערמאן און האלטן א אויג אויף אים מ'לייגט אים אין זיין שול אויף פראהבעישן אויף איטליכע מאנאטן מ'לאט אים נישט נוצן די מקווה פאר אפאר חדשים וכו' החרשתי און אז נישט וואלט איך געטאן וואס מ'דארף צו טאן און איך וואלט מיר נישט געלאזט ברעינוואשן פון די חברה(וועגן מורא פון רבנים וועל מיר יעצט לייגן אין די זייט איך וואלט לכאורה געסראשעט אלע רבנים )
נ. ב.א וודאי ווען מ'רעדט פון אזא פאל ווי ביי [tag]שאולי[/tag] איז נישט קיין ספק אז מ'דארף גיין אגרעסיוו וכבר מבואר הדבר לעיל
רבותי וואס דענקט איר?
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:25 pm
דורך סלינקי
הלכה למעשה עס זאל נישט פאסירן אבער איך וואלט געשיקט מיין לאויער זאל אנרופן דעם אינגערמאן און אים ווארענען אז מ׳ווייסט פונקטליך וואס ער האט געטון און איך בין גרייט צו גיין די פאליציי טאמער צאלט ער נישט די קאסטן פארן קינדס טעראפי ביז א חודש און צוגאב צו נאך א 200k דאללער אלס קנס ביז כך וכך חדשים (וואס גייט גיין פארן קינד זיך צו קענען אנהויבן בויען א געהעריג לעבן)
דאס דארף לכאורה צו זיין גענוג פאר א נארמאלער מענטש מיט שטוב און קינדער ער זאל כאפן די קדחות אלס די בושות וואס ווארט אים מיט די פחד פון תפיסה און זיך אויפכאפן ווי קראנק ער איז און זיך גיין היילן. און אזוי אויך מיינעך וועט די געלט זיין גענוג א נחמה פארן קינד
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:36 pm
דורך שאולי
גאנצל האט געשריבן:אויב דיין 10 יעריג יונגעל קומט יעצט אהיים צו דיר נישט מארגן נאר יעצט און ער רופט דיר אין די זייט האלב פארלוירן מיט א שרעק אין זיין אטעם מיט א פארוואלקנט אויג וכו' און ער זאגט דיר האלבע ווערטער איינער האט מיר דא געטאטשט
ע: וואס? וואס הייסט? ער האט דיר געפנט די זיפער ?
ק: ניין פלעין אריינגעשטעקט זיין הענט אין מיין הויזן
ע:וואס דו האסט זיך געלאזט פ"וו ביסטו נישט אנטלאפן ?(בד"א אויב גייסטו אזוי רעדן בכעס איז עס דיין ערשטע שרעקליכע טעות וואס דו באגייסט דיין קינד איז גארנישט שולדיג)
קינד אינגאנצן פארלוירנדיג האלב וויינענדיג: איך האב געוואלט אנטלויפן אבער אבער עם עם
ע: שוין למעשה לאמיר הערן וואס האט ער געטון ? גארנישט פלעין געטאפט א מינוט און זיך געגאנגען ווייטער ער האט מיר געזאגט אז ס'איז אים קאלט און ער וויל זיך אנווארעמען
צוויי נקודות וואס איך האב צוצולייגן צו מכה בפטיש פון די מלאכת דש:
1. אזא אינצידענט איז גאנץ מעגליך א פראבע פון מעלעסטער וואס וויל זעהן די ריעקשן פון די קינד, איינס צו ער נעמט זיך שרייען, ווערט היסטעריש, אנטלויפט (שטעל זיך פאר ווען ער טוט אים גלייך אויס און ער אנטלויפט אך און וויי פאר די מעלעסטער, ער באווארנט זיך) צווייטנס וויל ער טעסטן צו וועט ער דערציילן פאר זיין טאטע (ער קען צוקומען א שטיק צייט שפעטער פרעגן האסט איינעם געזאגט עפעס וועגן וואס איך האב געטוהן נעכטן). ווי אויך גייט עס נישט אין איין מינוט. עס גייט געווענליך צו צושטאטליך. א ריכטיגע מעלסטער הויבט אן צוביסלעך, עס ווערט גערופן א grooming process. נישט אזוי ווי א חתונה נאכט...
2.די חורבן פון מעלעסטן (פארוואס ווייס איך נישט אבער א פאקט) אז עס טוט פארמאכן א קינד ער ווערט איינגעגעסן און פארמאכט מיט זיינע געפילן. ווי אויך איז דא א מושג פון געוואוינהייט, די ערשטע מאל היסטעריא און א צווייטן מאל אומבאקוועם און היסטעריא א טראפ ווייניגער און א דריטע מאל בלית ברירה כאטש אומבאקוועם אבער מ'פאלגט ווי א טאטעלע אלעס וואס דער גרויסער הייסט טוהן. וואס ווייטער אלץ מער פארמאכט. אויב א טאטע נעמט נישט סיריעס די ערשטע מאל אפילו עס איז א קלייניקייט (!) איז גאנץ מעגליך אז דאס קינד וועט מער קיינמאל נישט דערציילן. און אז א קינד קומט בכלל דערציילן אפילו די ערשטע מאל איז א נס!!!!
