בלאט 6 פון 6

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am
דורך נחום הסופר
ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:08 am
דורך היום
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:34 am
דורך מילך טראק
וואס האט ער גערעדט חוצפדיג די איינציגעסטע זאך "די אידן וואס פילן זיך אהן די טאשן פון דע אמעריקאנע גאווערמענט גייען אונז קומען זאגן וואס אז מטאר נישט נעמען קיין געלט"

ער האט נישט פערזענליך אראפ געריסן אז סאטמאר רבי איז פסול אין קען נישט זיין קיין רב וכדומה אזויווי סאטמאר האבן אראפ געריסן ווער סהאט געהאלטן אנדערש ווי זיי

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:43 am
דורך היימלינד
גארנישט געזאגט חוצפה'דיג איך האב עס אויסגעהערט

אז סאטמאר איז געקומען מיט אן הנחה אז זיי זענען בעל הבית אויף די אידיש/פרומע וועלט און דא קומט איינער און פאפט זייער באלאן איז עס חוצפה?!

אויב איז עפעסחוצפה, איז עס דאס וואס סאטמאר האט געטוען מיט אסאך אנדערע

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:27 pm
דורך נחום הסופר
היום האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:08 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:40 pm
דורך מילך טראק
אגב ער גערכעט מיט דעים


סך הכול געמיינט צו שטארק מאכן די פעטערס שיטה פון גיין צו די בחירות און נעמען געלט, איך וויל נישט טראכטן וויאזוי בעלזא וואלט אויסגעקוקט אויב ער וואלט נישט געזאגט די דרשה

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:58 pm
דורך berlbalaguleh
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
וואס איז חוצפה'דיג מיט דעים וואס ער האט געזאגט אז ישיבות זאלן יא נעמען פון די רעגירונגס געלטער ווייל שטאטס אז די געלט זאל גיין פאר גוי'אישע זאכן גייט עס פאר תורה. אויך. אז די געלטער קומען פון די שטייערצאלער וואס זענען ערליכע אידן.

סאטמאר האלט אז מ'טאר נישט נעמען. ער האלט אנדערש.

Re: בעלזא זיכט התקרבות צום פלג מהרז''ל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:11 pm
דורך קום שוין
איש את רעהו האט געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2015 9:41 pm בעלזא איז מפרסם א נייעס אז קען זיין די פלג השני מסאטמאר גייט זיי שוין אויך מקרב זיין
זיי בויען א שיינע תורה


פון איד איז טאקע משמע אז ס'קומט א שלום
IMG-20240307-WA0023.jpg

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 4:46 pm
דורך berlbalaguleh
פון וואס האט דער איד מורא? אז זיי וועלן עס (ח"ו) ניצן אקעגן סאטמאר אדער ר' מענדעלע'ס חסידים.

ארץ ישראל איז נישט וויליאמסבורג. ווען אן אראבישער רוצח קומט אריין מיט געווער וועט נישט העלפן אויב מ'שרייט כאפצעם.

אויף ענגליש זאגט מען "קודאס". חזק ואמץ. נאר לערנטס עק אויס גוט צו שיסן פונקטליך אין ציל.!

ר' איד פונ'ם "איד". אויב איהר וועט אמאל (ח"ו) ה' ישמרנו דאווענען אין בעלזא און ס'וועט אריינקומען אן אראבישער רוצח וועט איהר זיך פרייען אז ס'זענען דא יונגעלייט וועלכע קענען איהם מסדר זיין אויפ'ן פלאץ.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:05 am
דורך אתרוגים
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:27 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:08 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,
און פארוואס מיינסטו אז מיט די ווערטער האט ער געמיינט סאטמאר רבי?
האסט עס אויסגעהערט?
פאר ווער עס וויל פארשטיין פארשטייט זייער גוט אז ער רעדט פון סאטמארע יונגען וואס די גאנצע יודישקייט זייערע הייבט זיך אהן און ענדיגט זיך מיט די שיטה.
טאקע נישט גאנץ סאטמאר, און אוודאי נישט די סאטמאר רבי ז"ל.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:07 am
דורך אתרוגים
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 2:28 am ער האט גארנישט געזאגט אזוי שלעכט. נאר סאטמאר האט געהאט א תירוץ פארוואס זיך אנצוטשעפען אויף איהם. כדי לקיים מה שנאמר...בל"ק ר"ת בעלז, .ליובאוויטש , קלויזנבורג

אויף וויזשניץ און אנדערע איז דא אנדערע ראשי תיבות.
סאטמאר איז שוין לאנג געווען אנגעטשעפעט אין בעלז, זייט תש"מ, די דרשה איז געווען תשמ"ב

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:21 am
דורך אתרוגים
אתרוגים האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:05 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:27 pm
היום האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:08 am
נחום הסופר האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 8:47 am ער האט גערעדט פיין חוצפה'דיג, אבער ס'איז לכאורה מער געקומען פון א מקום פון ווייטאג
חוצפה׳דיג איז רעלאטיוו…


