בלאט 6 פון 6

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:16 pm
דורך אייז קריעם
הרב דיפפ, עס איז נישט וואס איר מיינט. דא קען מען נישט שרייבן פ מיט א פינטל.

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 1:20 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
שמעקעדיג: כ'פארשטיי די חשבון פונעם צווייטן טאג ווייל ס'ערב שבת, דעם ערשטען טאג נאך חצות איז שוין דינא רפיא, ווי אזוי האט דער רבי זיך נוהג געווען צו זאגן דעם ערשטן טאג נאכן דאווענען? "ס'שווערסטע שוין אריבער"

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2018 12:51 pm
דורך נקודת-אמת
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אויב מען רעדט שוין פון קל וחומר...

מה דאך מיין טאש ווי דו טארסט נישט אריינלייגן די האנט און ארויסנעמען געלט מעג איך יא...
דיין טאש ווי דו מעגסט יא מעג איך אוואדאי...

פלעין יודיש האט געשריבן:דיו לבא מן הדין להיות כנידון

ואני שמעתי אומרים, אז אויף אזא קל-וחומר

בעטן מיר יעדע מוצש"ק "סלח נא על קל וחומר..."

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 11:34 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אין די מגילה, פרק א' פסוק י"ב... שטייט... וַיִּקְצֹף הַמֶּלֶךְ מְאֹד, וַחֲמָתוֹ בָּעֲרָה בוֹ דער קעניג האט זיך אויפגערעגט און זיין שוויגער איז געוועהן בערה בו...

און אין פרק ז' פסוק י'... שטייט... וַחֲמַת הַמֶּלֶךְ, שָׁכָכָה די שוויגער פון קעניג איז געוועהן שככה...

איז יעצט די שאלה ווי אזוי האט זי געהייסען בערה בו אדער שככה?

אינמיטען לייענען די מגילה איז מיר איינגעפאלען א תירוץ...

אין פרק א' פסוק ט'... שטייט... גַּם וַשְׁתִּי הַמַּלְכָּה, עָשְׂתָה מִשְׁתֵּה נָשִׁים ושתי איז געמאכט געווארען פון צוויי פרויען, און זיי זענען געוועהן די צוויי שוויגערס

נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2018 7:19 pm
דורך כלבאשבוע
עניני דיומא

נשלח: מיטוואך מערץ 07, 2018 10:07 am
דורך וואלווי
כלבאשבוע האט געשריבן:עניני דיומא

מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען, זעט אויס ר' משה האט נישט גוט ארויס געהאט די "מעלטינג פאט" פון אשכנטוזים און ספאראדים, א ספרדי בלייבט א ספרדי אפילו מיט א מערסעדיס אין דיעל, און א אשכנזי בלייבט אן אשכנזי אפילו אין ארגענטינע.

לעצם הענין, פארוואס זאל די שואל נישט זיין גערעכט? אזוי ווי מ'מאכט מכירת חמץ, אדער פארשידינע היכי תמצא'ס וועגען פארדינען געלט אין שבת אדער בימי אבלות ר"ל. ווי נעמט דער משיב די חילוק פון גוף ונשמה בכלל, מנהג המקום דארף מען מקיים זיין נישט קיין חילוק צו ווי די נשמה איז מקושר, הלכה האט גארנישט מיט חסידישע ב"ש.

ס'איז אזוי ווי די היץ וואס דער ירושלים'ער רב (קרעדיט דג"א) האט געכאפט פאר זיין היתר מכירה ביי שמיטה. אין כל התורה כולה נוצט מען כל מיני היתרים פון היתר עיסקא'ס ביז מכירת חמץ וכו' וכו', נאר ער ברוב גאונותו וצדקתו האט נישט געמעגט.

ארטאדאקסיע! קומט'ס אריין קלאר.זענען די היתרים בעלאני אדער קראנט.

