הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

- אראפגענומען -

אגב חורפיה שבשתיה, איך בין נישט קיין חסיד פון פריוואטע אטאקעס און איך האב עס נישט געמיינט אויף דעם אופן. הוגה איז מיר באקאנט אלס פיינער ווארעמער איד, מיט אן אמת'ער אידישער הארץ (איך וועל נישט זאגן פון וואו איך ווייס).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

צוריק מיט די לאזונגען....

וואס מיינט 'אויסוואשען די נשמה'? ווי ווערט די זאך דערמאנט אין די תורה און פ"וו דארף מען וואוינען אין א פארמאכטען סאסייעטי דאס צו טוהן? וואס האט דאס מיט ווייבער גייען אנגעטוהן מאדנע, מיט אויפשטעלען א מנהיג אן ע"ה, מיט שטעלען קינדער אקעגען זייער עלטערען, מיט עסען ארגאניק פרוכט און גרינס, מיט אינגלעך טראגען מאדנע דאשיקע'ס, מיט נישט גייען ארבעטען געהעריג, מיט 'באקעמפען' ציונים מיט אן אנשיקעניש פון גראבע בלויע הויפענעס אנגעקאטשקעטע פאפיר, וכהנה וכהנה נערישקייטען?

מערקט'ס אז איך האב נישט דערמאנט קיין איין אך וואס איז נישט קלאר אויפצוווייזען פאר יעדער איינער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ליטוואק, יו דשאסט נעילד איט!
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

נמחק ע"פ בקשת שמואל פרימו
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז געשטאנען?? :o
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

פשי, פארפאסט דא א מערכה 'ביטע פאדרייט נישט דעם שמועס'... וועלן מיר גיין צו אונזער נושא.
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

הקדמה קצרה:

נעכטן ביינאכט, ווען איך בין געגאנגען אין בית-המדרש אפצורעכטן צו תיקון חצות, ווען איך האב זיך אוועקגעזעצט צו חצות, האב איך אויסגעבראכן אין א היסטערישן געווייזן. איך געדענק נישט אז איך זאל האבן אמאל געזאגט חצות מיט אזעלכע בכיות ווי נעכטן ביינאכט. נעבן מיר איז געזעצן הרב וויינגארטן הי"ו, א טייערער יונגערמאן און גרויסער בעל-חסד, ער איז צוגעקומען צו מיר און מיר דערלאנגט א גלעזל וואסער, מיר פרעגנדיג צי עס פעלט מיר עפעס, אויב ער קען מיר העלפן... עד-כדי-כך האב איך געוויינט.

איך בין געזעצן און אריינגעטראכט אין דעם מצב, ווי אזוי עס זיצן אידן אויף קאווע שטיבל, אזוי ווייט פון תורה און אידישקייט. כ'מיין ס'איז דאך א חלק פון עם ישראל - זרע אברהם יצחק ויעקב, ס'איז דאך א שטיק אבר פון כלל ישראל און זיי ווערן אזוי אוועקגעריסן און פארשוועמט אין די אינטערנעט וועלט, און מען רעדט דא נישט פון פרייע אידן, עס איז אידן וואס זייערע טאטע'ס זענען געשטאנען און געוויינט ביי די שובבי"ם תורות פונעם רבי'ן זי"ע, ערליכע אידישע מוצלים מאש השואה, וואס האבן נאכן קריג זיך אויסגעוועלט א לעבן פון תורה ומצוות, טראצדעם וואס זיי וואלטן געקענט אוועקווארפן זייער גאנצע מסורה וכל הקדוש לנו - אזוי ווי פיל אנדערע האבן געטאן. אצינד גייען זייערע אייניקלעך, וועמען זיי האבן געהאדעוועט מיט בלוט און הארץ, און זיי גייען אויף פרעמדע וועגן - מ'קען נישט צוקוקן צו אזא צער. ווען די דאזיגע אידן האבן צוזאמענגענומען זייער זעקל ביינער, אריינגעגאנגען אין בית-המדרש פונעם רבי'ן מקבל צו זיין הדרכה און מיטהאלטן שלש-סעודות, האבן זיי נישט גע'חלומ'ט אז זיי וועלן צום סוף ערציען אזעלכע אייניקלעך... יא יא, די זעלבע אידן וואס קענען היינט אויך שטיין ביי זייער רבי'נס טישן, מיט לאנגע קאפאטעס און ווייסע זאקן, אבער אין הארץ זענען זיי פארפוילט, פארפוילט ביז צום גרונד... רחמנא ליצלן.

