בלאט 6 פון 6

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:54 pm
דורך אפטעמיסט
זיי שטיל וואנצעס. נאך איין ווארט און איך פארשפאר אינגאנצען דיין איי פי אדרעסס. #ס'געהערט א מעשה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:10 pm
דורך עזריאל
טייערער גבאי, ביטע שליס אויף דעם אשכול, איך וויל עפעס צו לייגן.
סאיז אפשר אביסעל שארף, אבער איך מיין אז יעדער ווייסט אז איך בין גערעכט.

ביטע.... איך בעהט דיר...

viewtopic.php?t=8924&p=276941#p276941

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:33 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:smoking hot

רויטע וואנצעס. מזל טוב. דו זאלסט נאר נוצן דעם ערעיסער פאר גוטע זאכן. אמן...!... :lol:

נשלח: דאנערשטאג יוני 18, 2015 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
אפטעמיסט האט געשריבן:זיי שטיל וואנצעס. נאך איין ווארט און איך פארשפאר אינגאנצען דיין איי פי אדרעסס. #ס'געהערט א מעשה.

אפטעמיסט: איך וואונטש פאר דיר וואס כ'האב געוואונטשן פאר רויטע וואנצעס....אכיה"ר.
איך בעט ענק קינדערלעך שלאגטס ענק נישט ארום...יא. איך וויל א ביסל שלאפן. שטערטס מיך נישט...!... :lol:

נשלח: זונטאג יוני 21, 2015 8:57 pm
דורך גאנצל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:רבותי, זאגסט נישט איך האב ענק נישט געווארענט! אין די יעצטיגע תמוז טעג וועט מען גיין מיט'ן גרעסטן חומר הדין. פאר איר שיקט דעם שיק קנעפל טראכט צו עס איז אויסגעהאלטן, אדער וועט עס דער רויטער אדמדם אויפעסן ווי א טעלער שמאלציגע לינזן.

איך טו באגריסען מיין [tag]אפטעמיסט[/tag]ישע ברודער. נארט אייך נישט, זיין נאמען איז נאר פאר מראית עין. פרובירט נישט אריינבייסן אין אים.


דוכט זיך אז @כוכב איז שוין געווען גענוג שטרענג סיון יעצט ברויך מען אביסל נאכלאזן פון די שטרענגקייט

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:10 pm
דורך סארווירער
מיט כבוד און עהרע טוען מיר פרעזענטירן די פרישע גבאים פון חודש אב:

[tag]גראדעמעכעלע[/tag]
[tag]געוואלדיג[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי באליבטע חברים וואס טיילן כסדר מיט זייערע געוואלדיגע כשרונות און ידיעות וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

(מיט אנטשולדיגונג פאר די קורצע שפעטיגוג)
א גוטן חודש.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 5:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
WOW! באמת א געוואלדיגע אויסוואהל. געבסט אכטונג פון מיין ווארימע בענקל, די הייסע צימעס און די בריעדיגע קריטיק.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:31 pm
דורך גראדעמעכעלע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:WOW! באמת א געוואלדיגע אויסוואהל. געבסט אכטונג פון מיין ווארימע בענקל, די הייסע צימעס און די בריעדיגע קריטיק.


העי רויטע האסט איבערגעלאזט צו גרויסע שיך פאר מיר אנצופילען, נעקסט טיים נעם עס מיט מיט דיר,
עניוועי חברים טייערע איך האף צו האבן א אנגענעמע רייזע מיט אייך אלע, ובעיקר מיט [tag]געוואלדיג ביי די האנט[/tag]
און איך בעט בכל לשון של בקשה פון אלע חברי השטיבעל אויב זעהט איר עפעס נישט אויסגעהאלטן, אומפאסיגע לשונות אדער לה''ר אויף פריוואטע מענטשן האלט אייך נישט צוריק פון באריכטן,
יש''כ

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:36 pm
דורך געוואלדיג
איך מוז ענק זאגן, עס איז געקומען פונקט אין די ריכטיגע טאג, מיין בעה"ב האט זיך אפגערעדט היינט אז איך קום נישט גענוג באצייטנס נו נו ער ווייסט נישט וואס ווארט איהם פאר די נעקסטע חודש,
על כל פנים, עליכם שלום איך בין פרייליך ענק צו באדינען
אז [tag]גראדעמעכעלע[/tag] שטייט נעבן מיר, וועט אלעס בלייבן אויף גראדע שינעס און זיין געוואלדיג, אי"ה.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:41 pm
דורך פריעד באטשי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:WOW! באמת א געוואלדיגע אויסוואהל.
ביזט גערעכט, ווייל אפילו אויב איך האלט אז [tag]געוואלדיג[/tag] איז נישט געוואלדיג, איז ער דאך סוכ״ס יא געוואלדיג.
געבסט אכטונג פון מיין ווארימע בענקל,
יא, ביסט טאקע געזעצן מיט די גאנצע פעסטקייט.
די הייסע צימעס
שוין לאנג נישט הייס, דו האסט דאך אלעס אויסגעמעקט....
און די בריעדיגע קריטיק.
איך ווייס נישט וואס די ווילסט, פון מיר באקומסטו די גרעסטע קאמפלימענטן און עפלאודס, און איך מיין אז אויך פון אלע אנדערע חברי השטיבל.

:like :lol: :like

די רויטע אותיות האב איך פשוט געלייגט זיך נישט צו אפגעוואוינען דערפון...

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אונגערישע האבן אזא אהבה, זיי קישן אין מויל אריין. יישר כח [tag]פריעד באטשי[/tag].

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 6:51 pm
דורך פריעד באטשי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די אונגערישע האבן אזא אהבה, זיי קישן אין מויל אריין. יישר כח [tag]פריעד באטשי[/tag].

פאלט דיר ניטאמאל ביי אז ראמענישע גנב בינעך, און די אונגארישע אהבה איז אויך גע׳גנב׳עט פון זיי? (בנוסף פון מיין הויזן וואס קומט מיר אן צום הארץ)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:16 pm
דורך ליפא
קיינער האט באמערקט אז פאר אלול איז נישט דא פרישע גבאים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:23 pm
דורך סאשי פיש
דו האסט...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:16 pm
דורך עזריאל
ליפא האט געשריבן:קיינער האט באמערקט אז פאר אלול איז נישט דא פרישע גבאים.

וואס גייט טאקע פאר?
איך האב מורא אז פון אימת הדין איז יעדער זיין אייגענע גבאי...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 2:35 pm
דורך לית דין בר נש
ניין ניין עזריאל עס איז דא גבאים עס איז נאר געבליבן די זעלבע גבאים ווי אב
עס שטייט טאקע ביי זיי גבאי חודש אב/אלול

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:55 pm
דורך איש את רעהו
די פראגראם גייט נאך אן ?

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2017 12:57 pm
דורך ליפא
זיכער