בלאט 6 פון 10
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 2:12 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:גאנצל איך בין מיט דיר, סך הכל האב איך געבעטן - אזוי ווי אונזערע ברודער אין אייוועלט - אז מען זאל אפטיילן נייעס פון השקפה.
יעדע מאל איך זעה מיט אנגסט עס איז דא עפעס נייעס אין דעם אשכול, קום איך אריין ליינען מיט א האפענונג פאר בשורות טובות, נאר כדי זיך אנצושטויסן יא סאטמאר ויואל משה נטורי קרתא אדער נישט... פאר א גוט יאר!
פארשטייסט מיין טענה? יעדע זאך האט זיך זיין פלאץ.
די סאטמארע קענען נישט שלאפען ראהיג ווען איינער שרייבט און טראכט אנדערש פון זיין דערצי ווען עס איז דברים של טעם אויף זייער שפראך
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:00 pm
דורך גאנצל
[tag]שמעקעדיג[/tag] נעם דיך נישט צום הארצן אז די געווענליכע נארמאלער פארשטענדליכער [tag]טיטאניק[/tag] ווערט פלוצים ווילד מיט ענטפערן חמיןדיג און שלא לדברדיג יורה כחץדיג און זוכט אנצוהאלטן אוועק צו פירן די אשכול
ער איז באמת א נארמאלע מענטש נאר וואס ?..............ער איז........ נו וואס ................... משוגע לאותו דבר ס'איז נישט ביי די צהלי ורוני פאליטיק ס'איז ביי יעדע מיינונג וואס א מענטש נעמט
קצרתי קצת והבן
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:13 pm
דורך טיטאניק
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 3:14 pm
דורך טיטאניק
גאנצל האט געשריבן:ביסט 100 % גערעכט כ'האב טאקע געטראכט מער ווי צוויי מאל פאר כ'האב דעס געשריבן אבער איך האב מחליט געווען אז אויף די וועג ווי זוי די נייעס ווערט איבערגעגעבן איז זייער נישט אויסגעהאלטן (נישט אלס סאטמאר ) האב איך געטראכט איינמאל מעיר צו זיין טאקע אין די נייעס אשכול
אבער איך האב שוין יוצא געווען מיינס און פון יעצט ווייטער וועל איך נישט דא מעיר זיין בל"נ
ספעשילי נאכדעם וואס איך זעי ווי זוי [tag]איחוד פעלד[/tag] האט אזוי לופטיג גענטפערט נישט געבעיסט אויף גארנישט
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 6:19 pm
דורך כוכב
לאליפאפ האט געשריבן:.
פאר ווער סכאפט איז דאס אויך א טייל פון די כינוס עקסטאז וואס האט אונז אנגעכאפט די לעצטע צוויי יאר שנוהגים לקבץ תחת כיפת השמים בכל חודש וחודש לאכול דעניש ולומר תפלת השלה ולכתחילה יהי' הרב וואקסמאן הנואם ובדיעבד אינו מעכב.
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 6:58 pm
דורך טיטאניק
מה ענין דעניש אצל עזה?
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך יוני 18, 2014 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:11 pm
דורך משולם טענענבוים
פין איי-וועלט: קרעפטיג האט געשריבן:תפוח האט געשריבן:נעם אראפ דיין קאפעלע. פארוואס דארף איך ליידן ווען איך גיי אויפן סויבוועי פון די שפיזיגע אויגן פון די ישמאלים
די בילדער זענען פארשפרייט איבער די וועלט.
אוי די בלוט פרעשור גייט מיר ארויף !
רבש"ע היט אונז פון אונזערע אויסלייזערס.
פין וואס די דייטשען האבען געטאהן אין די טויט לאגערען זענען אויך פארשפרייט געווארען, נו קענסט מיר אפשער זאגען וואס זיי האבען געליטען דערפאר, חוץ אז אמעריקא האט זיי געהאלפען זיך צי צירוק אויפבויען ?
א חוץ פין דעם, וואס טוען זיי דען ? ארעסטירען א פאר פאלעסטינער קרימינאלען און געבען זיי ציטרינקען כדי זיי זאלען נישט אויסגיין פין דארשט, וואסי די פראבלעם, מען טאר שוין נישט ארעסטירען פאלעסטינער, זיי מעגען טוהן וואס זיי ווילען, נאר רובאשקין מעג מען ארעסטירען פאר גארנישט אין פארנישט, נאר פאלארד מעג מען האלטען ארעסטירט פאר גארנישט אין פארנישט, הא?