איך האב געזאגט דעם 'יתומים היינו ואין אב', אינעם שטיקל פון 'זכור השם מה היה לנו'. איך האב געפילט אז אט די אידן זענען ממש לעבעדיגע יתומים, יתומים פון זייערע לעבעדיגע טאטע'ס... ס'האט מיר אזוי באנומען ביים הארצן, על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו... הבט משמים וראה... נאך קיינמאל פריער האבן די ווערטער נישט גערעדט אזוי שטארק ווי יעצט.

ווען איך בין צוגעקומען צום קאפיטל, כאיל תערוג על אפיקי מים, צמאה נפשי... האב איך זיך דערמאנט אין שש-משזר... איך האב פריש אויסגעפלאצט אין א געוויין... אויב איז דאס א ווייטאג אויף כלל-ישראל, האלטן מיר דאך אין דעם דור אין א פיל טיפערן ווייטאג, בשעת אזא טייערער דיאמאנט ווי שש-משזר, ליגט אים זיין מוח פארזינקען אין שטותים והבלים, און נאכאמאל - אנדערש ווי שש-משזר זעלבסט, וואס האט אויסגעקליבן דער מהלך פון מיר פערזענליך צו אטאקירן, אנשטאט צו רעדן לעניין און ענטפערן אויף מיינע ווערטער - באציה איך זיך צו שש-משזר בדרך כבוד, ווייל איך ווייס אז אין אים זעלבסט ליגט באהאלטן א טייערן אוצר, נאר עס איז א שאד אז ער איז (דערווייל) אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען. אוי וואלט כלל-ישראל געקענט נהנה זיין פון אזא איד. לאמיר שוין אפלאזן רוחניות; גשמיות, גשמיות פארלירט ער נעבעך, זיין לעבן איז נעבעך נישט קיין לעבן (און שטעל מיר נישט אן דעם פנים אז דו ביסט גליקליך און אלעס גייט כשורה, ווייל איך און דו און יעדער בר-דעת ווייסט אז עס איז ווייט נישט אזוי...). על דא וודאי קא בכינא, אויב דארף מען וויינען אויף כלליות נשמות ישראל, קינדער און אייניקלעך פון ווארעמע חסידי'שע אידן וואס ווערן אראפגעפירט טעגליך פון דעם אינטערנעט וכל כלי הטעכנעלאגיע, דארף מען זיכער וויינען אויף אזא נפש ווי שש-משזר, על אלה אני בוכיה, עיני עיני יורדה מים, על אבדן בת עמי.

איך בין נעכטן ביינאכט נישט געשלאפן, איך האב זיך ארומגעדרייט אין בית-המדרש מהכא להתם, נישט קענענדיג קומען צו זיך. קיינער איז דארט נישט געזעצן, אויסער הרה"ג ר' פנחס פעדער הי"ו, וועלכער זיצט כסדר ביינאכט אין בית-המדרש און לערנט מיט מסירת-נפש. איך בין עטוואס אריינגעפאלן אין א מרירות (מרירות דקדושה - ווי דער רבי שליט"א גלייכט עס צו רופן), איך ווייס אז אזעלכע ווי שש-משזר זענען פאראן נאך, און אפילו דא אין שטיבל, אבער למעשה האט שש מיר נעכטן געענטפערט און איך האב אים געענטפערט, דעריבער איז דער דיאלאג אויסגעקומען מיט אים און ער איז מיר געליגן פאר די אויגן, ואם רק משום הא, אז איך זאל קענען מעורר זיין א איד לתשובה אפילו פאר א רגע (כפי שהעיד בעצמו), האט זיך דאס געלוינט, והלוואי שזכות הזאת ביחד עם זכות אבות יגן עלי לתמיד, בענין מצוה גוררת מצוה, והתעוררות להתעוררות, שישפיע גם עלי לטובה בגשמיות וברוחניות עם הביאורים העמוקים שטמונים בעניניים אלו... יתכן אז אנדערע אידן זענען אויך נתעורר געווארן לתשובה, רויטע וואנצעס האט עפעס אזוי געשריבן, איך בין נישט זיכער צי ער האט עס געמיינט ערנסט אדער אלס ווערטל, עכ"פ מסתמא האבן מיינע ווערטער פועל געווען אויך פאר אנדערע. אמנם, וויבאלד עס זענען פאראן נאך אידן וואס זייער נשמה ציעט און לעכצעט לאלוקי הארץ, זענען די יעניגע ווערטער אויך געווידמעט צו זיי, וה' הטוב יהא בעזרתי תמיד, ויהיו נא אמרנו לרצון לפני אדון כל, לעשות נחת רוח לבורא יתברך שמו, ליחד שם י-ה בו-ה ביחידא שלים בשם כל ישראל.