Re: נארישע גאונ'ישע קשיות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2018 1:50 am
דורך אונטער חכם
וואלווי האט געשריבן:

כמה קולמוסין כבר נשתברו על זה אויף די חילוקים צווישן די אלע היתרים, קען זיין אז דו האסט קושיות אויף די חילוקים אבער פון דיין תגובה קוקט אויס כאילו עס איז עפעס א נייע טענה.

אגב , די תגובה שמעקט פון ראסיזם.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 08, 2018 2:51 am
דורך וואלווי
אונטער חכם האט געשריבן:

יא, דו לייענסט גוט. די נקודה איז נישט די פשעטעל וואס פרעגט אפ איין היתר אדער דער פשעטעל וואס באשטעטיגט א צוויטס. די פראבלעם איז די "pick and choose" צוגאנג ווען א היתר מכירה איז עכט און ווען ס'איז נאר א טריק לערבב השטן. ס'איז העכט צייט צו דיסיידען, אויב נישט קען מען זיין ריפארמער פאר דעם פיקי עטיטוד.

אונטער חכם האט געשריבן:אגב , די תגובה שמעקט פון ראסיזם.

בכלל נישט. אדרבה, איפכא מסתברא, כ'געוואלט ארויס ברענגען פארקערט אז די ספרדי וועט אייביג אויס זען ווי א ספרדי אינ'ם אשכנזי'שענס אויגען, וכן להיפך. איך האב דוקא געמיינט צו מרמז זיין אויף אונזער באהאלטענע (אדער אפענע?... ) ראסיזם.

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 7:50 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ברשות דעם רבי'ן מיינט נישט "מיין" רבי, נאר עפעס א רבי בן בלי שם, און בכלל זענען זיי דאך די "מנהיגים" איז שייך צו נעמען רשות ביי זיי; אבער פאר א גדול בישראל צו זאגן "מורי ורבותי" פאר זיינע תלמידים (בפרט נאכאנאנד) איז א פאלשע אויסדרוק און אן ענוה פסולה.
ווי לענגער די דעבאטע פארציעט זיך, האב איך מורא אז מיין שאלה איז מער גאונ'יש ווי נאריש ;)

שמעקעדיג: איך האלט אז פאר א רב צו זאגן פאר דעם עולם מורי ורבותי איז יא זייער שטארק אין פלאץ. ווייל אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה אין מס' אבות אז ר' יוחנן (טאמער איז עס געווען ריש לקיש אדער ר' יהודה בן בתירא, וועט שוין ליטוואק פארבעסערן...!)האט געזאגט אז ער האטציך א סאך געלערנט פון זיינע חברים ..."ומתלמידי יותר מכולם...!

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 9:26 am
דורך שמעקעדיג
אה, ר' בערל, דערמאנסט מיר אלטע דאגות...

פשט פון די אויסדרוק ומתלמידי יותר מכולם איז געזאגט געווארן ביי א רבי'ן וואס לערנט תורה מיט די תלמידים און ווען זיי פרעגן אריין אינמיטן שיעור, טוט דאס קלארער מאכן די סוגיא, אבער נישט ביי א רבי'ן פון א חסידות וואס פירט טיש און האלט דרשות אקעגן טעכנאלאגיע וכדו' אדער זאגט סך הכל א חסיד'ישע תורה ביי שלש סעודות וואס קיינער פון די חסידים האבן נישט די העזה צו טראכטן אנדערש, והבן.

צוריקקוקנדיג צום דעבאטע אויבן, זעה איך אז מען האט שוין דאס געפרעגט און געענטפערט
viewtopic.php?p=320747#p320747

נשלח: זונטאג מערץ 11, 2018 9:38 am
דורך שמעקעדיג
גאלד האט געשריבן:איז מען יוצא משלוח מנות אויב מ'שיקט מיט א דראון

ניבא ולא ידע מה ניבא. דאס יאר איז ארומגעפארן א קליפ ווי איינער שיקט משלוח מנות מיט א דראון :)