אויסלייזער ? ניין זיי זענען נישט אונזערע אויסלייזער, דער באשעפער וועט אונז אויסלייזען פין זיי אויך, אבער טאמער דער גוי ווערט ווילד איז עס ווייל ער פיינט דעם איד, און דער איד לויט עים האט נישט קיין רעכט זיך צי אננעמען פאר זיך, ער ברויך זיך לאזען שפייען און די קאשע,
ניין, ס'נישטא קיין שום הלכה אז מען ברויך לאזען אראבער פארחאפען אידישע קינדער, אין מען ברויך טוהן וואס מען קען זיי צי ראטעווען, און אז ס'געפעלט נישט פאר'ן גוי, האט ער א ברירא צי אראפטאנצען פין א בריק,
די ישראל רעגירונג איז קארופטירוט, אוואדאי יא, האבען זיי אייגענע נגיעות, אוודאי יא, און סאטמאר איז אויך קארופטירט, און האבען אויך אייגענע נגיעות, זיי האבען גענומען סאטמארע רב'ס שיטה און עס געניצט פאר פאליטישע אינטערעסען, בשעת ווען זיי שלאגען זיך ארום פאר די בענקעל ווי ביליגע פאליטישענס, סאו קום אונז נישט לערנען וואס דער באשעפער וויל, ענק זענען נישט סאטמארע רב זצ"ל און ענק זענען נישט ווערד אים צי רעפרעזענטירען, גייטס קודם ארויס פין בג"ץ און פין אמעריקאנע קאורט, הערטס ענק אויף ארום שלאגען איינער מיטען צווייטען, און מסר'ן איינער דעם צווייטען, און נאכדעם וועט מען זעהן ווייטער, דאס האלט אויך אפ די גאולה, נישט נאר די איזרעיליס, פליצלונג ווען ס'קומט צי מדינת ישראל ווערען ענק גרויסע צדיקים, #היפאקריט
איך האב אויך נישט ליב די מדינה, אבער די וואס איך האב פיינט איז א מינדערהייט פין לינקע, און להכעיס'ניקעס, רוב מדינה זענען ערליכע דתיים, און מסורתיים, וואס גלייבען אין באשעפער, ס'איז א מינדערהייט וואס זענען די כופרים, וואס זיי פרובירען ארויף צי צווינגען זייער מיינונג אויף אנדערע אבער ס'וועט זיי נישט גיין און זיי וועלען אונטערגיין, די גאנצע מדינה פין די פרייע ציוניסטישע שטאנדפונקט איז א קאלאסאלע דורעכפאל, פין זייער פלאן צי אפפירען כלל ישראל איז גארנישט געווארען, די ספרדישע קומען צירוק אין די מיליאנען, אידען טוען תשובה, אידען ווערען נענטער צים באשעפער, ווען הרצל שטייט היינט אויף אין זעהט וואסי געווארען פין מדינה ישראל גייט ער גלייך צירוק אין קבר, ארץ ישראל איז פיהל מיט אידען וואס האבען ליב דעם באשעפער, אין זענען מער ערליך ווי אסאך סאטמארע וואס חוץ האסען די מדינה ווייסען זיי נישט פין קיין אנדערע מצוות, אין זיי האבען מער פיינט מדינת ישראל ווי די דייטשען, אין וועלען ענדרעש פארען מיט לופטהאנזא ווי מיט אל-על,
און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:05 pm
דורך טיטאניק
משולם טענענבוים האט געשריבן:און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,
משולם, איך בין מסכים מיט יעדע אות וואס די האסט געשריבען, יעדעס אות איז גין גאלד!!!
און משולם דערשרעקט דיר נישט אז מען גייט דיר יעצט אנשרייען "
העי משולם! שריי נישט!" "
די דארט טענענבוים הער אויף צי שעלטען" "
דער משו' ניק איז דאך סתם א ווילדער ניק וואס נעמט צו די מנוחה פון די רואיגע קאווע שטיבעל" "
טענע פארוואס צושטערסטו אונזער מנוחה" "
מען זוכט נייע אחראים עמערדשענסי!!!!! (קען איינער אריבערקומען פון אייוועלט צו ראטעווען די מצב דא פון די אפיקורסים רח"ל?)"