אצינד צו מיין ענטפער אויף די תגובה פון שש-משזר

איך וועל אנהויבן מיט די פארגאנענע וואך סדרה - פרשת קרח. פארגאנגענעם שלש-סעודות האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בערך א שעה מיט פופצן מינוט בדברי אלקים חיים, קקול השם היוצא בלהבות אש קודש, אם אבן הוא נימוח, וקול השופר הולך וחזק מאוד, ביזן אריינגיין אין די הערצער פון אלע אנוועזנדע. דער רבי שליט"א האט ארומגעשמועסט דעם גאנצן ענין פון קרח ועדתו און דער מאמר חז"ל פון 'לצנות אחד דוחה מאה תוכחות'. איך וועל נישט אריינגיין אין דעם גאנצן שמועס, נאר זאגן א תמצית וואס איז נוגע לעניננו.

דער רבי שליט"א האט דערמאנט דאס כח הלצנות פון קרח, ארויסברענגענדיג דעם ענין בטוב טעם ודעת:

עס קומט אמאל א איד, ער זאגט דברים של טעם, ער ברענגט עפעס ארויס א נקודה. יא, עס שטערט פאר מאנכע וואס ער האט געזאגט, אבער עפעס זאגט ער... ס'איז דאך דברים של טעם... נו, שטערט עס פאר אנדערע מענטשן אז יענער האט געזאגט, וואס טוט ער? - מאכט ער א געזונטע שטיקל לצנות, דער עולם לאכט און ווישט ארום די גאנצע געשיכטע דאס אוועקמאכנדיג. יא, לצנות האט א מורא'דיגער כח, א כח וואס איז זייער שווער זיך צו פארמעסטן דערמיט, אבער א קרומער כח, א כח צו פארקרימען און נישט קוקן גראד אויף ענינים. דאס כח פון לצנות איז אזוי שטארק, אז צדיקים האבן געזאגט אז אויב פרעה וואלט געווען א לץ, וואלט משה-רבינו נישט מצליח געווען ארויסצונעמען די אידן פון מצרים. לצנות איז זייער א טיפער כח און ווייניג האבן ארויס דעם טיפן כח פון לצנות.

דער רבי האט ממשיך געווען און פארגעשטעלט ווי אזוי קרח האט געארבעט. משה-רבנו האט גערעדט צו זיי לאגישע ווערטער, ער האט זיך עטוואס מכניע געווען פאר דעם אנדערן צד, עס איז געבליבן די החלטה צו מאכן א פראבע מיט די קטורת, ווידער צו די בני לוי האט ער גערעדט דברים של טעם, 'המעט כי הבדיל ה' אתכם'... גערעדט ווערטער. וואס האט קרח געטאן? - דעם גאנצן נאכט איז ער ארומגעגאנגען פראווען לצנות, 'וואס טוט זיך מיט טלית שכולו תכלת'? - 'וואס טוט זיך מיט בית מלא ספרים'? - א מעשה מיט א אלמנה... - שוטה שבעולם, וואו קומט דאס אריין אין דעם עצם דיון ווער עס זאל טון די עבודה? - וואס ווילסטו יעצט דערמיט? - דאס איז לצנות - מען פארווישט די גאנצע געשיכטע מיט אפאר דזשאוקס און דערמיט האט ער כלומר'שט געענטפערט. אויב איז עס נישט גענוג, ווארפט ער אריין אביסל נבלה אויך, צו מאכן ספייסי די זאך, 'מלמד שחשדיהו באשת איש', און דא האט ער טאקע געכאפט דעם עולם.

