בלאט 6 פון 13
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 12:58 pm
דורך BAL TSHIVA
The mothers of the kidnapped boys were by Harav David Abuhatzeira, he said that if 3,000,000 candles are lit this shabbos there will be good news regarding the boys. Send this message to at least 20 people and each should light 2 candles.
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 1:16 pm
דורך בר דעת
עס איז וואונדערליך ווי די מאמע, רחל פרענקל, איז ממש א רחל אמנו, קול ברמה נשמע, נהי בכי תמרורים, רחל מבכה על בניה כי איננו, מאנה להנחם על בניה כי איננו " זי רעדט גרויסע רייד פון חיזוק ובטחון און געהאט די גבורת הנפש צו זאגן יעצט, מקדים זיין רפואה למכה אז אפילו אויב חלילה מען וועט אים נישט טרעפן זאל מען נישט האבן טענות כלפי מעלה. זאל נאר מקויים ווערן סיפא דקרא "כה אמר ה' מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה כי יש שכר לפעלתך נאם ה' ושבו מארץ אויב "
עס זעהט אויס אז זי האט טאקע עובר געווען אויף די שלש שבועות אבער איז געבליבן פעלזן פעסט באמונה שלימה וברורה. אשרי חלקה
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 5:59 pm
דורך יין שרף
BAL TSHIVA האט געשריבן:The mothers of the kidnapped boys were by Harav David Abuhatzeira, he said that if 3,000,000 candles are lit this shabbos there will be good news regarding the boys. Send this message to at least 20 people and each should light 2 candles.
....Ad Sponsered by Ner Mitzva Inc
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 6:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
C/p
Fathers of the 3 kidnapped boys went to Kretchniva rebbe. Said if 6 million chulent beans will be eaten for them there will be good news for the boys. Asking all to eat the most possible chulent this week & pass this message to 15 ppl. Besoros tovos & gut Shabbos
נשלח: פרייטאג יוני 20, 2014 7:12 pm
דורך יואב
ישמעאל הכהן האט געשריבן:C/p
Fathers of the 3 kidnapped boys went to Kretchniva rebbe. Said if 6 million chulent beans will be eaten for them there will be good news for the boys. Asking all to eat the most possible chulent this week & pass this message to 15 ppl. Besoros tovos & gut Shabbosre the boys. Asking all to eat the most possible chulent this week & pass this message to 15 ppl. Bsoros tovos & git Shabbes
כ׳האב מורא מיט אזא בונדל-פארלענדונג אקציע, וועט נישט איבערבלייבן ציונים וואס זאלן אנגיין מיט די זוכערייען.
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 2:51 am
דורך סאשי פיש
היינט אינעם ניינטען טאג גייט מען ווייטער אן מיט די זוכעריי,
און ראמלא איז פארגעקומען א פייער אויסטויש צווישען די אראבער מיט די צה״ל ווי איינס אדער צוויי אראבער זענען אומגעקומען.
קוקט אויף די בילדער צו פארשטיין וואס דארטען איז פארגעגאנגען. די ערד איז איין שטיק שטיין!!
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 2:59 am
דורך קליגער אינגערמאן
סאשי פיש האט געשריבן:קוקט אויף די בילדער צו פארשטיין וואס דארטען איז פארגעגאנגען.
געקיקט... פון די בילדער זעה עך נישט גארנישט אבער איך גלייב אז מ'שיסט נישט אימזינסט...
נשלח: זונטאג יוני 22, 2014 6:13 pm
דורך חזקיהו המלך
700 קינדער און קרית שמואל,

נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 12:15 am
דורך חזקיהו המלך
פרישע סחורה, מאטי זינגט משוך אויפען ראדיו אין ארץ ישראל, צי מעורר רחמים זיין פאר די בחורים,
וידיאו:
https://copy.com/MzBexVWUlgDc
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 1:54 am
דורך חזקיהו המלך
א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,
דא האט איר ס'ווידיאו:
https://copy.com/phrvo0Fmd8XX
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:35 am
דורך שבת אחים
חזקיהו המלך האט געשריבן:א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,
דא האט איר ס'ווידיאו:
https://copy.com/phrvo0Fmd8XX
געוואלדיג! שטארקע רייד ! ווען אלע אראבער אויף די וועלט וואלטן געוועהן ווי אים וואלטן מיר יעצט נישט געהאט די פראבלעם און נאך אסאך אנדערע פראבלעמען און קאפ וויי וואס די וועלט דארף זיך ספראווען טעגליך
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 2:43 am
דורך חזקיהו המלך
דער זשורנאליסט אהרן קליין אינטערוויאוט דער מחבר ה'יוא-טוב מחאמאד זהאבי, זונטאג אויף 970 am,
דא האט איר:
https://copy.com/08pgxHXWBxRS
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 11:38 am
דורך חזקיהו המלך
מייק האקאבי רעדט היינט אינעם כנסת:
ווידיאו:
https://copy.com/twkYXRthdYlg
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 12:37 pm
דורך BAL TSHIVA
Let's not forget to say tehilim
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 3:54 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:חזקיהו המלך האט געשריבן:א יונגטליכע מדינת ישראל אראבער האט געמאכט א יוא טוב ווידיאו אין שטיצע פין די אידישע פארחאפטע בחורים, ס'איז געגאנגען וויירעל אויפען אינטערנעט, ער האט באקומען טויט דראונגען פין אראבער, משטרת ישראל האט ארעסטירט אראבער פארען מאכען טויט דראונגען,
דא האט איר ס'ווידיאו:
https://copy.com/phrvo0Fmd8XX
געוואלדיג! שטארקע רייד ! ווען אלע אראבער אויף די וועלט וואלטן געוועהן ווי אים וואלטן מיר יעצט נישט געהאט די פראבלעם און נאך אסאך אנדערע פראבלעמען און קאפ וויי וואס די וועלט דארף זיך ספראווען טעגליך
אבער "הרב" ישראל מ. סופר --?( וסייעתו וועלן זאגן אז דאס איז אפיקורס'ישע רייד און אן ערליכער איד טאר דאס נישט הערן. אז ער האט געזאגט בשעת די מדינת ישראל ארמיי האט געווארט אריינצוגיין קיין עזה, ביי דעם מבצע "עמוד הענן", ווען מ'האט געזעהן ערליכע אידן מאכן מניינים און דאוונען שחרית, אז מ'טאר נישט קוקן אויף די בילדער ווייל ס'קען ברענגען מהרהר צו זיין בשבח פון די ציונים, וואס 'עט ער זאגן איבער אזאלכע "אפיקורס'ישע" רייד. איינס פון די צוויי. אדער ער, אדער איך בין נישט קיין איד. ווייל איך האב מיך מחיה געוועין קוקנדיג אויף די בילדער וויאזוי ערליכע אידן דאוונען בציבור. אויב עים שטעכט דאס , איז צריך בדיקה אחריו. אפשר שטאמט ער פון דייטשע, אדער אונגארישע גויים?!...

נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 5:29 pm
דורך פיינע קאווע
מי זה הרב ישראל מ. סופר ?
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 7:00 pm
דורך איך אויך
מ.ס.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
פיינע קאווע האט געשריבן:מי זה הרב ישראל מ. סופר ?
ער הייסט עכט מנשה פיליף. ער האט געשריבן פאר א לאנגע צייט (איך האב נישט געטשעקט לעצטנס.)

אין "די צייטונג" אונטער'ן נאמען הרב ישראל מ. סופר...

נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 1:24 am
דורך petergrifin
berlbalaguleh האט געשריבן:פיינע קאווע האט געשריבן:מי זה הרב ישראל מ. סופר ?
ער הייסט עכט מנשה פיליף. ער האט געשריבן פאר א לאנגע צייט (איך האב נישט געטשעקט לעצטנס.)

אין "די צייטונג" אונטער'ן נאמען הרב ישראל מ. סופר...

@berlbalaguleh

- 20140625_011630.jpg (77.95 KiB) געזען געווארן 2956 מאל
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 5:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער קדושת יו׳׳ט האט געזאגט אז יעדער פאר יאר דארף מען מאכען נאך א טיילונג, וכן נוהגים אצל נכדיו. כנראה די גבאים פון ק׳׳ש וועלען דארפען טוהן צו דער זאך נאכאמאל און מאכען א טיילונג צווישען די וואס לעכצען פאר נייעס און די וואס מאלען וואסער בבחינת קמח טחינא טחנית.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 6:40 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה הער איך נישט קיין אפדעיטס. די הארץ גייט אויס פאר די בחורים.
מען זוכט נאך? וואס נאך קען מען טאן? קיינער לאזט זיך נישט הערן.. אויסהאמערן עפעס א דיעל כאטש?
א פחד. אוי באשעפער העלף!
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:06 am
דורך סאשי פיש
אריינגייענדיג אינעם 13 טאג פונעם פארכאפונג, וואקסט די פחד איבער די שיקזאל פון די בחורים,
די זוכעריי גייט אן מיטען גאנצען שטארקייט נאכדעם וואס ביי א זיצונג אינעם זיכערהייט קאבינעט האט מען באשטעטיגט אז מען זאל זיך ווייטער באנוצען מיטען גאנצען כח וואס מען פארמאגט און זיך נישט פארלאזען נאר אויף די שפיאנאש באמטע,
היינט האט שמעון פרס זיך געטראפען מיט אבאמא - די פרעזידענט אבאמא האט אויסגעדרוקט זיין טיפע מיטגעפיל מיט די פארכאפטע בחורים, ״היינט נאכט טון אלע הערצער וויי מיט די דריי פארכאפטע סטודענטען וואס איינער פון זיי איז אן אמעריקאנער״ ״איך מיט די גאנצע אמעריקאנע רעגרונג זענען טיף צושאקעלט פון די מעשה און מיר דאווענען פאר זייער באפרייאונג״
מאנכע זאגן: אז קיינער לאזט זיך נישט הערן ווייל זיי זענען נאכנישט אנגעקומען צו זייער ציל און די בחורים זענען נאך באהאלטען ערגעץ אין די חברון געגענט, לאמיר האפען אז עס איז טאקע אזוי.
דאס האט מען היינט אויפגעהאגען אין טיימס סקווער-מאנהעטן צו ציען אויפמערזאמקייט.

- image.jpg (117.47 KiB) געזען געווארן 2732 מאל
יעצט צופרי אין ארץ ישראל זוכט מען ווייטער!

- image.jpg (312.39 KiB) געזען געווארן 2732 מאל
אין אנדערע נייעס האט סקוויירא רבי געשיקט דריי חלות פון זיינע י״ב פאר די משפחות פון די דריי בחורים דורעך די בית שמש מעיאר וואס האט געוויילט אויף א שבת אין סקוויירא שטעטעל.
נשלח: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:55 am
דורך ישמעאל הכהן
פערעס האט אויך גערעדט מיט אבאמא וועגן באפרייען פאלארד. און ס'דא באריכטן אז אבאמא האט באפוילן האלדער אריינצוקוקן דערינען