די אלע צעקות גייט יעצט קימען צי פליען פון אלע זייטען, כאטש דו האסט נישט געשריגען, דו האסט נישט געשאלטען, דו האסט נישט פארפירט, נאר פשוט גערעדט זייער צי די זאך, און זייער צים פינטעלע
די אורזאך פון די אלע מחאות איז איין זאך, איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, נישט קיין חילוק וועלכע פראקציע ער איז, און אין וועלכע בית החיים ער האט א חלקה, יעדער סאטמערע מיט א לאנגע בארד מיט א קנאבל בארד, א געשעווטע בארד, שטאפענע היט פלאטשיגע היט, קיין חילוק ניקס, ביי יעדער סאטמערער ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות וואס דאס נידעל שלאפט בדרך כלל און עס שטעכט נישט, אבער דאס נידעל איז זייער סענסעטיוו צי די נושא פון די שיטה און צי דער רבי זכותו יגען אלייני, און איינמאל איינער רירט צי צי די ענינים, טיט זיך דאס נידעל אויפוועקען, און ווען דאס וועקט זיך אויף נעמט זיך דאס שטעכען געפערליך ממש מיט א רשעות, ווען איינער אין זייער געגענווארט רעדט די סארט שפראך וועגען די מדינה, דער נידעל כאטש ער איז פיצי קליין און בדר"כ שלאפט ער טיף, אבער די דערמאנסט די ווארט שיטה וועט זיך דאס נידעל אויפגעבלאזען און זיך נעמען שטעכען אן קיין רחמנות ממש ביז סכנת נפשות,
אבער גיי זאג אז די האסט א נידעל אין די מחילה און די נעמסט עס נישט ארויס, גיי זאג אז די ביסט אזא בהמה.... ניין דו קענסט עס פשוט נישט טון פאר די אייגענע דיגנעטי, דערפאר שרייט מען אז די סיבה פארוואס איך שריי און ווייל טיטאניק אדער משולם אדער בערל שטערען די מנוחה דא, נישט גאנצעל שטערט און קייט איבער ככלב שב על קיאו 150 מאל כאטש מען איז שוין לאנג פארפארען פון די נושא, קימט ער צוריק ווי א משלחה וחוזרת אפילו מאה פעמים און אטאקירט ווייטער אז מען נעמט אוועק די מנוחה, איי קיק אויף די אשכול ווער עס שרייט די ערשטער, ניתי אשכול ונחזה וויפיל מאל איך האב דאס פראבירט אפצישטילען און דער גאנצעל אדער אנדערע פאנאטיקער סאטמעריסטען הייצען עס פון פריש אן ווייל דער נידעלע שטעכט,
חברה, מיר לעבען היינט אין אפענע וועלט, א וועלט וואס סענדער דער דיישט קען מער נישט פארקויפען אז די איזראעלס שעכטען יעדען טאג פאר פרישטאג 700 אראבישע קינדער בני שנה, און עזריאל גליק איז שוין טיף אין די ערד און קען מער גארנישט אנדרייען, עס איז צייט ארויס צי קריכען פון די באקסעלע אין וואס מען האט ענק אריינגעשטיפט, איר זענט קליגער פון דעם!, זייט אייך מטריח אזוי פיל, שעמט אייך נישט און גייט און שלעפט ארויס די נידעל איינמאל פאר אלעמאל הערט אויף צי רעדען און שרייען נאן סענץ און דערנאך זאגען אז "יענער שרייט, איך בין ליבעראל אבער יענער נישט" געניג!!!!!
לא באתי להתערב, באתי לחזק
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:37 pm
דורך קענער
היי
בשיטה איז דא א גרויסער ציבור וואס האלט ווי טיטאניק משולם וחביריו לא אלמן ישראל
און עס איז דא א גרויסע ציבור וואס האלט ווי גאנצל שמעקעדיג שרייבער וחביריו
יעדער איז בארכעטיגט צו האבן זייער אייגענע מיינוג און שיטה און אפילו עס זאגן בפה מלא
אבער פון זאגן די אייגענע מיינוג ביז שרייען אז יענער איז זירא-נול-אפס דאס איז לדעתי א נישט ריכטיגע זאך
אדער ווען דו שרייסט איז עס אקעי אבער ווען יענער ענפערט צוריק, מאכט מען אים שטיל מיטן זיך נעמן שרייען אז יענער נעמט צו די מנוחה - דאס איז נישט מוצדק נישט מאראליש און נישט יושר'דיג
די וועלט איז נישט דיין פריוואטע שטח, און זיכער נישט יענעמס מיינוג\קאפ\פעדער\קי באורד, פארוואס לאזטו נישט יענעם זאגן זיין מיינוג?
אלץ א מעמבער אין די מענטשליכע-וועלטס-פאפולאציע האט ער די זעלבע רעכט ווי דו און דו האסט נישט קיין רעכט אים צו דערשטיקן אויף סיי וועלכע אופן, צו מיט כח צו מיט מח- לאז!
אגב אורחא מיט דעם וואס מען מאכט שטיל יענעם'ס קול ווייזט מען אז יענער "זאגט עפעס (!)" און זיינע ווערטער שאקלן אויף די ערד אונטער דיינע פוס און עס מאכט דיר אומזיכער מיט דיין שיטה - ווייל אויב נישט פארוואס ווערסטו אזוי ווילד?