וואס שש-משזר האט געטאן מיט זיין תגובה, איז נאכגעגאנגען אין די פיס טריט פון קרח, גענומען דעם כח הלצנות אויפן העכסטן גראד וואס איז נאר שייך. ער האט נישט געענטפערט אויף מיינע דברים של טעם, דברים היוצא מן הלב. וואס האט ער יא געטאן? - צוזאמענגענומען א ווערטער שפיל, געמאכט א פסיכילאגישע בנין מיט א שטארקע לצנות, געגעבן א וויש אפ דעם גאנצן עסק מיט די גאנצע מוסר און התעוררות תשובה. נישט מיט לאגיק, נישט מיט ענטפערן, נאר מיט לצנות. כדאי זיך אליין צו קאנווינצן, האט ער דאס איינגעקעשט אויף א אכצן לייקס, וואס פון דעם נעבעך נעמט ער פאלשע חיזוק און שטארקקייט, וואס פארשטערקערט די מחיצה אין זיין הארץ, אז עס זאל חלילה נישט אריינדרינגען קיין הרהור תשובה וחרטה, און זאל זיך נישט וועלן נעמען אין די האנט אריין.

קרח האט נישט אנדערש געטאן. וואס האט קרח געענטפערט אויף משה'ס לאגישע רייד? - ער האט אויך צוזאמענגענומען אלע מימרות פון משה-רבינו (די מימרות וואס ער האט געוואלט נוצן) און געמאכט דערפון א פורים קידוש - פונקט ווי שש-משזר - טלית שכולו תכלת, בית מלא ספרים, מעשה בכבשה אחת - דברים שלא מן הענין ושלא מן הטעם, אבער מיט זיינע לצנות האט ער געווינען די לייקס פון כלל-ישראל און דורכדעם אפגעמעקט די דברים של טעם פון משה-רבנו. קרח האט אויך געברענגט לינקס צו משה'ס ווערטער, זיך ארויפגעכאפט אויף א דיבור פון משה און זיך גענומען לצנות מאכן דערפון, על אף וואס די לצנות האט בכלל נישט אהער צו טון און עס איז בכלל נישט לענין. אט אזוי האט ער געווינען די לייקס פון כלל-ישראל.

מיט די דאזיגע פעולה פון שש-משזר, האט ער נישט נאר פראבירט צו ראטעווען זיין אייגענעם כבוד, נאר ער האט דערמיט אויך געוואלט איינשטילן זיינע שטורמישע געדאנקען וואס די ווערטער האבן פועל געווען אויף אים. מיט די ווערטער האט ער זיך פראבירט משכנע זיין אין הארץ, זאגנדיג צו זיך: "הא, שש?! - גאנץ פיין געמאכט... מען וועט ווייזן פאר דעם שמואל פרימו..." דערמיט האט ער שטיל געמאכט דעם אינערליכן קול פון זיין נשמה, דער קול קורא במדבר וואס נאגט אין זיין הארץ, מיטן כח הלצנות האט ער דאס געפועל'ט, דער שטן האט ווידער אריינגעכאפט דעם שש'ן... אצינד שמייכלט ער א גוט'ס - ער האט ווידער זיכער געמאכט צו האבן שש'ן אין זיין נעץ אריין רח"ל היל"ת און דאס וועט פאראייביגט ווערן אין די וועלט-בארימטע קונטרסים 'ליצני שזורים'.

וועמען באדערט עס? - דעם באשעפער, כלל-ישראל (וואס פארלירט אזא פערזענליכקייט ווי שש), און... איר וועט זיין סופרייזט - פאר שש-משזר אליין באדערט עס אויך - פאר זיין נשמה באדערט עס.