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:39 pm
דורך שמעקעדיג
נא, ביי מיר איז די נס געשעהן!
איך בין גלייך געלאפן פארציילן מיין טאטן, כאטש איך האב נישט געהאט דעם נאנסטן קשר צו אים.
מעגליך אז אנדערע מענטשן זענען אנדערש.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 12:52 pm
דורך גאנצל
שאולי האט געשריבן:גאנצל האט געשריבן:אויב דיין 10 יעריג יונגעל קומט יעצט אהיים צו דיר נישט מארגן נאר יעצט און ער רופט דיר אין די זייט האלב פארלוירן מיט א שרעק אין זיין אטעם מיט א פארוואלקנט אויג וכו' און ער זאגט דיר האלבע ווערטער איינער האט מיר דא געטאטשט
ע: וואס? וואס הייסט? ער האט דיר געפנט די זיפער ?
ק: ניין פלעין אריינגעשטעקט זיין הענט אין מיין הויזן
ע:וואס דו האסט זיך געלאזט פ"וו ביסטו נישט אנטלאפן ?(בד"א אויב גייסטו אזוי רעדן בכעס איז עס דיין ערשטע שרעקליכע טעות וואס דו באגייסט דיין קינד איז גארנישט שולדיג)
קינד אינגאנצן פארלוירנדיג האלב וויינענדיג: איך האב געוואלט אנטלויפן אבער אבער עם עם
ע: שוין למעשה לאמיר הערן וואס האט ער געטון ? גארנישט פלעין געטאפט א מינוט און זיך געגאנגען ווייטער ער האט מיר געזאגט אז ס'איז אים קאלט און ער וויל זיך אנווארעמען
צוויי נקודות וואס איך האב צוצולייגן צו מכה בפטיש פון די מלאכת דש:
1. אזא אינצידענט איז גאנץ מעגליך א פראבע פון מעלעסטער וואס וויל זעהן די ריעקשן פון די קינד, איינס צו ער נעמט זיך שרייען, ווערט היסטעריש, אנטלויפט (שטעל זיך פאר ווען ער טוט אים גלייך אויס און ער אנטלויפט אך און וויי פאר די מעלעסטער, ער באווארנט זיך) צווייטנס וויל ער טעסטן צו וועט ער דערציילן פאר זיין טאטע (ער קען צוקומען א שטיק צייט שפעטער פרעגן האסט איינעם געזאגט עפעס וועגן וואס איך האב געטוהן נעכטן). ווי אויך גייט עס נישט אין איין מינוט. עס גייט געווענליך צו צושטאטליך. א ריכטיגע מעלסטער הויבט אן צוביסלעך, עס ווערט גערופן א grooming process. נישט אזוי ווי א חתונה נאכט...
על זאת פארשטיי איך איז די תי' פשוט איינס דאס איז זיכער אז מ'דארף אויסלערנען א קינד אז איינער טוט סיי וואס איך האלט איך בין אפשר עקסטרעם אז אפי' ער טאטשט דיך נישט דוקא ביי מקומות המכוסים (אבער ערגעץ אנדערש נישט עפראפיעיט איך האב א חבר וואס זיין טאטעס חברותא פלעגט אים ליב האבן צו טאטשן די ציין גיי פארשטיי א קראנקן ) דארפסטו קומען זאגן צווייטנס מיט דעם יונגערמאן וואלט איך גלייך געטאן וואס איך האב פריערט געשריבן
2.די חורבן פון מעלעסטן (פארוואס ווייס איך נישט אבער א פאקט) אז עס טוט פארמאכן א קינד ער ווערט איינגעגעסן און פארמאכט מיט זיינע געפילן. ווי אויך איז דא א מושג פון געוואוינהייט, די ערשטע מאל היסטעריא און א צווייטן מאל אומבאקוועם און היסטעריא א טראפ ווייניגער און א דריטע מאל בלית ברירה כאטש אומבאקוועם אבער מ'פאלגט ווי א טאטעלע אלעס וואס דער גרויסער הייסט טוהן. וואס ווייטער אלץ מער פארמאכט. אויב א טאטע נעמט נישט סיריעס די ערשטע מאל אפילו עס איז א קלייניקייט (!) איז גאנץ מעגליך אז דאס קינד וועט מער קיינמאל נישט דערציילן. און אז א קינד קומט בכלל דערציילן אפילו די ערשטע מאל איז א נס!!!!