רבותי, איר זענט לענגער דא ווי מיר, אבער א עצה טובה קען מען ניצן אפילו פון א גאסט, קאווע שטיבל איז א גוט פלאץ ווי מען גיבט יעדעם די מענטשליכע רייטס, האלט אייך דערצו און לאזט יעדעם רעדן רעספעקפול
סליחה אם ציערתי כאן מישהו, זה לא כוונתי
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:10 pm
דורך קאך_לעפל
טיטאניק האט געשריבן:משולם טענענבוים האט געשריבן:און כ'מאך נישט אוועק גאנץ סאטמאר, ווייל ס'דא און סאטמאר אסאך אסאך גאר ערליכע און וואוילע בעלי בתים, אין כ'רעספעקטיר זיי זייער, נאר ווען ס'קומט צי די מדינה ווערען אסאך ציחושט, און קענען נישט טראכטען גלייך, העי קאמאן, ענק זענען אויך נישט פערפעקט, הערטס אויף צי שפילען צדיק,
משולם, איך בין מסכים מיט יעדע אות וואס די האסט געשריבען, יעדעס אות איז גין גאלד!!!
און משולם דערשרעקט דיר נישט אז מען גייט דיר יעצט אנשרייען "
העי משולם! שריי נישט!" "
די דארט טענענבוים הער אויף צי שעלטען" "
דער משו' ניק איז דאך סתם א ווילדער ניק וואס נעמט צו די מנוחה פון די רואיגע קאווע שטיבעל" "
טענע פארוואס צושטערסטו אונזער מנוחה" "
מען זוכט נייע אחראים עמערדשענסי!!!!! (קען איינער אריבערקומען פון אייוועלט צו ראטעווען די מצב דא פון די אפיקורסים רח"ל?)"
די אלע צעקות גייט יעצט קימען צי פליען פון אלע זייטען, כאטש דו האסט נישט געשריגען, דו האסט נישט געשאלטען, דו האסט נישט פארפירט, נאר פשוט גערעדט זייער צי די זאך, און זייער צים פינטעלע
די אורזאך פון די אלע מחאות איז איין זאך, איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, נישט קיין חילוק וועלכע פראקציע ער איז, און אין וועלכע בית החיים ער האט א חלקה, יעדער סאטמערע מיט א לאנגע בארד מיט א קנאבל בארד, א געשעווטע בארד, שטאפענע היט פלאטשיגע היט, קיין חילוק ניקס, ביי יעדער סאטמערער ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות וואס דאס נידעל שלאפט בדרך כלל און עס שטעכט נישט, אבער דאס נידעל איז זייער סענסעטיוו צי די נושא פון די שיטה און צי דער רבי זכותו יגען אלייני, און איינמאל איינער רירט צי צי די ענינים, טיט זיך דאס נידעל אויפוועקען, און ווען דאס וועקט זיך אויף נעמט זיך דאס שטעכען געפערליך ממש מיט א רשעות, ווען איינער אין זייער געגענווארט רעדט די סארט שפראך וועגען די מדינה, דער נידעל כאטש ער איז פיצי קליין און בדר"כ שלאפט ער טיף, אבער די דערמאנסט די ווארט שיטה וועט זיך דאס נידעל אויפגעבלאזען און זיך נעמען שטעכען אן קיין רחמנות ממש ביז סכנת נפשות,
אבער גיי זאג אז די האסט א נידעל אין די מחילה און די נעמסט עס נישט ארויס, גיי זאג אז די ביסט אזא בהמה.... ניין דו קענסט עס פשוט נישט טון פאר די אייגענע דיגנעטי, דערפאר שרייט מען אז די סיבה פארוואס איך שריי און ווייל טיטאניק אדער משולם אדער בערל שטערען די מנוחה דא, נישט גאנצעל שטערט און קייט איבער ככלב שב על קיאו 150 מאל כאטש מען איז שוין לאנג פארפארען פון די נושא, קימט ער צוריק ווי א משלחה וחוזרת אפילו מאה פעמים און אטאקירט ווייטער אז מען נעמט אוועק די מנוחה, איי קיק אויף די אשכול ווער עס שרייט די ערשטער, ניתי אשכול ונחזה וויפיל מאל איך האב דאס פראבירט אפצישטילען און דער גאנצעל אדער אנדערע פאנאטיקער סאטמעריסטען הייצען עס פון פריש אן ווייל דער נידעלע שטעכט,
חברה, מיר לעבען היינט אין אפענע וועלט, א וועלט וואס סענדער דער דיישט קען מער נישט פארקויפען אז די איזראעלס שעכטען יעדען טאג פאר פרישטאג 700 אראבישע קינדער בני שנה, און עזריאל גליק איז שוין טיף אין די ערד און קען מער גארנישט אנדרייען, עס איז צייט ארויס צי קריכען פון די באקסעלע אין וואס מען האט ענק אריינגעשטיפט, איר זענט קליגער פון דעם!, זייט אייך מטריח אזוי פיל, שעמט אייך נישט און גייט און שלעפט ארויס די נידעל איינמאל פאר אלעמאל הערט אויף צי רעדען און שרייען נאן סענץ און דערנאך זאגען אז "יענער שרייט, איך בין ליבעראל אבער יענער נישט" געניג!!!!!
