בלאט 6 פון 50
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 3:14 pm
דורך פלעין יודיש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:36 pm
דורך אבי גערעדט
דער בליץ, אגב, באשרייבט די חודש די רעכניץ אימפעריע, נישט א שלעכטע איידיע
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 4:39 pm
דורך שרייבער
פלעין יודיש האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
איך האב געטראכט פון זלמן ווידער, אבער היות ער איז שוין לעצטענס געווארן אינטערוויוט דא ביי אונז, האב איך געקלערט ס'איז נישט אינטערעסאנט, חוץ אויב ער וועט לייגן א קלאוס אפ פיקטשער ווי מ'קען ציילן די האר פון די נאז...
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:08 pm
דורך אבי גערעדט
געקויפט און שטארק הנאה געהאט, אגב איז די פאפיר אישו שוין פארראכטן, זייער א בא'טעמ'טע אויסגאבע לשיטתי (הגם איך ברעך זיך נאך אלץ קאפ ווי א בליק קומט דא אריין)
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:14 pm
דורך מנשה לוסטיג
די חלק פון די קליידער איז געשריבן מיט א מאדנעם סטיל השקפה
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:16 pm
דורך sefish
איז עס דיקערע פאפיר?
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:28 pm
דורך קאווע טרינקער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:די חלק פון די קליידער איז געשריבן מיט א מאדנעם סטיל השקפה
דהיינו? אז זיי טרעפן נישט קיין מקור אויף שטיוועל?
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:34 pm
דורך אבי גערעדט
sefish האט געשריבן:איז עס דיקערע פאפיר?
שיינע דיקע פאפיר
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:35 pm
דורך sefish
יש"כ. האט מען יא עפעס אויפגעטון
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 12:06 pm
דורך חכם עתיק
שרייבער האט געשריבן:איז כלל ישראל טאקע אזוי ארים אז ס'פעלט וועם צו אינטערוויוען?
איך גיי כאפן א נאמען, (און איך וועל נישט סיין סורפרייזט אז אין די קומענדיגע וואכן איז דא אינטערוויו מיט אים)
ר' עזריאל טויבער, האט שוין איינער אינטערוויוט אמאל?
ר' הערשל קאהן פון RCCS
ר' שמשון לויבער פון ביקור חולים
ויש עוד ועוד
צו נעם סתם פיגורן פון קהלות, גרויסע עשירים, צו עסקנים, מייסדי ארגינעזאציעס וכו' וכו' וכו'
מיך ורבים כמוני אינטרעסירט מער מייזעלס ווי קאהן און לויבער. דער מענטש האט גאר אסאך נאכפאלגער און מתנגדים.
עס איז אסאך בעסער באשריבן ווי האגער פאריגע וואך.
בכלל האלט איך זיי האבן געמאכט פארשריט. יתכן זיי וועלן פארשריגן ווערן פארן לייגן א בילד פון די פרוי (א פארווישטע) מיט די צוויי געקידנעפטע קינדער.
א פאטאלע טעות האבן זיי געטוהן פון לייגען בילדער נאר פון אדמור מהרזל. עטליסט אנהייב וואלטן זיי געדארפט זיין נייטראל.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 1:01 pm
דורך [NAMELESS]
חכם עתיק האט געשריבן:א פאטאלע טעות האבן זיי געטוהן פון לייגען בילדער נאר פון אדמור מהרזל. עטליסט אנהייב וואלטן זיי געדארפט זיין נייטראל.
אינטערסאנט. יעצט ווער איך געוואר זיי זענען אהרונים, איך האב אייביג געמיינט אז די בליק זענען זאליס
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 3:53 pm
דורך יושר
זלמן ווידער וועט אויף קיין שום פאל נישט געבן אן אנטערוויו. פארגעסט דערפון.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 5:34 pm
דורך וויליאמסבורגער
פרישע פאשקעוויל
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 5:47 pm
דורך קאווע טרינקער
געקויפט. געליינט. דערקוויקט.
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 5:49 pm
דורך מנשה לוסטיג
די השקפה אינעם פסח אויסגאבע וועגן די קליידער, איז שוואכע מעשיות, זייער נישט געזונט ברוחניות, איך אלץ היסטאריקער זע צווישן די שורות זייער נישט גוטע השקפה
נשלח: פרייטאג מאי 02, 2014 6:59 pm
דורך קאווע טרינקער
און איך זעה צווישען דיין השקפה אז דו ביסט נישט קיין היסטאריקער.