ווען ס'גייט שטאטעלעך און מ'געוויינט זיך צו דעמאלס איז סתם אזוי צרות ווייל דעמאלס הייבט אן די יונגעל ליב צו האבן די מעשה און ער וועט קיינמאל נישט קומען פארציילען און ס'געשעט נישט די אלע אויבןדערמאנטע זאכן מיט'ן קינד ער איז שוין נישט קיין קרבן
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:27 pm
דורך שאולי
עס איז נישט אייביג אזוי- אוודאי עס קען זיין ווייל אזוי ווערן די וויקטים ווייטערדיגע מעלעסטערס אבער , איך האב מיר קיינמאל נישט צוגעוואוינט דערצו און דאך קיינמאל נישט פארציילט און יעדע מאל פון פריש צוגעגאנגען דערצו ווי א שעפעלע צום שחיטה און דאך האב איך עס פיינט געהאט. די ערשטע מאל האב איך נישט געוואלט און אוועקגעשלעפט און פרובירט ארויסצורייסן די נעקסטע מאל האב איך געשריגן פוי איך עקל מיך... אבער דער האט נישט נאכגעלאזט, און מיט זיין שמייכל און צוזאגן גוטע זאכן... און איך פלעג פארגליווערט ווערן יעדעס מאל, שפעטער נאכגיין ווי א מענטש אן א געפילן אבער מיין הארץ האט געצאפלט און געווארן צובראכן אויף פיצלעך און ער געפירט מיין הענט און זיינע פונקט ווי ער האט געהייסן און ביינאכט געוויינט אין מיין קישן. געווען נאס צופרי.... געזאגט איך פיל נישט גוט צומאל געבליבן אין בעט, געווארן דיפרעסט און געווען קאקא פאר א וואך צוויי ביז איך בין געקומען צו מיר און אפאר חדשים שפעטער פון פריש.... ווי א שעפעלע נאכגעגאנגען צום שחיטה.... אבער דאך זיך נישט געקענט ברענגן קיינעם צו פארציילן.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:29 pm
דורך זיניגער
עס איז כדי מזאל וויסן וויאזוי דער אמעריקאנער יסטיץ סיסטעם איז אויסגעשטעלט בעפאר מפסקנט צי מזאל זיך באנעמען מיט היימישע מאלעסטערס אויפן זעלבן אויפן ווי גויאישע.
דער קרימענאלער סענטענסינג סיסטעים איז באזירט אויף גיידליינס וואס איז צינויפגעקלאפט געווארן באזירט אויף לאנגע שטודיעס אויף קרימינאל היסטארי.
לאציל מסביר זיין, שטודיעס ווייזט אז א דורכשניטליך מאלעסטער וועט פילייפיג נאכאמאל דורכפירן זיין קרימינל אקט, שטידיעס ווייזט אז אויך אן אז א גערויסע פראצענט מאלעסטערס זענען עלול אויף מערדעריי.
אין אמעריקע האט מען די לעצטע הינדרעט יאר זיך געפערליך אנגעליטען פין פעדאפיילס, רעפיסטס, אז מענטשן האבן אנגעהויבן פארלאנגען פין געזעץ געבער צי פארלענגערן תפיסה טערמינען פאר **** קריימס אין מהאט טאקע זיך זייער שטרענג גענימען דערצי, מהאט געמאכט א רעגיסטראציע ליסט ווי יעדער וואס איז גילטי אויף אזא פארברעכן מיז זיך איינשרייבן לעולם ועד.
ליידער אזוי ווי עס גויאישט זיך יודישט זיך, אבער צווישן אידן האט דער דורכשניטליכער חזיר א גאר אנדערע אויסקיק ווי זיין גויאישער שיתוף, צווישן אידן איז נאכנישט כמעט געווען קיין מערדעריי (יא חוץ קלעסקי הי״ד) ווען א שטידיע וואלט געמאכט געווארן אויף היימישע חזירים וואלט מען זיי לייכטער באשטראפט, איין יאר תפיסה פאר א יוד איז אזויווי דרייסיג יאר פאר א גוי, דער איד קען יעדער ער קען זיך נישט אוועקציען קיין אויסטראליע אין אנהייבן א נייע אנאנים לעבן, יעדער ווייסט תיכף ווער דאס איז, מהאט אים שוין געזעהן אויף וואטסעפ מטיילט אים אויס צרות ביז ער טראגט זיך אפ, בקיצור דער יודישער מאלעסטער איז גאר אנדערש פין דעם גוי, למעשה אז מטראגט אים אריין אין געריכט גיט מען אים די זעלבע באדינינגען ווי פארן גוי, אז דער געזעץ זאגט 150 יאר תפיסה שליידערט מען אים אריין אין חד גדיא אין מווארפט אוועק די שליסלאך.