ממש הפלא ופלא:
דער גרויסער אינטערגעזינקענער שיף דמתקריא טיטעניק בלע''ז, איז א ריכטיגע ציטיילטע נשמה נעבאך, מען מיז ליידער ציקימען צו די מסקנה, אז דאס מיטער זיינער וואס האט אים געבוירען איז געווען א פיינע הארציגע אידענע, מיט א גאלדן הארטץ, מלא אהבה צו יעדע זאך וואס רעפאזענטירט ג-ט'ס געשטאלט, משא''כ דער פאטער זיינער איז געווען ממש א מענטשען פרעסער, וואס האט געהאסט יעדע באשעפעניש וואס האט נאר א רוח חיים, אדער פארקערט גאר.
פון איין זייט איז דער אינטערגעזינקענער מלא אהבת ישראל, זיין הארטץ איז ווייעך וואו א שאכטעל פיטער, וואס מען האט אקרושט ארויסגענימען פון אויבן, ממש מלא רגש ואהבה.
פון דער צווייטער זייט איז ער א זעלבס מענשטהייט פיינט, וואס מען האט זעלטען ווען געזען אפילו ציווישען די נאצישע געזעלטשאפט.
די ציונים די דאזיגע וואס האבן געהאט א יד אין די בלוטיגע רציחות, וואס די נאצישע בארבארען האבן דירך געפירט אין די מלחמה יארן, האט ער ליב מיט אהבה שאין בדגמתו, ער שעצט זיי און רימט זיי עד לב השמים, אדש ביז זיי אנריפן שליחי דרחמנה גאר.
און ערליכע יודן וואס האלטן זיך ביי די הייליגע אמונה, אין גלייבען אינעם הייליגען באשעפער, און זיין הייליגע תורה, האט ער פיינט, מיט אזא מין שינאה, וואס דערמאנט גאר דער גמרא אין פסחים, וואו ר''ע האט געזאגט ווען איך בין געווען א עם הארץ, האב איך יעדען ת''ח געוואלט צירייסן וואו א פיש. דער האס און שנאה וואס דער אינטערגעזינקענער האט צו די ערליכע יודן, בלויז צילוב דעם חטא פון באלאנגען צו סאטמאר, פארשעמט נישט די מענטשען פרעסער פון די אפריקאנער דשאנגאלן, און די רעדאקטירן פון דעם נאצישען שטורימער. ממש לא יאומן.
זאל דער הייליגער באשעפער ארייין שיינען אביסל נארמאלקייט אין דעם צושפאלטענעם נשמה, פון דעם אינטערגעזינקענעם טיטעניק, און מיר זאלן ווייטער קענען נהנה זיין פון אים, און פון זיינע ליכטיגע פענע, אמן ואמן.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:28 pm
דורך משולם טענענבוים
קאך_לעפל, אפשר זאגסטו מיר ווער די "ציונים" זענען, די "ציונים" פין וועם דו רעדסט זענען שוין לאנג אין קבר, חוץ א מינדערהייט פון לינקע און אפאר להכעיס'ניקעס, איז נישטא קיין ציונים, נישט יעדער וואס גייט מיט א כיפה סרוגה איז א ציוני וואס האט געהאלפען די נאציס, העלאו וועק דיר אויף, די ציונים זענען א פארגאנגענהייט, אין דאס וואס זיי האבען געוואלט מיט די מדינה האט זיך זיי נישט אויסגעארבעט, סאו וואס האקסטע אין קאפ מיט ציונים, חוץ פאר א פאר סאטמארע וואס קענען זיך נישט געזעגענען פון ציונות ווייל ס'איז זיי געשמאק צו עסען טשולענט און האקען אויף יענעם, איז שוין כמעט נישט דא אזא זאך ווי ציונים, עכ"פ נישט די סארט וואס דו שעלטסט אז זיי האבען געהאלפן די נאציס און אפגעפירט א חלק כלל ישראל,
רוב מדינת ישראל באשטייט פין דתיים אין מסורתיים וואס האבען א הארץ פאר אידישקייט, אין גלייבען אין באשעפער, ווען סאטמארע רב זצ"ל וואלט היינט געלעבט וואלט ער געווען ביזי מיט די היינטיגע נסיונות, נישט מיט "ציונים", סאו האק נישט אין טשייניק מיט "ציונים",
און טיטאניק האט נישט פיינט ערליכע אידען, ס'באדערט אים פשוט אז ס'דא אידן וואס האבען פיינט אנדערע אידן, סתם ווייל 50 יאר צוריק זענען געווען ציונים, און וויבאלד זיי גייען צי בחירות אין ממילא האבען זיי געהאלפען די נאציס און בלא בלא בלא .....