שש-משזר האט געהאט דא א האנט פון הימל, א הרהור תשובה, א וויילע פון חשבון הנפש. ער האט עס אבער פארווישט מיט א לצנות'דיגע ענטפער.

א שאד, א שאד.

כח הלצנות!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

שליחה דורך מפוזרי »

שמואל, וואַו, כח הלצנות!
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זאג שמואל, ביי וועם בוסטע אן איידעם?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

שליחה דורך קל וחומר »

אקעי דולה, גענוג געווען!
ער האט דיך טאקע אריינגעגעבן ווען דו האסט געפיסקעוועט אויף קאשוי רב (און מיט רעכט), אבער אלס האט א שיעור!
דו לעבסט פון נעמען דעם עולם אויף א רייד.

איך בין דיר אויך חושד אויף נאך א ניק קום אין אישי זיך אויסקלארן.

(הרב סדרן, דאס איז די נושא דא, ביטע פארמעק נישט)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שמואל איז א בעל כשרון, מוז זיין אונז האבן דא די רבי אליינס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א אישי וואס כ'האב יעצט באקומען פון פרימו האב איך א חשד אז ער מיינט עס ערענסט...!

#יד_לאחים_אלערט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

לאמיר עים אויפקלערן...
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

און אויב אויב ער איז טאקע ערענסט זעה איך אז ער גייט מיט דעם מהלך פון אלע נפד וואס זיין רבי איז די מלך הנארסעסיסט אליינס אין דאס איז די מהלך פון מאכן יענעם פילן "גילטי"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער עולם זעט דא די שלעכטס? כך היא דרכו של מנהיג כת, אריינקריכען אין דער געדערעם און מאכען שלעכט שפירען לשמה. נישט קיין ענטפער,ניטאמאל אן עצה, סתם גרידזשען אין קישקע.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

אדנירם האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ליצנות שלא מן הענין קען זיך אפשר אויפהערן?!

___
ס'איז אן איידיע אויב איינער איז גרייט צו אינטרוויא'ען שמואל פרימו איבער אלץ און אלעמען ארום קהילת לב טהור ומנהיגו. (אולי וועט עס ערשיינען אינעם "וועקער"-3)

שש ביזט אין פאר אן אינטערוויא?
ראוונע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 11:21 am
האט שוין געלייקט: 165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך ראוונע »

שמואל פרימו האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:

פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט אלטע מענער
פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?
פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ועוד ועוד
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל

שליחה דורך שמואל פרימו »

ראוונע, לזכותך יאמר אז דו ביסט דער ערשטער צו פרעגן זאכליכע קושיות און איך בין דא צו ענטפערן. אבער איידער איך ענטפער, א ווארט פאר די אנדערע מיטגלידער:

איר זעט ווי אזוי מען מאכט א רצח אויף א גאנצע קהילה? - איך בין שוין דא צוויי טעג, און קיינעם איז נישט איינגעפאלן צו פרעגן זאכליכע שאלות, נאר אטאקעס האט מען דא געווארפן, און גראדע זינלאזע אטאקעס. איר פארשטייט? - די זעלבע וואס האבן געשריגן ער פירט זיך אויף ווי א גורו - מאכט יענעם פילן גילטי, דוקא די זענען געווען די וואס האבן אטאקירט, געשאלטן אנדערע קללות... זיי זענען געווען די וואס האבן אנגעהויבן אויף דער מהלך פון אטאקירן, און ווען זיי זעען אז איך קען אויך גיין אויף דעם וועג, וויינען זיי ווי א ביבער, היתכן, מען מאכט יענעם פילן גילטי.. נו נו, איר אליין האט אויסגעקליבן דעם דרך.

אצינד צו דיינע קושיות:
איך וועל גיין אחת לאחת, אבער די ערשטע קושיא האב איך אויסדערוועלט אז עס זאל פארענטפערט ווערן צום סוף, וויבאלד עס פארלאנגט אן אריכות'דיגן ענטפער:
א. פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?