מיין פערזענליכע מיינינג איז צי מאכן א פשרה, אויב האט א מאלעסטער געטוהן אזוינס וואס סקימט אים וועם צען יאר תפיסה זאל מען אויסארבעטן מיט א לויער אים נאר אנציקלאגן פאר קלענערע קריים וואס קימט אין נאר אפאר חדשים אן געווענליך פאר א יודיש קינד וועט דאס זיין געניג אז ער זאל קיינמאל מער נישט אנרירן א קינד.
אין אוודאי אויב לאחר המעשה טשעפעט ער ווייטער זאל מען אנקלאגן אויף הארבערע זאכן.
אין די זעלבע צייט ברויך מען אבער נישט פארגעסן צי ארבעטן אויף פריווענטשאן.
נאכדעם וואס א קינד איז געטאטשט געווארן איז גארנישט דא וואס צי טוהן , קיין חילוק וואס מטוהט מיטן מאלעסטער, אויף זיין פלאץ קימען ארויף נאך צוואנציג.
פריווענטשאן איז דער שליסעל צי דעם פראבלעם אין נאר אויף דעם ברויך מען זיך שטעלן .
מדארף רעדן אפען מיט די קינדער
וועגן דעם אין מסביר זיין וואס צי טוהן אויב עמיצער וויל זיי אראפציען די הויזן.
בדרך כלל רוב קינדער וואס קימען פין געזינטע שטיבער ווערן נישט צי שטארק געשעדיגט מחמת א מאלעסטער וועגן אפאר סיבות
קודם כל שטייען מאלעסטערס אוועק פין אזוינע קינדער וויבאלד די קינדער האבן געווענליך מער זעלבסזיכערקייט אין די פארשוינען זיכן דייקא שוואכלינגען.
קינדער פין געזינטע שטיבער זיינען נאנט מיט די עלטערן אין פארציילן אלעס ממילה דאס קינד באקימט גלייך די עמאציענעלע הילף בשייכות.
מזעהט נישט פין חומש אדער גמרה אין תנ״ך וועגן מאלעסטערס בכלל
דאס מיינט נישט אז סאיז נישט געווען, נאר קינדער פין יענע צייט זענען אסאך שנעלער אויסגעוואקסן maturated אויב האט זיך געמאכט עפעס זענען זיי נישט אימענדליך צעפראסקעט געווארן אין געלאפן ווערן א פלישתי.
די סיבה פארוואס מאלעסטערס ווערן היינט אזוי שווער באשטראפט איז ציליב דעם וואס וויקטימס באקלאגן זיך אז דאס האט זיי ריאינירט זייער גאנץ לעבן (רוב מאל האט די פראסעקיוטער ארויפגעשרויפט די דעמעידזש אויפן וויקטים צי געווינען די דזשורי אין ציליבן אמעריקאנער דזשוסטיס סיסטעמס רייץ צי פארשפארן ווי מער מענטשן אויפן לענגסטע טערמין מעגליך)
אין אמעריקע זענען 50% עלטערן גג׳ט ממילה רוב קינדער באקימען נישט דאס נאטירליכע היים וואס זיי ברויכן האבן פאר זייערע אמאציענעלע געברויכן דאס ברענגט צי אז פעדאפיילס האבן דא א פארטי ציליב די גרויסע אויסוואל פין פאטענציאלע קרבנות.
ביי חסידישע אידן איז דא אן אנדערע פראבלעם, דהיינו גרויסע משפחות קימט מיט א קלענערע מעגליכקייט זיך אמתדיג אפציגעבן מיט די באדערפענישן פין יעדן קינד.
עס קען אמאל זיין אז א שטיל קינד פין א גרויסע משפחה ווערט בכלל אינגאנצן פארזעהן, ער וואקסט אויף האלב אן א טאטע מאמע, ער איז א באדינער אינדערהיים אין העלפט צי די מאמע זאל קענען ווייטער פראדיצירן נאך מענטשן, ער טראגט אויף זיינע קינדישע פלייצעס דעם עול פינעם נארוואס געבוירענעם בעבי ער איז א ממשיך דורות, אזא קינד איז זייער א גרינגע קרבן וויבאלד זיין body language מאסערט אים אויס אז ער האט קיינע זעלבסווירדע, אויב ווערט אזא קינד אביוזד וועט ער נישט פארציילן פאר די עלטערן נאר ער וועט כסדר ציריק גיין צים אביוזער פאר נאך וויבאלד דאס איז זיין איינציגע וועג צי באקימען ליבשאפט.
אזא קינד וועט שפעטער אויך אביוזן אנדערע נישט קיין חילוק צי זיין ווייב איז אזוי שיין אין ווארעם ווי אשת פוטיפר, ער וועט מיט אן אימבאשרייבלעכע חשק נאכלויפן דאס סיפוק וואס ער האט באקימען אלץ קינד אין די איינציגסטע וועג ציריק צי באזיכן יענע צייטן איז זיך ציריק אריינצילייגן אין די זעלבע מצב דורך אביוזן אן אנדערע קינד.