און כ'וועל דיר זאגען ס'אמת, איך פאר מיר האב בכלל נישט פיינט סאטמאר, ביז ס'קומט צי ציונות זענען זיי פין די נארמאלסטע חסידישע קהילות, נאר ווען ס'קומט צו ציונות, דארף מען וואטשען מיט זיי,
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 4:48 pm
דורך קאך_לעפל
א ציוני מיינט: עמיצער וואס האלט אז מען קען זיין א יוד, אן האלטן תורה ומצוות, פונקט וואו דער פראנצויז איז שטאלץ מיט זיין נאציאנאל, מיט זיין שפראך, מיט זיין לאנד, מיט זיין מיליטער, די זעלביגע איז אויך ביי כלל ישראל, ער האט א לאנד, א שפראך, א מיליטער, דאס מאכט אים פאר א יוד, ח''ו דאס מיינט א ציוני.
און דאס איז כפירה בה' ותורתו, און יעדער וואס האלט אזוי, איז א כופר בה' אלקי ישראל. דאס איז נישט ווערטער פון סאטמאר זי''ע, דאס איז וואס הגאון רבי אהרן קאטלער ז''ל, האט געשריבען אין א בריוו פארן ראש הממשלה דוד בן גיריון ימ''ש, בנוגע דעם חוק מי "מי יהודי" און עס איז געדריקט אונעם בוך זכרונם פון ח''כ אברהם ראוויץ.
דער הייליגער מהר''ל שרייבט אין זיין ספר נצח ישראל, אז איינער וואס לייקענט אין גזירות הגלות, איז א כופר בה', און גייט קעגען די גזירה פונעם הייליגען באשעפער, גיין קעגען דעם גזירות הגלות איז ביהרג ועל יעבור, און אזוי האבן געהאלטען אלע ערליכע יודן, און אלע רבנים וגאונים זי''ע.
און איינער וואס האלט אז כלל ישראל איז א פאלק ווי אלע פעלקער, אפי' מען האלט נישט תורה ומצות, בלויז ווייל מען האט א לאנד, א מיליטער, און א פאלק. גייט קעגען די גזירת הגלות, קעגן דעם מפני חטאינו גלינו מארצינו, און ער איז א כופר און א מין, און ער איז מנסך וויין.
סליחה פארן שרייבן בקיצור.... ועוד חזון....
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:00 pm
דורך משולם טענענבוים
די מאכסט א סטארי, רוב ארץ ישראל האלט נישט אז די לאנד מאכט זיי פאר א איד, רוב ווייסען אז א איד ברויך צי האלטען תורה ומצוות, רוב אידען וואס זענען און ארץ ישראל זענען אהין געגאנגען ווייל זיי האבען נישט געהאט ערגעץ אנדרעש צי גיין,
אפילו די לינקע פאסען שוין נישט אריין אין דיין קאטאגאריע, זיי האלטען זיך כמעט נישט פאר אידען, די גאנצע אישו פין וואס די רעדסט איז געווען יענע צייטען וועט די ציוניסטישע טאטעס האבען געוואלט אוועק שטעלן די ציוניסטישע געדאנקען גאנג, און די גדולי ישראל האבען געהאלטען און מיט רעכט אז די השקפה איז נישט אויסגעהאלטען ע"פ תורה,
רוב לאנד היינט ווייסט אז מען איז נאך אין גלות, אין אז א איד דארף היטען תורה ומצוות, נישט יעדער היט אלעס אבער נישט מתוך "שיטה" , סאו די האקסט א טשייניק, דעי באשעפעניש פין וואס די רעדסט איז כמעט נישט בנמצא, דאס איז שוין חוץ המעשה אז די ביסט שוין מודה אז וועם די ריפסט היינט ציונים האבען נישט געהאלפען די נאציס .... נאר ביסט אויפגעקומען מיט א צווייטע פשט עפעס וועגען א פראנצויז......
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:07 pm
דורך קאך_לעפל
לאמיר פראבירן נאכאמאל:
אויב עמיצער האלט און ער איז שטאלץ און ער איז מחזק און ער אידענטיפיצירט זיך מיט א לאנד, מיט א ממשלה, וואס שטעלט זיך פאר אלס ככל הגוים בית ישראל, כלל ישראל איז א פאלק וואו אלע פעלקער אפי' מען האלט נישט קיין תורה ומצות, איז א הולך נגד גזירת הגלות, און ער איז א מורד במלכות שמים. און די היינטיגע ממשלה וואלט פונקט אזוי מפקיר געווען אידיש בלוט, אזוי ווי זייער פארגייער ביי די צווייטע וועלט מלחמה. ביי זיי איז די נאציאנאל, די מדינה א סאך העכער ווי אידיש בלוט...............
