בלאט 6 פון 6

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 12:53 pm
דורך עך עך אי אר
וואס פארשטייט נישט דר'עולם? די טיימס איז ריזיג מיט אסאך אפטיילונגען. יעדער אפטיילונג האט א סיניער עדיטאר מיט אנדערע מיינונגען. און אין די opinion איז צוטיילט צו מאכן זיכער אז ס'איז דא אלע מיינונגען.
אגב Barry Weiss איינע פון זייער נייע שטערנס האט איבערגעקערט די opinion אפטיילונג אין די לעצטע יאר צייט צו זיין זייער pro Israel.

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:03 pm
דורך אונטער חכם
וואס איז אנטיסעמיטיש מיט די צווייטע קארטון?

Sent from my AQT80 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:04 pm
דורך איסר האטלקי
ס'איז א חוזק פון מתן תורה

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:10 pm
דורך אונטער חכם
איך פארשטיי עס ווי א חוזק פון נתניהוס עגאצענטריזם.

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:11 pm
דורך אונטער חכם
טעות

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:19 pm
דורך איסר האטלקי
אמת. אבער נוצן א רעליגיעזע סימבאל פאר פריוואטע ליצנות ווערט גערופן אנטיסעמיטיזם.

צו אנדערע רעליגיעס וואלטן זיי עס נישט געטון.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 1:56 pm
דורך גאלד
סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:02 pm
דורך מודה בטפל
גאלד האט געשריבן:סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

ווען וועט דער טיימס שלאגן כפרות מיט ווענעזועלע?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:21 pm
דורך גאלד
כשטעל זיך פאר ווען אימער זיי העלן זעהן פאסיג.

Re: איז דער "ניו יארק טיימס" גענויגט קעגן מדינת ישראל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:10 pm
דורך אונטער חכם
מודה בטפל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:סארי כאנאר געקוקט אויפן קעפל.

א ניו יארקער צייטונג אין אמעריקע דארף נאר זיין גענויגט צו אמעריקע, פרעמדע לענדער האבן זיין אלע מאראלישע רעכטן צו שלאגן כפרות.

ווען וועט דער טיימס שלאגן כפרות מיט ווענעזועלע?
זיי האלטן אינמיטן.

Sent from my XT1526 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:27 pm
דורך איסר האטלקי
שלאגן כפרות מיט ארץ ישראל מעגן זיי, אבער נישט נוצן קיין אידישע סימבאלן וואס איז אן אפענע זילזול צום אידישן פאלק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:39 pm
דורך גאלד
מיינסט די קאפל אויף טראמפ. גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:47 pm
דורך איסר האטלקי
ניין, די לוחות וואס ביבי האלט.

די אנדערע קארטון איז א פארצייטישע אנטיסעמיטישע לאזונג אז די אידן פירן די וועלט. דאסמאל איז עס ביבי מיט טראמפ.

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 4:53 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: אט דאס שריי איך שוין לאנג. אז איך בין ממש הייזעריג געווארן. (כ'האב געמוזט נעמען א קאלטן טרינק.) ביי אונז ערליכע אידן וועלכע זענען פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, איז דאך די מדינה של גהינום טריפה, פסול און תועבה. אבער די אנטיסעמיטן פון אלע סארטן. אפילו די געשמד'טע אידישע אנטיסעמיטן פון נ.י. טיימס זענען נישט מבחין צווישן די אידן פון די וועלט מיט מדינת ישראל. די אראבערס און די נעא נאציס פון דייטשלאנד שרייען טאקע טויט צו איזראעל....אבער זיי וויללן חלילה הרג'נען א יעדן איד. די זעלבע מיט די טמא'נע עקלדיגע צייטונג. נ.י. טיימס. וועלכע איז די אייגנטום פון עטליכע אסימילירטע משומדים, פרעדיגט און פארשפרייט שנאת ישראל. נישט שנאת מדינת ישראל. נאר שנאה און טויט, ח"ו צו דעם גאנצן אידישן פאלק. דאס איז דער טעות פון אונזערע היימישע קנאים. זיי מיינען נעבעך גוט. אבער זיי מאכן זיך נישט וויסנדיג אז די רשעי העמים וויללן ח"ו שעדיגן א יעדן איינציגן איד אויף די וועלט. נאר זייער צודעק איז אז זיי זענען אקעגן מדינת ישראל...!