דעריבער ווען עלטערן ווילן וויסן וואס צי טוהן אויב ח״ו זייער קינד ווערט אביוזד, זאל ער קודם נעמען אין באטראכט די זאכן וואס צי טוהן נאך פאר ער ווערט עביוזד כדי זיינס א קינד זאל קיינמאל נישט ווערן א קורבן דורך דעם וואס ער וועט פירן א געזינטער שטוב אין נישט נאר א נפשות פעקטארי.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:34 pm
דורך שאולי
שמעקעדיג האט געשריבן:נא, ביי מיר איז די נס געשעהן!
איך בין גלייך געלאפן פארציילן מיין טאטן, כאטש איך האב נישט געהאט דעם נאנסטן קשר צו אים.
מעגליך אז אנדערע מענטשן זענען אנדערש.
און דערפאר איז ער נישט צוריקגעקומען. דערפאר
מוזן עלטערן מאכן א עסק אפילו נאר "ווען ער לייגט די הענט אין הויזן און ווארימט זיך" ווייל עס איז נישט קיין קלייניקייט עס איז אויפן וועג צו גרויסע און ערנסטע, דאס איז נאר די פראבע. די מעלעסטערס דערשמעקן גלייך קינדער וואס זענען צוריקגעצויגענע און שטילע ווי אויך זעהט מען אסאך אז זיי פארלייגן זיך אויף קינדער פון צובראכענע שטיבער און שוין צופארענע קינדער וואס קיינער קימערט זיך נישט איבער זייער וואוילזיין. און אז שמעקעדיג האט דערציילט פאר איינעם האט דאס די מעלעסטער שוין אנגעזעהן אויף זיין פנים, אז דאס קינד האט זיך געפילט זיכע מיט זיך, אז ער איז פראטעקטאד ביי זיין טאטע אדער ווער. אדער האט ער שוין באקומען א פארציע פונעם טאטן אדער וועד פאר וועם שמעקעדיג האט דערציילט.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:43 pm
דורך סמבטיון
אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעשריבן מיין דעה אינעם ערשטן דף, וויל איך עס איבערגיין אין קורצען, אין מאכן א סך הכול פינעם גאנצען שמועס דא
1. אויב געשעהט אזא עפיזאד ווי גאנצעל לייגט אראפ, איז קלאר אז מעדארף עס דורעך טוהן בישוב הדעת, אין ווי איש עברי האט געטאנעט, מעקען נישט אין מעטאר נישט שעכטען א מענטשס לעבן, פאר א טעות וואס ער איז באגאנגען, אין האט א מיליאן מאל חרטה, אין וואלט געטוהן אלעס אין די וועלט צי מתקן זיין וואס ער האט פאדארבען, אין לפי ידיעתי, אויב האט ער זיך אפגעשטעלט נאך טאטשען, דארף עס נישט צי זיין אזא היזק,
2. אויב איז ער א עומד בפרשת דרכים ומלסטס את הבריות, איז א חוב קדוש איהם איבערציגעבן פאר די רעגירונג בעאמטע,אהן קיין חקירות ודרישות, מקען נישט מסכן זיין די וועלט פאר רחמנות געפיהלען, ער באלאנגט אדער אין תפיסה אדער אין בית משגעים.
אין 1 ווארט, מעדארף נאכגיין פינקלעך וואס דא איז געוועהן אין ווער דער מאלעסטער איז. איך מיין נישט צי זאגן צי קיקען צי ער איז א רבישע אייניקעל וכד' ניין! פשוט ארויס האבן די בילד בעפאר מענעמט ווייטערדיגע שריט.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 1:55 pm
דורך געפילטע פיש
זיניגער האט געשריבן:עס איז כדי מזאל וויסן וויאזוי דער אמעריקאנער יסטיץ סיסטעם איז אויסגעשטעלט בעפאר מפסקנט צי מזאל זיך באנעמען מיט היימישע מאלעסטערס אויפן זעלבן אויפן ווי גויאישע.
דער קרימענאלער סענטענסינג סיסטעים איז באזירט אויף גיידליינס וואס איז צינויפגעקלאפט געווארן באזירט אויף לאנגע שטודיעס אויף קרימינאל היסטארי.
לאציל מסביר זיין, שטודיעס ווייזט אז א דורכשניטליך מאלעסטער וועט פילייפיג נאכאמאל דורכפירן זיין קרימינל אקט, שטידיעס ווייזט אז אויך אן אז א גערויסע פראצענט מאלעסטערס זענען עלול אויף מערדעריי.