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:11 pm
דורך תמים
קענער, איך פארשטיי ביזט א גאסט(???) אבער פאר דו נעמסט דיך די מיה צו עפענען א ניק און רעאגירן, קוק כאטש איבער די איינע אשכול אויף וואס די רעאגירסט, און טוה וואס איך האב געטוהן.
איך בין גראדע בכלל נישט קיין גאסט דא, איך בין שוין כמעט א קאווע שטיבל גרעדיועט. זכרנו את הדגה, אוי געדענק איך די גוטע צייטן דא, מי יתננו ירחי קופי, מיט [tag]כוכב[/tag] אינאיינעם טוה איך וויינען און בענקען (בדרך אגב: אונזער נייע "שטערן" אויפן האריזאנט אונזער שיין און די טונקעלע עתיד דא) ווער וועט אונז צוריקברענגען אזעלכע שכל הישר'ס ווי [tag]יידל[/tag], [tag]יאנקל[/tag], [tag]דעת תורה[/tag], איר מיינט טאקע אז [tag]שמעקעדיג[/tag] קען אליין? ווער וועט אונז צוריקברענגען די הומאר פון[tag]יואב[/tag], [tag]קופערניקס[/tag] ודעמי', ווער וועט אונז היילן מיט די מלוגמא יעדע מוצ"ש ווי [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag]? וןער וועט ריפלעיסן [tag]מאראנצןזאפט[/tag] מיט זיינע הערליכע באשרייבונגען, ווער וועט אונז געבן אויף יעדע זייט די איפכא מיסתברא ווי [tag]לעיקוואד[/tag], איך וואג מיך ניטאמאל צוריקצורופן דא א [tag]שרגא[/tag] צי א [tag]שליח[/tag], ווער וועט אונז שטענדיג אינטערטעינען און דא זיין צו יעדע צייט ווי [tag]זר זהב[/tag], און העולה על כולנה, איך האף אז נאר איך האב עס באמערקט, איז אונזער כרכא דכולא ביה, איש האשכולות, וואס יעדע תגובה זיינע האט מיך געמאכט לאכן און וויינען ציזאמען, אונזער באליבטע קרוין [tag]קאווע טרינקער[/tag] פארשווינדען געווארן???
עכ"פ איך בין שוין דא כמעט פון עפענונג, נאר זיך נישט גענומען די מי צו שרייבן, סיי ווייל איך בין אלעס חוץ א שרייבער און ס'קומט מיר אן טעכניש זייער שווער (און דעס איז איינע פון די סיבות אז איך שרייב יעצט, אמאל צווישן די לייבן דא איז מיר עס נישט עולה על הדעת געווען, מיין קאמפלעקס איז געווען געפערליך, אבער יעצט פיל איך ווי ס'איז ממש נישט דא פון וועם זיך שעמען)
לענינינו, הרב קענער. איך האב מיך דא גענומען די מי און דורך געבלעטערט די אשכול, כאטש איך האלט אז עס פארשמירט די אשכול און מדארף טוהן כדוגמת אייוועלט, מאכן א עקסטערע אשכול,
אבער למעשה, גאנצל ודעמי' זאגן סך הכל מיט די פולסטע רואיגקייט און קלארקייט זייער מיינונג, זיי אטאקירן נישט קיין ניקס, און אויך נישט די וואס האלטן אנדערש ווי זיי (עכ"פ דא ווען עס קומט צי סאטמאר רב, אבער ווען עס קומט צי זייער עכטע רבי ר' אהרן דארטן שיסן זיי כטיט היקר חבירינו אבער איז עס כאטש אין צימעס), ער זאגט סך הכל זיין תורה וואס ער איז אויפגעוואקסען, און פונקט ווי ישראל פריעדמאן פון יתד מעג באשולדיגען בנט מיט די דלי"ם און די מזרחיסטישע הרב ליאור מעג באשולדיגען די ממשלה, מעג דער סאטמארער באשולדיגען די ציונים, עס איז גארנישט מער עקסטרעם!! פון די אנדערע זייט קומט טיטאניק און רייסט גרויליג אראפ פערזענליך סיי סאטמארער רב, וואס די סאטמארע ניקס האבן נישט געטוה דא צו אגוד'יסטישע רבנים, סיי פערזענליכע ניקס, סיי א גאנצע קרייז פון טויזענטער יודן.
