בלאט 6 פון 8
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 1:38 am
דורך געוואלדיג
אינטרעסאנט וואס איך זעה אין תקנות הקרעטשמע
אלגעמיינע פאליסיס און תקנות.
הודעהעל ידי אדמיניסטראטאר » מיטוואך יוני 25, 2014 9:09 pm
ה) צו זיין קלארער: פערזענליכע אטאקעס, בפרט קללות און מיאוסע לאזונגען "גייען געמעקט ווערן", ביטע עס נישט שרייבען.
**קללות איז נישט ערלויבט אויף קיין שום איד, אויך נישט אויף קיין ציונים נישט "שר"י" נישט "ימ"ש" און נישט אנדערע קללות,
זעהט זיך אויס אז קאווע שטיבל זענען נאך ערגער פון ציונים...
http://kretchme.org/viewtopic.php?p=2#p2
נשלח: דאנערשטאג מערץ 26, 2015 8:13 am
דורך פלעין יודיש
who cares about them?
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2015 10:59 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:28 am
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז קיינמאל איבערגעגאנגן אז ס'זאל קענען אונטערגיין... לא היה דברים מעולם.
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:10 am
דורך כוכב
שטייצעך אז דער פאליטיק דארט צווישן זייגער און די אנדערע חברה, איז זייער אפרילס פולס וויץ.
א שמחה אין שטעטל און נישטא ווער ס'זאל לאכן.
Re: קרעטשמע מהו?
נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 8:32 am
דורך נופת צופים
ס'דא יעצט א לחיים אין קרעטשמע. ס'איז צוגעקומען א נייע תגובה
קרעטשמע מהו!!
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:43 pm
דורך זייגער
איך קוק מיר דא אום אין דיזע אשכול, און איך זעה דא צו די גאנצע קרעטשמע-קש סומעטאכע. איך האב באשלאסן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען א פארשטענדעניש צווישן די צוויי פראקציעס פון היימישע אינטערנעט.
קודם כל, איך פארשטיי און איך ווייס אז מען קען נישט אינגאנצן אפטון די צארן, און דאס איז די דרך העולם מיט קאמפעטישן, ועאכו'כ ווען ביידע זענען גרויס איך האף אי'ה איין טאג אפצושרייבן אן ארטיקל איבער די היסטארישע מחלוקת צווישן קש און קרעטשמע, וואס דאס וועט פארשטייט זיך פארשריבן וטערן אין זכור ימות עולם מיט זילבערנער פעדערן און גרויסע פאפירן, ועוד חזון למועד.
איך וועל אנהייבן מיט א מעשה וואס איז באקאנט. עס איז געווען איינער פון די קעניגן, איך געדענק נישט אויב ס'איז געווען ינזריאל המלך אדער א אנדערע, אבער די מעשה גייט אז ער פלעגט זיך איינשפארן יעדער טאגאין א שטוב אליין, פאר בערך א שעה. די גבאים פלעגן זיך אלעמאל וואונדערן וואס דער קעניג טוט דארט. איין טאג האט איין גבאי זיך גענומען די חוצפה, און ער האט זיך באהאלטן אין די צימער. עס גייט דורך אפאר מינוט, און די קעניג קומט אריין, און ער פארשפארט די טיר.
די גבא. האט זיך מיט גרויס צרות פרובירט איינצוהאלטן זיין אטעם, היות ער האט געהאט א שווערער גוף. ער פלעגט אסאך עסן, כידוע ליודעי חן. די קעניג שטעלט זיך אוועק אינמיטן צימער, און ער הייבט אן רעדן צו זיך. דער גבאי האט זיך זייער דערשראקן, אפשר איז די קעניג אראפ פון זינען.
מיטאמאל האט די גבאי געמאכט א גניחה. די קעניג גייט צו, און פרעגט עם 'וואס טוסטו דא? האט ער זיך אנגעהויבן פארענטפערן אז ער איז געווען נייגעריג. די קעניג האט באשלאסן אז ער וועט עם מסביר זיין פארוואס ער טוט דאס, אבער ער האט געזאגט קום צום אנדערע צימער, צוליב דער שמעק פון די גניחה.