אין אמעריקע האט מען די לעצטע הינדרעט יאר זיך געפערליך אנגעליטען פין פעדאפיילס, רעפיסטס, אז מענטשן האבן אנגעהויבן פארלאנגען פין געזעץ געבער צי פארלענגערן תפיסה טערמינען פאר **** קריימס אין מהאט טאקע זיך זייער שטרענג גענימען דערצי, מהאט געמאכט א רעגיסטראציע ליסט ווי יעדער וואס איז גילטי אויף אזא פארברעכן מיז זיך איינשרייבן לעולם ועד.
ליידער אזוי ווי עס גויאישט זיך יודישט זיך, אבער צווישן אידן האט דער דורכשניטליכער חזיר א גאר אנדערע אויסקיק ווי זיין גויאישער שיתוף, צווישן אידן איז נאכנישט כמעט געווען קיין מערדעריי (יא חוץ קלעסקי הי״ד) ווען א שטידיע וואלט געמאכט געווארן אויף היימישע חזירים וואלט מען זיי לייכטער באשטראפט, איין יאר תפיסה פאר א יוד איז אזויווי דרייסיג יאר פאר א גוי, דער איד קען יעדער ער קען זיך נישט אוועקציען קיין אויסטראליע אין אנהייבן א נייע אנאנים לעבן, יעדער ווייסט תיכף ווער דאס איז, מהאט אים שוין געזעהן אויף וואטסעפ מטיילט אים אויס צרות ביז ער טראגט זיך אפ, בקיצור דער יודישער מאלעסטער איז גאר אנדערש פין דעם גוי,
איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיינע פאקטן. רוב מאלעסטערס זענען נישט קיין מערדער, און מ'סתם נישט א העכערע פראצענט וואו אונזערע היימישע מאלעסטערס. צווייטענס, דאס אז די גוי קען אוועקמופן איז אויך שטותים, איינמאל מ'גייט ארויף אויפן **** אפענדער ליסט קומט מען שוין נישט אראפ, און ווען אזא איינער מופט קיין אקלאהאמע מוז ער מודיע זיין פאר זיינע נייע שכינים וועגן זיין מצב, און ער מעג קיינמאל נישט וואוינען נאנט צו א סקול אדער פארק. די ליסט לויפט עם נאך א גאנצע לעבן. נאר ביי אונז יודן קען אזא איינער זיך פורש זיין קיין ארץ ישראל און פירן א רבי'סטווע דארט.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:11 pm
דורך עפל סיידער
כ'שאולי ועוד, וויל איך דא מיטיילען אז איך בין אויך געפאלען א קרבן ווי איינער האט מיט עפל סיידער געוואלט מאכען סדר רח"ל, אבער לבסוף איז ב"ה לא עלתה בידו מיר צו מאכען אומגליקלעך פאר'ן לעבן און ב"ה איך און נאך עטליכע וויקטימ'ס פון יענעם חולי נפש זענען ב"ה עד היום געזונט און שטארק און אויפגעשטעלט נאמנים בתים לד', און דער חולי נפש זעלבסט האט ב"ה זוכה געווען צו באקומען די ריכטיגע העלפ און איז ב"ה א טאטע פון א גליקליך ערליך שטוב, ווי קיין איינער פון זיינע מחותנים וועלן ניטאמאל חלומע'ן וואס איך און נאך ווייסען אויף זייער מחותן.
דער עפיזאד מיינער און נאך פילע אזעלכע צייגען אז מען קען נישט פאר א שאקירענד מעשה פון שאולי אפ'פסקענען אלע חולי נפשות אויף איין לעוועל חלילה, די דין תורה"ק איז נישט געבויט אויף הרגשים פון א קרבן צו א חולי נפש, ווייל אויב אזוי קען מען שוין בילדען ריזיגע טורמע צעלן פאר אלע מלמדים וואס יעדער האט אינטער זיך חברה וואס זענען יעצט גרייט צו פארציילען אזעלכע שאולי מעשיות וויאזוי די קלעפ אדער בזיונות פינעם מלמד האט זיי לעלם ולעלמי עלמיא אפ'געהרגעט,
און צו די וואס זיכען אויסצוניצען דעם יצר לחטא צו באשמוצען דעם גאנצער דור חלילה צו איר פירערשאפט, זאל ביטע מעיין זיין אינעם רמב"ן סוף אחרי בשם רבינו הגדול הרמב"ם בספרו מורה נבוכים ווי שטארק ער האט בימיו געשריבען איבער דעם גרויסער מכשול פון אריינפאלען אין חטא און איבער די נחיצות פון האבען גאר שארפע עונשים אויף דעם, דאס אנשמירען אינזער דור דעיקבתא משיחא אין דעם איז אן רעכטער עלילת דם.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס אז די גוי קען אוועקמופן איז אויך שטותים, איינמאל מ'גייט ארויף אויפן **** אפענדער ליסט קומט מען שוין נישט אראפ, און ווען אזא איינער מופט קיין אקלאהאמע מוז ער מודיע זיין פאר זיינע נייע שכנים וועגן זיין מצב, און ער מעג קיינמאל נישט וואוינען נאנט צו א סקול אדער פארק. די ליסט לויפט עם נאך א גאנצע לעבן. נאר ביי אונז יודן קען אזא איינער זיך פורש זיין קיין ארץ ישראל און פירן א רבי'סטווע דארט.
