בלאט 6 פון 6

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 11:33 pm
דורך zurich
יא ס' טאקע א גיטע ארטיקל עס האט מיך דערמאנט די אלטע גיטע צייטן ווען שימעלע איז געוועין בתקפו

נשלח: זונטאג יולי 20, 2014 1:26 am
דורך משבק
יא דעם חודש איז ער סאליד !! און דעם אויסערגעווענליכן ארטיקל איבער סאמאליע נוצט ער דאס ווארט "צויאכמערט " !! ...נישט שלעכט

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
געוואלדיג דעם חודש! די ארטיקל(ען) פון די קאוד ווערטער איז זייער שפאנענד!
ווערד דאס געלט צו קויפן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 1:45 pm
דורך קרעקער
בילד?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:03 pm
דורך ונבנתה העיר
דעם חודש באשרייבן זיי א גאר אינטערעסאנטע שפיאנאזש געשיכטע פונעם קאלטן קריג [בכלל ווייסן מיר דאך אז אמת'ע שפיאנאזש געשיכטעס איז נאר געווען ביי אמעריקא ווס. רוסלאנד] 'דער ביליאן דאלער'דיגער שפיאן', עס קומט זיך זיי קרעדיט - דער בוך איז ערשט לעצטענס ערשינען.

עכ"פ ברענגען זיי דעם בילד [וואס ערשיינט אינעם בוך] ווי טאלקאטשעוו ווערט ענדליך פארכאפט דורך די קעי דזשי בי אינדרויסן פון מאסקווע אין 1985.

מיין פראגע איז: וואו קומט אן ענגליש-שפראכיגן סטאפ סיין אין מאמע רוסלאנד?

בילד

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:13 pm
דורך רויטע וואנצעס
Almost all of Europe, including e.g. France, Greece, Russia, Serbia and Spain except Turkey, use stop in Latin letters.
wikipedia

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2015 11:20 pm
דורך ונבנתה העיר
אך, כ'האב שוין געהאלטן אינמיטן א זאפטיגע קאנספיראציע...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 1:07 am
דורך petergrifin
ונבנתה העיר
דעם חודש באשרייבן זיי א גאר אינטערעסאנטע שפיאנאזש געשיכטע פונעם קאלטן קריג [בכלל ווייסן מיר דאך אז אמת'ע שפיאנאזש געשיכטעס איז נאר געווען ביי אמעריקא ווס. רוסלאנד] 'דער ביליאן דאלער'דיגער שפיאן', עס קומט זיך זיי קרעדיט - דער בוך איז ערשט לעצטענס ערשינען.

עכ"פ ברענגען זיי דעם בילד [וואס ערשיינט אינעם בוך] ווי טאלקאטשעוו ווערט ענדליך פארכאפט דורך די קעי דזשי בי אינדרויסן פון מאסקווע אין 1985.


האפענטליך װעט ארויס קומען א מאװי/פילם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:19 am
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:דער שפאקטיוו דעם חודש האט אויך א גאר אינטערעסאנטער ארטיקל איבער אידענטיקעל צווילינגען וואס זענען געווארן אפגעטיילט הארט נאכ'ן געבורט און האבן זיך געטראפן יארן שפעטער, און מען האט געזען אז זיי זענען ממש אייניג.

דאס האט יאיר געשריבן איבער צוויי אהאלב יאר צוריק, פעברואר 2013. לעצטן חודש האבן זיי געהאט א ענליכן ארטיקל, אויך גאר אינטרעסאנט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 2:22 am
דורך שמעקעדיג
אין דעם יעצטיגן שפאקטיוו פון חודש חשוון, איז אויספירליך באשריבן די דראמאטישע, שפאנענדע געשיכטע מיט אן אמעריקאנער פילאט וואס איז אראפגעשאסן און געפאנגען געווארן אין וויעטנאם ביי די דעמאלסדיגע מלחמה, די מעשה איז א must read פאר ווער עס גלייכט די סארט שפאנענדע געשיכטעס וועלכע האלט איין דעם אטעם צו וויסן וואס האט פאסירט!

יישר כח שמעון!

נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 9:18 am
דורך ראוונע
א מעשה וואס וועט אייך האלטען געשפאנט פאר א לענגערע צייט
פרובירט אפאר מאל צו אנטלויפען
דאכט זיך פון די איינציגסטע פעלער וואס איינער זאל אנטלויפען פון וויעטנאמער געפענגעניש

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 5:50 pm
דורך [NAMELESS]
אין ענגליש