בלאט 6 פון 11
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:51 am
דורך עדיוקעטעט
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 10:06 am
דורך לאדיך אפ
דבילה האט געשריבן:געהערט פון א כלי שני:
הרב י"ז גיפס דומץ ווין ב"פ האט נעכטן נאכט ביים שיעור צוגעגרייט א טעקנישאן אויף די זייט און אזויווי די בעלעבאטים זענען אריין געקומען האט ער זיי געהייסן ווייזן די סמארטפאונס און דיסעיבלט די אינטערנעט...
וועלכע סמארט פאונס? אויב איז עס בלעקבערי און זיי האבן ארויפגעלייגט
היט דיינע אויגן קען מען זיי שיקן די סיריעל נומער (וועלכע מ'זעט ווען מ'דרוקט צוויי מאל אויפן בלעקבערי קנעפל
bb.png
און מ'וועלט אויס "GYE app". פון אונטען איז דt א סיריעל נומער. מ'אימעילט דאס צו
bb@venishmartem.com און מ'שרייבט אז מ'דארפ די פעסווארד ווייל איינער האט ארויפגעלייגט גארד יור אייס אן פרעגן, און ביז 24 שעה באקומט מען די פעסווארד צו אנלאקן די בראוזער און עפפ סטאר.
אויב האבן זיי ארויפגעלייגט
everylock דארף מען אימעילן
support@everyappmobile.com אויף אינסטרוקשענס וויאזוי עס צו אראפנעמען.
איז עס אן אייפאון וועלכע ארבעטן מיט רעסטריקשאנס, דאן איז שוין שווערער. זע
דא.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 10:09 am
דורך לעמיל
גייט איינער אנהייבען צו שטיין ביי די מקוואות אין טשעקן וועלכע פאונ'ס מ'האט? אפשר איז עס א גוטע איידיע פאר מהר"א פאר זיין נייע מקוה אין וויליאמסבורג
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 10:55 am
דורך משכיל
מסתמא וועט מען האבן א באזונדערע חלקה אין בית החיים צו לייגן די אלע פורצי גדר,
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:01 am
דורך זר זהב
ס'וועט נישט נעמען לאנג ביז מ'וועט זעהן דעם גאלאנטן שמש אינדרויסן פון זיין שול זיכן מנין. קאם אן! סיעף ג' איז סתם צודרייט, אינגאצן אויסלעשען ? וואס האט דאס מיט'ן כינוס ?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:18 am
דורך געפילטע פיש
אז די שאמעס שטייט שוין אין מקוה, קען מען אין איין וועג שוין טשעקען דעם עולם אויב מ'איז כשר גע'מל'עט, און אויב מ'האט נישט קיין חציצה, אויב יא איז מען דאך א פורץ גדר ל"ע, אין קאווע שטיבל קען ער זיכער מאכן אז קיינער טרונקט נישט אן א ברכה, און אז מ'נוצט נאר געפילטערטע וואסער, דערנאך קען מען זיך ארויסלאזן אויף די הייזער, אויב ווילסטו דאווענען דא מוז מען קודם טשעקן צי דיין שטוב איז אויסגעהאלטן און די באהאלטסט נישט אויס דארט עפעס א פורץ גדר, מ'וועט נאר טשעקן אויב די בעטן אין שלאפצימער זעמען גענוג ווייט אפגערוקט, און אויב דיין ווייב האט נישט ח"ו קיין דורכזיכטיגע שטרימפ. סוף טאג וועט מען זיך צאמנעמען אין צענטער פון שטאט און פארברענען אלע פורצי גדר על קידוש השם און מ'וועט טאנצען בר יוחאי ארום די פייער און ס'וועט זיין ליהודים. אזוי ארום וועט מען מקיים זיין דעם ובערת הרע מקרביך בתכלית ההידור און אונזער כלל ישראל וועט זיין א ריין לויטער אריאנישע ראסע. אמן כיה"ר.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:43 am
דורך משולם שטיינפעלד
קען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:52 am
דורך gehlungen
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:קען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:00 pm
דורך לעמיל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:קען איינער ערקלערן די ציהל פון אוועקשטעלן תקנות וואס וועלן נישט האלטן אויפן לאנגן טערמין?
פארוואס מיינסטו אזוי???? ביי טעלוישען האבען אויך מענטשעין דעיס געזאגט אין למעשה איז עס געלונגען
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:06 pm
דורך משולם שטיינפעלד
איז געווען א תקנה ביי טעלעוויזשאן אז מען גייט נישט באקומען אן עלי' אויב מען האט א טעלעוויזשאן אין שטוב?
והעיקר, טעלעוויזשאן איז ווייט נישט אזא הכרח ווי די טעלעפאנען.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:12 pm
דורך לעמיל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:איז געווען א תקנה ביי טעלעוויזשאן אז מען גייט נישט באקומען אן עלי' אויב מען האט א טעלעוויזשאן אין שטוב?
והעיקר, טעלעוויזשאן איז ווייט נישט אזא הכרח ווי די טעלעפאנען.
זיכער נאך אסאך ערגערע תקנות שאל אביך ויגדך זקינך ........