קיין אקלאהאמא ביסטו גערעכט, אויסטראליע און איזראעל נישט.
און אפילו אין אמעריקע, זאל זיין נישט לעבן א סקול אדער פארק, ביג דיעל!
און אויב ווייזט מען אויף אז מען איז אויסגעהיילט דורך טעראפי קען מען אראפגיין פון די ליסטע,
לערן דיך אויס, דעם גוי אינטרעסירט נישט קיינער, און ביי שידוכים - אויב די פארפאלק פארליבט זיך - פרעגט מען נישט אינפארמאציע פון די עלטערן, די קינדער ווערן נישט גע'רודפ'ט אין סקול דערוועגן, ער ווערט נישט לשיחה בפי הבריות,
ביי אונז איז א טייט קאמיוניטי, כידוע מר"מ שפירא מלובלין זצ"ל דעם ווערטל אתם קרויים אדם, מיר זענען ווי איין מענטש, און ממילא קלאפט עס אויס פיל הארבער אויף א היימישן,
און דאס איז שוין חוץ דעם חילול ה' וואס אויב כאפט מען א איד וועט די מידיא פארשפרייטן מיט א שמחה גדולה אז מען האט געכאפט א ארטאדאקסישע ראביי טון שמוץ...
און קום מיר נישט זאגן אז ס'איז גאר א "קידוש השם", ווייל זיי וועלן זעהן אז מיר נעמען קעהר... דאס איז גוט פאר א ווערטל. זיי כאפן זיך ארויף אויף די הייסע שמוץ כעל כל הון.
באדעם ליין, אז מען טראכט א מינוט, זעהט מען קלאר דעם חילוק פון א איד מיטן גוי....
דאס יא - דאס אז ביי אונז יודן קען מען ווערן א רבי אין א"י איז א גרויסער פראבלעם! און איך קען עס בשו"א נישט פארשטיין.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:19 pm
דורך כוכב
א אלטע זאטל האט געטאטשט מיין טאכטערס אחוריים אין גראסערי, ווי א אימשילדיגע נאאיווע אפרוח'ל האב איך נאך דאן נישט פאשטאנען די חומר העניין און כאבעס געלאזט גיין. כהיום האט מיין טאכטער א פאביע פון גיין אין גראסערי.
וואלט איך דאס דאן געוויסט וואלט איך שוין איינמאל געמאכט א ברייטל. (אדער נישט, כוואלט מיך געשעמט מורא געהאט, וכו וכו)
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:35 pm
דורך גאנצל
כוכב האט געשריבן:א אלטע זאטל האט געטאטשט מיין טאכטערס אחוריים אין גראסערי, ווי א אימשילדיגע נאאיווע אפרוח'ל האב איך נאך דאן נישט פאשטאנען די חומר העניין און כאבעס געלאזט גיין. כהיום האט מיין טאכטער א פאביע פון גיין אין גראסערי.
וואלט איך דאס דאן געוויסט וואלט איך שוין איינמאל געמאכט א ברייטל. (אדער נישט, כוואלט מיך געשעמט מורא געהאט, וכו וכו)
אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי מ'קען טאטשן א מיידל'ס אחוריים אין א גראסערי אויף אזא שטארקע וועג אז דאס מיידל זאל פילן אזוי שלעכט אזש נישט וועלן צוריק קומען
איך וויל דיר נישט אפפרעגן איך וויל פארשטיין
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:53 pm
דורך איש עברי
מקען מ'קען ס'זאל קיינער נישט מטיל בספק זיין אז ס'דרייען זיך בתוכינו שעדליכע מנוולים
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 2:58 pm
דורך גאנצל
איש עברי האט געשריבן:מקען מ'קען ס'זאל קיינער נישט מטיל בספק זיין אז ס'דרייען זיך בתוכינו שעדליכע מנוולים
איך פארשטיי אבער אין א גראסערי ס'דארף נישט זיין מער ווי 10 מענטשן און מ'קען זיך שוין נישט רירן
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 3:06 pm
דורך כוכב
גאנצל האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:א אלטע זאטל האט געטאטשט מיין טאכטערס אחוריים אין גראסערי, ווי א אימשילדיגע נאאיווע אפרוח'ל האב איך נאך דאן נישט פאשטאנען די חומר העניין און כאבעס געלאזט גיין. כהיום האט מיין טאכטער א פאביע פון גיין אין גראסערי.