אין די אנדערע צימער, האט זיך די קעניג אוועקגעזעצט, און ער האט געהייסן די גבאי שטיין, משום חשש אז די בענקל וועט ווערן אויס בענקל. די קעניג האט אנגעהויבן רעדן און מסביר זיין אז יעדער מענטש דארף זיך אויסגעבן די ביסל 'משוגא ' וואס מען האט אין זיך. און צוליב דעם האט ער דאס געטון. אבער אודאי, האט די קעניג פארגעזעצט, דאס איז ביי איינער וואס דארף עס באמת, נישט סתם רעדן אין וועלט אריין, וואס דעמאלס ווערט מען טאקע משוגא.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל דא איז אזו . נישט יעדער האט ליב די זעלבע עסן, און נישט יעדער האט ליב די זעלבע וועבסייט. דא איז איין סטיל פון רעדן און שרייבן, און ביי אונז אין קרעטשמע מהו, זענען דא מענטשן וואס דארפן זיך אויסגעבן, און ממילא קומט מען אין קרעטשמע, ווי מען קען רעדן צו זיך.
איך דארף שוין ענדיגן, און איך וועל נאך צוריק קומען צו דעם, אבער דערווייל קענט איר דא פרעגן סיי וועלכע פראגן איר האט.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
דיינע פילן זענען אויסגעלאפן?
Re: קרעטשמע מהו?
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 4:47 pm
דורך נופת צופים
זייגער, איך קוילער מיך נאך
סומאטוכעס, גניחה'ס, גבאים, משוגעים, מטומטמים, מחלוקת
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:31 pm
דורך זייגער
איך באקום פאזעטיווע פידבעק אין אישי ב'ה.
איך וועל אנגרייטן א ארטיקל פאר סוכות אין די סא-כות אויסגאבע
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
מיינסט אין די סיק-עסס אויסגאבע?
Re: קרעטשמע מהו?
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:20 pm
דורך נופת צופים
ניין, די סיק-עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 6:21 pm
דורך זייגער
נופת צופים האט געשריבן:ניין, די סיק - עסס אויבגאבע איז פון קרעטשמע
ביי אונז איז נישט דא קיין גבאים
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:02 pm
דורך מפוזרי
ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:03 pm
דורך קאסטנער
סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:12 pm
דורך זייגער
מפוזרי האט געשריבן:ידוע אז אין וויז'ניץ פלעגט מען נישט זינגען ביי יחדשהו אבער נאכ'ן קריג האט דער אמרי חיים איינגעפירט מ'זאל עס זינגען מיט א דז'יקובער ניגון, זאגענדיג אז אזוי ווי דער דז'יקובער חסידות איז נעבאך אונטערגעגאנגען וויל ער ס'זאל כאטש בלייבן עפעס א זכר.
אזוי ווי קרעטשמע איז נעבאך אונטערגעגאנגען האט מען איבערגעלאזט א זכר דא אויף ק''ש.
קרעטשמע שטייט מיטן פילן פראכט
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 7:54 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:14 pm
דורך יין שרף
וואס? וואס?
נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 11:16 pm
דורך זייגער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין קרעטשמע טרינקט מען יי"ש. דא טרינקט מען קאווע. נישט רעקאמנדירט צו מישן די צוויי.
דארט שאשקעט מען אזויפיל אז מען שלאפט איין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:43 pm
דורך זייגער
צו דער וואס רייסן אונז אראפ, און זאגן אונז זעמיר טויט, סיגעווען 3 תגובות היינט.
והוא שעמדה וכו'....
Re: קרעטשמע מהו?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:31 pm
דורך נופת צופים
קאסטנער האט געשריבן:סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..
כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:24 pm
דורך זייגער
רירענדע אשכול אין קרעטשמע מהו געבט איבער א פולן באריכט איבער דער פטירה פון רבי שמואל וואזנער זצ'ל:
http://www.kretchme.org/viewtopic.php?f=4&t=482
Re: קרעטשמע מהו?
נשלח: זונטאג אפריל 05, 2015 9:51 pm
דורך נופת צופים
נופת צופים האט געשריבן:קאסטנער האט געשריבן:סזעט מיר שטארק אויס אז איינער פין די אלטע ניקים -יעצט אינטערען ניק זייגער- ניצן אויס קרעטשמע צי פראווען ליצנות מיטן ציבור..
כ'מיין בוזט גערעכט. אבער א קלוגער איז ער אויב אזוי
יעצט קאנפירמט אז ער'ז אן אונזעריגער.
דו לץ איינער @זייגער