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:24 pm
דורך משכיל
קען איינער מיר ברענגען א קאפי פון א צייטונג ווי מען רעד פון די "מלחמה" קעגען די טעלעוויזיע ? דאס איז א שקר מוחלט עס איז אפשר געווען חתימות אבער מער גארנישט, דער היימישער עולם האט קיינמאל נישט געהאט קיינע טעלעוויזיעס,
די נוקליער אטאקע אויף די טעכנעלאגיע איז די ערשטע פון דעם מין און די אידישע היסאריע, און די איינציגע ביישפיל איז וואס האט פאסירט אין די מוסלימענער רעליגיע די לעצטע פופציג יאר,
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:42 pm
דורך שרייבער
ס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט
טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:48 pm
דורך זר זהב
וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 12:57 pm
דורך שמעקעדיג
דא האב איך געברענגט נאך א קאפי, איינע פון די רעזאלוציעס.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:08 pm
דורך משכיל
שרייבער האט געשריבן:ס'איז דא א חילוק צווישן טעלעוויזיע און אינטערנעט
טעלעוויזיע איז נאך נישט געווען אזוי איינגעריסן, און מען האט מקדים געווען די רפואה פאר די מכה עס צו אסר'ן, זאת ועוד מען האט דעמאלטס מער געפאלגט, ועוד ס'איז ס"ה אינטערטעימענט און נישט פרנסה, ממילא האט מען מצליח געווען, זה לעומת זה, פיר אליין אויס
ר' שרייבער איר האט א גרויסען טעות, די אמאליגע היימישע אידן וואלטן קיינמאל אין זייער לעבען נישט אריינגענומען קיינע טעלעוויזיעס, עס האט גארנישט צו טועהן מיט פאלגן רבנים, וואס רבנים ווען רבנים, זאג מיר איין זאך וואס דער סאטמארער רבי ז"ל דער ויואל משה האט געהאקט צו אויף טעלעוויזיע צו אנדערע זאכען, נאר אויף איין זאך האט ער געטומעלט [חוץ פון ציונות] אויף דעם לבוש פון פרויען, און דאם איז געווען נאר ער, די אנדערע צדיקים אדער ראשי ישיבות אין אמעריקע האבן קייינמאל נישט גערעד גארנישט, און מען האט גארנישט מצליח געווען, אדרבה ווייז מיר איין ארטיקל און סיי וועלעכע צייטונג אויף אזא מלחמה,
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
זר זהב, מען רעדט נישט דא פון אן א פילטער ח"ו. מען אסר'ט דאך אבער אפילו "מיט" א פילטער. נישט אינדערהיים, נישט אין טאש, נישט כלי קודש, די רבנים גייען ארויס פון קאנטראל. ווי מ'האט שוין אויבן געשריבן, "כחא דאיסורא עדיף".
די אינטערנעט איז א פאקט פון לעבן, און מען קען נישט פלוצלינג אלעס אסר'ן און אויב נישט, ארויסווארפן די קינדער.
אייער זאגט אין ביהמ"ד, אז ליידער האבן שוין די רבנים נישט דעם כח היינט, בלויז דורך סטראשען מיט די קינדער. אויב א אינגערמאן האט נאך נישט קיין קינדער? (און איז נישט אין כולל, וואו מ'וועט אים נישט באצאלן זיין מאגערע וועידזשעס וואס ער האט אפשר ביז היינט אויך נישט באקומען) דאן קען דער אינגערמאן טון וואס ער וויל, קיינער האט נישט קיין קאנטראל איבער אים. טאמער זיינע קינדער זענען שוין חתונה געהאט? וכו' וכו'. דאס צייגט נאר ארויס דעם היינטיגן נידריגן מצב פון כח הרבנות, וואס אויסער מיט סטראשען עלטערע אידן ווי חדר-אינגלאך האט מען נישט קיין השפעה אויף קיינעם. שיין זעהען מיר אויס. אוי לאותה בושה. בושנו מכל דור.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:21 pm
דורך משכיל
זיי האבען נאך געווער חוץ פון די קינדער:
טרינקען קאווע אין ביהמ"ד
עדות ביי חופה וכדומה
צירוף למנין
בכלל אריינגיין אין בית המדרש
דיין שטוב ווערט אסור אפילו פאר דיין משפחה
אויב דו ביזט א שוחט, סופר וכו' איז דיין ארבעט פסול
אבער... דיין געלט ווערט נישט פסול
געהערט פון א קלוגן איד, געלט מיט גילטי זענען פון זעלבן שורש, אז מען מאכט דיר פילן גילטי וועסטו געבן געלט!!!
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:23 pm
דורך זר זהב
די הנהלה וויל נישט אז קינדער אין חדר זאלן הערן פון אנדערע קינדער אז זייער טאטע האט א קאמפיוטער אינדערהיים. ס'האט נישט מיט קיין טעראר לע"ד
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:35 pm
דורך שמעקעדיג
נאך געווער אין ארסענאל האב איך געהערט-
רבנים רופן אויס אז מען איז נישט מוציא מיט תקיעת שופר אדער קריאת המגילה. דהיינו, אז דו האסט ביי דיר עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, זאלסטו טאקע נישט מקיים זיין קיין איינס פון די תרי"ג מצוות.!!!
וואספארא מיטל איז דאס? מקור? לפענ"ד איז עס נישט אויסגעהאלטן תורה'דיג.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:48 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:51 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
איך מיין אז זיי האבן עס אויף וואס סומך צו זיין. א ביהמ"ד איז נישט קיין פלאטץ פאר ביזנעס! אונז זעמער צו געספוילט! -- איך זאג נישט אז איך שטיץ עס, אבער אומגערעכט זענען זיי כלל נישט.
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 1:53 pm
דורך משולם שטיינפעלד
זר זהב האט געשריבן:משולם שטיינפעלד האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:וואס האט אינטערנעט אן א פילטער מיט פרנסה ?
אריינקומען מיט א געפילטערטע טעלעפאן אין בנין האט א סיבה לאסור?
איך מיין אז זיי האבן עס אויף וואס סומך צו זיין. א ביהמ"ד איז נישט קיין פלאטץ פאר ביזנעס! אונז זעמער צו געספוילט! -- איך זאג נישט אז איך שטיץ עס, אבער אומגערעכט זענען זיי כלל נישט.
אין האל טאר מען אויך נישט?