וואלט איך דאס דאן געוויסט וואלט איך שוין איינמאל געמאכט א ברייטל. (אדער נישט, כוואלט מיך געשעמט מורא געהאט, וכו וכו)
אפשר זאגסטו מיר ווי אזוי מ'קען טאטשן א מיידל'ס אחוריים אין א גראסערי אויף אזא שטארקע וועג אז דאס מיידל זאל פילן אזוי שלעכט אזש נישט וועלן צוריק קומען
איך וויל דיר נישט אפפרעגן איך וויל פארשטיין
א גאונישע קשיא אויף א מעשה. ער האט איר געגלעט פון אינטן, זי איז זייער אינג נאך, זי איז לכרוה מער דעשראקן פונ'ם עצם געדאנק אז איינער האט איר בארירט, נישט אזוי ווייט די אינטימישע חלק פון די מעשה.
זאלסט קיינאמל נישט פילן וואס דרייט זיך און א טאטעס בויך און אזא פאל.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:18 pm
דורך דריידל
יא גיין צו פאליס נישט גיין צו פאליס, עס איז נישט קיין הפקר וועלט.
איך ווייס פון צוויי מענטשן וואס איך האב געהערט מערערע ערשט האנטיגע מעשיות ווי זיי האבן געפאטשקעט מיט קינדער און ביידע פון זיי האבן זיך געמיטשעט מיט די ביטערע מחלה ביז זיי זענען נפטר געווארן יונגערהייט איבערלאזענדיג שטובער מיט יתומים רח"ל.
עס כאפט מיר א פחד יעדעס מאל איך טראכט דערפון ווי מ'זעט אז אית דין ואית דיין און אפילו איינער וואס איז נישט די גרעסטער מאמין ווערט איבערצייגט אין שכר ועונש.
נשלח: זונטאג מערץ 23, 2014 4:31 pm
דורך שאולי
איך וויל קלארשטעלן אז מיין מעשה האט עפעקטעד מיינע קינדערישע/בחורישע יארן און מיט די ריכטיגע הילף האב איך היינט א מוצלחדיגע לעבן ב"ה וואס מיינע נאנסטע חלומען נישט וואס איך בין אדורך ווען עס איז געווען אלעס פאשטיפט אין די קעמערל פון מיין הארץ ביז נאך מיין חתונה ווען איך ב"ה דאס מטפל געווען אויפן ריכטיגן וועג. אבער מיינע צוגערויבטע יארן טוה איך נאך באוויינען... צו דעם אלעם וויל איך אויך קלאר מאכן אזוי ווי אסאך רעדן דא איבער א נושא וואס איז באהאלטן פון אויג און ווייסן נישט איבער די נושא פון די נאנט וועל איך אייך זאגן אלץ איינער מיט עקספיריענס. מיין קעיס איז ווייט פון א סיריעס קעיס. עס זענען דא חברה וואס עס בארירט זיי עמאשענעלי אויף אייביג, פארט אפ פון יודישן וועג, ווילן נישט חתונה האבן, אדער שפאצירן ארום טויט און קענען נישט איבער קומען זייער טראומע. איך האב מיטגעמאכט די מיטמאכעניש בלויז 4 מאל (!!!) און עס ב"ה אפגעשטעלט נאכדעם וואס איך בין איינמאל ארויסשפרינגן פון זיין קאר ביי א רעד לייט. דער האט זיך דערשראקן און קיינמאל נאכאמאל נישט צוגעקומען. דאס איז געווען נאר טאטשן... שטעלט אייך פאר ווען עס פאסירט ווען מער!!! עס איז גארנישט אזוי פשוט ווי אנדערע מאכן עס. פרעגט אייך נאך ביי די וואס טוען אין די פעלד (איר וועט זאגן אז זיי טרייבן איבער) אבער עס טוט עפעקטירן אסאך מער ווי איר מיינט!!! מיין קעיס איז נישט עקסטרים עס איז דא אסאך אסאך ערגערע ווי מיר וואס זענען אדורך גרעסערע און לענגערע קאשמארן און האבן נישט זוכה געווען צו אזא העפי ענדינג!!! פאר סאם ריזען איז דא אזא הארבע שטראף דערפאר און פאר סאם ריזען זענען די מענטשן וואס ליגן אין די פעלד אזוי ווילד ווען עס קומט צו די גאנצע ענין!!
פאר די וואס טענהן עס האט זיי נישט געשאדט ווייס איך נישט וואס צו זאגן, אדער לייקענען זיי דאס אדער האט עס געהאט א פארקערטע עפעקט זיי מעלעסטן ווייטער אדער וויבאלד עס האט זיך אנגעהויבן אין די בחורישע יארן ווען מען האט שוין עטוואס א תאווה האט ער מיטגעשפילט. ווי יונגער אלץ שווערער.