קיינער האט נישט קיין פראבלעם ווען עס קומט א יאיר צי ווער עס זאל זיין, צי אפילו א פאר הדור אדער ונבנתה, און נעמען זיך רעדן זאכן וואס איז געווען ביי אונז אפגעפרעגט, האסט א ברירה אדער ענטפער ווי א מענטש, אדער קוק נישט. און אז ס'איז צו שווער פאר דיר, גיי קיין אייוועלט ווי די הנהלה וועט זיכער מאכן עס צו באזייטיגען, און לייג אריין קאווע שטיבל אין די ליסטע פון וועבסייטס וואס דו נעמסט דיך אונטער יעדע פיר וואכן אז דו גייסט קיייינמאל מער נישט באזוכען. דעי מקום איז נתייסד געווארן מיט אנדערע צילן פאר אנדערע סארטן.
אבער סתם צו ענטפערן ווי א אומסטאבילע קינד און אטאקירן ווי א קליין קינד אין חדר, רעגט אויף יעדן דא, און קיינער איז נישט דא חושד יואב'ן מיט איבריגע אהבה צי עקסטרעמיזם, און אז דו האסט אים געמאכט עפענען זיין פענע האט עס א סיבה.
קוקענדיג יעצט משולם טענענבוים'ס תגובה ברענגט עס די בעסטע ארויס וואס איך מיין, כאטש ער אטאקירט גראדע יא סאטמאר, טוט ער עס מיט טעם און ברענגט ארויס נקודות שראוי לדון בהם, נישט סתם שיסן נידל, צמצום, בעק [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], און שיסן אויסגעזויגענע מעשיות וואס זיינע גרעסטע פיינט האבן די שטארקייט צו זאגן אז עס מאכט קיין סענס.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:30 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 5:55 pm
דורך תמים
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:16 pm
דורך גאנצל
ענטשולדיגט פאר'ן זיך אריין מישן אבער איך שטעל מיך צו צו אלע וואס בעטן אז מ'זאל נישט פארדרייען די אשכול
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳האט אונז באשאפען א סוגיא פון גזירת גלות, געטראפען א פאר מראה מקומות אין אגדה, און דערמיט אפגעווישען מענטשען פונ׳ם אידישע מפה!
אז מ׳וויל אפפסל׳ן אידען, נאך אזןי פיל קומט זיך זיי אויפצוווייזען מיט שכל און תורה אז ס׳איז ריכטיג. און בויען א שיטה הקדושה אויף אגדה איז ליצנות געמאכט פון דער גאנצע מהלך הפסק המקובל מפי פוסקים מדור דור.
פערזענליך האב איך א געפיל אז יעדער וואס לייגט זייער פלאץ אין דער וועלט אלס איינער וואס כלל ישראל הויערט אויף זיין פליצות, אז וואס ער טוט און וואס ער איז און וואס ער מיינט איז מער ווי סתם א איד, נאר ס׳רעפרעזענטירט ׳אידישקייט׳ אדער ׳תורה׳ אדער ׳עם ישראל׳איז חשוד על הרציחה. ער האט שוין געלייגט יעדער נגיעה זיינער אלס העכער ווי סתם מענטשליכער נגיעות.
ווען סאטמאר זאגט אז מ׳טאר נישט רעדען וועגען חלב אין מיל-מרט ווייל סאטמאר פארטרעט דער קעמף אויף ציונות און ממילא זיך שלאגען מיט זיי האט מיט ציונות איז פונקט ווי ציונים זאגען ׳רק בדם׳. אונזער ציל מאכט אונזער בלוט וויכטיגער. דאס איז גילטיג אויף ר׳ מלכיאל׳ס אויסדרוק ׳דער ישיבה מוז האבען א קיום׳ און ווען דער אגודה שווייגט וועגען מציצה בפה ווייל מ׳דארף היטען די קשרים מיט די בא׳אמטע.(עפען א צווייטע אשכול וועגען מציצה הפה צו הערען מיין מיינונג) דאס איז אויך ריכטיג ווען דער בני ברק פארטיי איז מחליט אז נאר זיי רטעווען ישיבות און כוללים, און ממילא דער וואס ברענגט זיי אונטער שטערט ישיבות און כוללים, און ממילא קען מען שוין פארמאכען זיין ישיבה און ארויסווארפען זיין שטיצער'ס פון כוללים.
סדנא דארעא חד הוא.
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:47 pm
דורך גאנצל
שוין אז ס'איז שוין סיי ווי פארדרייט די אשכול
דעמאלט נא אונז זען מיר אלע גרייט צו הערן הננו מוכן ומזומן וואס מיינט גזירות הגלות קודם אין פשוטע עברי טייטש אן קין מקורות נאר טרוקן אין אידיש
נשלח: דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:24 pm
דורך שמעקעדיג
טיטאניק האט געשריבן:איך וועל דיר מגלה זיין א סוד כמוס, ביי יעדע סאטמערע חסיד, ליגט זיי באהאלטען א נידעל צווישען די מחילות
ווילענדיג צי נישט, האסטו מודה געווען אז דו גייסט אין א סאטמארע מקוה, און אז דו האסט נישט קיין שמירת עינים אין מקוה!!