נשלח: מוצ"ש מאי 03, 2014 11:59 pm
דורך מאטי
מאמענט האט אן אפטיילונג "קאווע צימער " איך האב א חשד אז.......
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:51 am
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט וואס צו זאגן. איך האב פיינט צו קריטיקירן, אבער מאמענט די וואך האט מיר היבש דיסעפוינטעט. כעל נישט אריינגיין יעצט אין דיטעילס, ועוד חזון.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 1:54 pm
דורך חד גדיא
איך האב צום צווייטן מאל זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט. אלע ארטיקלען איינס ביי איינס זענען אינטערסאנט און "דיפערענט". די טעמעס זענען אויך חידושים. כאטש יעדער ווייסט אז ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן, איז די ארטיקעל איבער דעם גאר אינטערסאנט. עס פארמאגט נייע חידושים און טעאריעס ווי אזוי זיי זענען נפטר געווארן. און דערביי ווערט מען געוואר א פרק אין די היסטאריע פון בר כוכבא. אזוי אויך פילע אנדערע ארטיקלען זענען שיין און רייך.
גראדע איך וואלט הנאה געהאט פון לאנגע ארטיקלען, אבער איך מוז אויסלויבן די חידוש פון קורצערע ארטיקלען. די עולם היינט האט נישט קיין געדולד צו לאנגע ארטיקלען. און לטובת די אויסגאבע איז ענדערש צו רעדן פון מער טעמעס אין קורצערע ארטיקלען ווי איידער ווייניגער טעמעס און לענגערע ארטיקלען.
(די "בליק" האב איך תיכף געווארפן אין גארביטש)
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 2:10 pm
דורך מ גפני
חד גדיא האט געשריבן:איך האב צום צווייטן מאל זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט. אלע ארטיקלען איינס ביי איינס זענען אינטערסאנט און "דיפערענט". די טעמעס זענען אויך חידושים. כאטש יעדער ווייסט אז ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן, איז די ארטיקעל איבער דעם גאר אינטערסאנט. עס פארמאגט נייע חידושים און טעאריעס ווי אזוי זיי זענען נפטר געווארן. און דערביי ווערט מען געוואר א פרק אין די היסטאריע פון בר כוכבא. אזוי אויך פילע אנדערע ארטיקלען זענען שיין און רייך.
גראדע איך וואלט הנאה געהאט פון לאנגע ארטיקלען, אבער איך מוז אויסלויבן די חידוש פון קורצערע ארטיקלען. די עולם היינט האט נישט קיין געדולד צו לאנגע ארטיקלען. און לטובת די אויסגאבע איז ענדערש צו רעדן פון מער טעמעס אין קורצערע ארטיקלען ווי איידער ווייניגער טעמעס און לענגערע ארטיקלען.
עס וואונדערט מיר אז די דערמאנטסט נישט די גראבע דורכפעלער פון דעם ארטיקל צו וואס דו באציסט זיך, דהיינו אז עס פעלן גאנצעטע שטיקער פונעם ארטיקל, האסטו נישט באמערקט אז די לעצטע שורה פון איין קאלום ליינט זיך נישט ווייטער מיט די ערשטע שורה פונעם צווייטן קאלום?? די זעלבע פראבלעם חזר'ט זיך איבער ביי נאך פון זייערע ארטיקלן
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 2:16 pm
דורך שמעקעדיג
על טעם וריח אין להתווכח,
ביי מיר איז טאקע אט דאס דער פראבלעם, ציהט אן מיט נייגעריגע קעפלעך, ריזיגע קידוש לבנה העדליינס, מען קען שוין מיינען וואס מען גייט דא געוואויר ווערן, און דערווייל פטר'ט ער זיך אפ מיט 5-6 פאראגראפן.
למשל, איך וויל זעהן ווי אזוי ארבעט דער פאסט אפיס? אה, אלע פאסט ווערט פראצעסירט אין א ספעציעלן פלאץ אויף א פארגעשריטענעם מאשין. פארטיג.... וואס איז דער חידוש?
גראדע די ארטיקל פון ר' עקיבא'ס תלמידים האט מיר יא געכאפט, פשוט צוליב דעם באמבע חידוש אז עס איז מעגליך אז די גאנצע "שלא נהגו כבוד זה לזה" איז נישט בפשטות ווי מיר מאכן עס, אבער אויסער דעם, גארנישט.