אויב איינער האלט זיך אזוי סאך העכער פון צווייטן, דאן זעהט ער יענעם אלץ מחוצף.
זאגן אז ויואל משה א 14'טע אני מאמין איז א חוצפה פון א יונגערמאנטשיק קעגן א בארימטן גדול בישראל, אבער וואס דארף מען רעדן, ער האט דאך שוין איבערגעבעטן דערויף

יא, כ'פארשטיי אויך זיין פוינט דערמיט, אבער נאך אלץ,
און פארוואס מיינסטו אז מיט די ווערטער האט ער געמיינט סאטמאר רבי?
האסט עס אויסגעהערט?
פאר ווער עס וויל פארשטיין פארשטייט זייער גוט אז ער רעדט פון סאטמארע יונגען וואס די גאנצע יודישקייט זייערע הייבט זיך אהן און ענדיגט זיך מיט די שיטה.
טאקע נישט גאנץ סאטמאר, און אוודאי נישט די סאטמאר רבי ז"ל.
כהאב אמאל געהערט א סאטמארע יונגערמאן מוחה זיין אויף א איזראעלי חרדישע קאפל, וואס האט גערעדט צווישן זיך עברית.
איך האב עס פארציילט פאר איינער ואס קען די סאטמארער יונגערמאן, זאגט מיר יענער אז די סאטמארער יונגערמאן איז א אפיקורס גמור און זיכט עס אפילו נישט צו באהאלטן, זעט זיך אויס אז די איינציגסטע זאך וואס ער גלייבט יא איז און די טומאת הציונות.
וואס מיינסטו? סאטמאר רבי ז"ל וועט איהם אקעגנקומען אויף יענער וועלט?
א פייג.
סאטמאר רב איז געווען א הייליגע יוד וואס האט חוץ פון מקיים זיין אלעס געהאט א שיטה אויף די ענין פון די מדינה,אבער נאר די שיטה? ח"ו.

איך קען איינער א סאטמערער או טי די, ער איז אמאל געפארן קיין א"י, נאכן צוריק קומען האט מען איהם געפרעגט ווי ער איז אלס געווען.
ער האט אראפ געלייגט מיטן גאנצן זאפט ווי ער איז אלס געווען, ווען איינער האט איהם געפרעגט צו ער איז געווען ביים כותל, האט געשריגן: פוי די כותל איז טמא!
שיין זעמער אויס. אזוי קוקט מען אויס ווען מען מאכט די עיקר די טפל און די טפל די עיקר.
סאטמאר רב האט שוין געוויינט אויף די צעהיצטע שקצים, טראבל און מעיקערס און בעלי מחלוקת בחייו.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:24 am
דורך berlbalaguleh
אתרוגים: נאך פון א ביסל פריער. זייט ר' אהרון מ'בעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן דעם חוב קדוש אז ערליכע אידן זאללן גיין צו די בחירות.

נאר די היץ איז נישט אייביג געווען אזוי הויעך. אין שנת תשמ"א איז עס ארויף צו גאר הויכע שטאפלען מכח כמה סיבות.

איינס איז פשוט. אז סאטמאר האט זיך שוין לאנג נישט געריסן מיט קיינעם. און ס'איז געווארן א ביסל לאנגווייליג

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:28 am
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 1:24 am אתרוגים: נאך פון א ביסל פריער. זייט ר' אהרון מ'בעלזא זי"ע האט אונטערגעשריבן דעם חוב קדוש אז ערליכע אידן זאללן גיין צו די בחירות.

נאר די היץ איז נישט אייביג געווען אזוי הויעך. אין שנת תשמ"א איז עס ארויף צו גאר הויכע שטאפלען מכח כמה סיבות.

איינס איז פשוט. אז סאטמאר האט זיך שוין לאנג נישט געריסן מיט קיינעם. און ס'איז געווארן א ביסל לאנגווייליג
ס'איז טאקע באקאנט אז ווען אין סאטמאר האט אויסגעבראכן די מחלוקה צווישן מהר"א און מהר"יי האט די גאנצע וועלט אפגעאטעמט וואוסענדיג אז היות יעצט וועלן זיי שוין זיין פארנומען מיטן זיך קריגן צווישן זיך אליין וועלן זיי א יעדעם לאזן במנוחה.

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 6:13 am
דורך איך אויך
וכלשון קדשו פון מרן מיארמא שליט"א "עס איז נאך קיינמאל נישט געווען קיין מחלוקת וואס האט געברענגט אזופיל שלום אויף די וועלט ווי די מחלוקת".

Re: דער שלום צווישן סאטמאר און בעלז

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:17 pm
דורך אינטערסאנטער
דער בעלזא'ר האט ליידער יא פערזענליך גערעדט אויף סאטמאר רב, און ער האט אים אראפגעריסן כאחד הריקים, כאילו זיין גאנצע ציל איז געווען ביליגע פאליטיק. און אויף די זאך איז קיינמאל נישט געקומען קיין חזרה זיך אויפצושטעלן ברבים און זאגן אז סאטמאר רב איז געווען כל כולו לשם שמים. דא https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 93#p476893 האב איך געשריבן אביסל דערוועגן.