די נייעסלעך אנהויב איז פיל בעסער באשריבן אין סיי וועלכע צייטונג, ארטיקלען זענען ע"פ רוב באקאנטע ענינים אדער גאר קורץ באשריבן וואס גיט נישט צו צופיל ידיעות (די קעפלעך זענען אפט גרעסער און פארנעמען מער פלאץ ווי דער גאנצער ארטיקל), אזוי אז אין די ענדע קעיטערט ער נישט פאר קיינעם, די נייעס ליבהאבער טרעפן זיך בעסערע מקורות פון וואו צו ליינען די נייעס; היסטאריע ליבהאבער האבן בעסערע אויסגאבעס; קינדער אפטיילונג איז אויך איין גרויסע וויץ פון 2 בלעטלעך, (די ערשטע אויסגאבע איז כאטש געווען 5 חלקים, די איצטיגע איז בלויז 1), צו ליינען ווי אזוי זאכן ארבעטן אונטער די קוליסן (למשל פאסט אפיס) אי דער בליץ אסאך בעסער, און צו ליינען לענגערע ארטיקלען אדער אפהאנדלונגען קומט עס נישט צו צום שטערן/שפאקטיוו. בקיצור, עס וויל אריינכאפן די גאנצע וועלט, אבער קיינער גייט נישט ארויס צופרידן און זאט. אפשר זאל ער גלייבן אז "אלעס ביי איינעם איז נישטא ביי קיינעם".
חוץ דעם גייען מיר די גראפיקס אויף די נערוון. עס איז נישט פאר מיינע אויגן, באט איי געס אז אנדערע גלייכן דאס יא. איך האב ליב מער רואיגערע גראפיקס און קעפלעך.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:01 pm
דורך חד גדיא
מ גפני האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:איך האב צום צווייטן מאל זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט. אלע ארטיקלען איינס ביי איינס זענען אינטערסאנט און "דיפערענט". די טעמעס זענען אויך חידושים. כאטש יעדער ווייסט אז ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן, איז די ארטיקעל איבער דעם גאר אינטערסאנט. עס פארמאגט נייע חידושים און טעאריעס ווי אזוי זיי זענען נפטר געווארן. און דערביי ווערט מען געוואר א פרק אין די היסטאריע פון בר כוכבא. אזוי אויך פילע אנדערע ארטיקלען זענען שיין און רייך.
גראדע איך וואלט הנאה געהאט פון לאנגע ארטיקלען, אבער איך מוז אויסלויבן די חידוש פון קורצערע ארטיקלען. די עולם היינט האט נישט קיין געדולד צו לאנגע ארטיקלען. און לטובת די אויסגאבע איז ענדערש צו רעדן פון מער טעמעס אין קורצערע ארטיקלען ווי איידער ווייניגער טעמעס און לענגערע ארטיקלען.
עס וואונדערט מיר אז די דערמאנטסט נישט די גראבע דורכפעלער פון דעם ארטיקל צו וואס דו באציסט זיך, דהיינו אז עס פעלן גאנצעטע שטיקער פונעם ארטיקל, האסטו נישט באמערקט אז די לעצטע שורה פון איין קאלום ליינט זיך נישט ווייטער מיט די ערשטע שורה פונעם צווייטן קאלום?? די זעלבע פראבלעם חזר'ט זיך איבער ביי נאך פון זייערע ארטיקלן
כ'האב עס באמערקט ביי די ארטיקל וועגן אוקראינע. יא, א גראבע טעות.
נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 3:59 pm
דורך בן תמליון
עס איז די צווייטע וואך און עס הייבט אן זייגן בכח. האט איר באמערקט גלויבער'ס ארטיקל איבער אוקריינע איז חדשים אלט? ער האלט נאך ביי יאנוקאוויטש אלץ פרעזידענט. אויך אנדערע ארטיקלען זענען חאפ לאפ גרייזיג. אויך וואס איז איהם אזוי וויכטיק די פרויען אינעם יו ען אסעמבלי בילד אז די פרומע זאלן האבן וואס צו שרייען? בכלל פעלט שעפערישע ארטיקלען, קאפי און פעיסט איז נישט קיין קונץ.
לאמיר האפן עס וועט גיין צו בעסערונג.