ענטפער:
קודם כל זענען די "פילן" - פון וואס מען מאכט אזא גרויסן בער - פשוטע ווייטעמינען. מיין רבי איז זייער א העלטי מענטש און באפעלט כסדר אכטונג צו געבן אויף די געזונט פון דעם עולם. ער אליין נעמט פארשידענע ווייטעמינען און נאטורליכע רפואות, ער איז זייער א נאטורליכער מענטש. לדוגמא, א גרויסער חלק פון די תקנות הקהילה, איז אוועקגעשטעלט אויף שמירת הגוף והנפש, ביי אונז אין לב-טהור טאר מען נישט רויכערן, א חסיד פון לב טהור רויכערט נישט אפילו פשוט'ע ציגערעטלעך, ווייל עס איז נישט געזונט, עס איז איינע פון די תקנות הקהילה.

אין לב טהור פירט מען אן מיט א שווערע סדר-היום, עס ווערט פארלאנגט פונעם ציבור עבודת השם ביגיעה, אויפשטיין און לערנען וכו'. דער רבי שליט"א שפירט אז צוזאמען מיט דעם, דארף קומען אכטונג צו געבן אויף די געזונט און דאס נישט פארנאכטלעסיגן, וויבאלד דאס קען ברענגען א גרויסער שאדן פאר דעם נפש. דעריבער איז דאס א חלק וואס דער רבי פארלאנגט (ער פארלאנגט עס נישט פון יעדן, הגם ער איז דאס שטארק מעודד, אבער פון געוויסע שוואכע נפשות איז דאס א פארלאנג און עס איז ארויפגעלייגט אויפן סדר היום צעטיל), אז מען זאל נעמען די ווייטאמינען.

יעצט, עס איז יא פאראן אזא זאך ווי פילן, אבער נישט 'פארן ציבור', אזוי ווי דו האסט מנסח געווען דיין טענה. געוויסע יחידים וואס זענען געקומען קיין לב-טהור און האבן פארמאגט א גייסטישע היסטאריע, האט דער רבי זיי דיקטירט אין די דירעקציע פון פילן. דער רבי האט זיי דאן געשיקט צו א דאקטער וועלכער האט זיי פארארדנט פילן, אין געוויסע פעלער זענען די פילן געווען ביים רבי'ן, און יענער האט געמוזט יעדן טאג קומען נעמען די פילן, אויס מורא אז זיי וועלן נישט נעמען וואס זיי דארפן צו נעמען.

היינט צו טאגס איז כמעט נישטא אזעלכע סארט מענטשן. אפשר איינער, וואס איך בין נישט זיכער צי ער נעמט טאקע אדער נישט.

ב. פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)

ענטפער:
מיין רבי תמ"ל איז נישט קיין דיקטעיטאר וואס טיילט מלקות. ער פסק'ענט נישט קיין דיני נפשות און ער הייסט נישט סטאלין. וואס יא? - אין קהילת לב טהור דינט מען דעם אויבערשטן אויפן אלטן שטייגער, אזוי ווי פאר דריי-הונדערט יאר צוריק בזמני תלמידי בעל-שם-טוב. ריכטיג, מען זעט שוין נישט היינטיגע צייטן אזעלכע סארט עבודת-השם, אבער אין קהילת לב טהור זעט מען נאך יא. דארט קען נאך יא זיין אידן וואס זאלן חלש'ן ביים דאווענען, דער רבי שליט"א האט געוויזן אז זאת התורה לא תהא מחולפת, און עס איז נאך פאראן עבודת השם אויף דער וועלט.

אז מען קוקט אריין אין זוהר, אין ראשית-חכמה און אין חסידי'שע ספרים, קען מען זיך נישט פארהוילן פון א וועלט מיט סיגופים מיט וואס ערליכע אידן האבן זיך געפירט. ריכטיג, איינע פון די זאכן פון חסידות און פון בעל-שם-טוב איז געווען, אז מען זאל נישט פייניגן דעם גוף און אנגיין מיט סיגופים, און פאר דעם איז דער רבי שליט"א עומד על המשמר אויף די געזונט פון די מענטשן. אבער דער ענין פון סיגופים איז פאראן צווישן אונז, עס זענען פאראן עובדי השם וואס קענען פאסטן משבת לשבת, עס זענען פאראן אידן וואס מאכן גלגול שלג, די זאכן זענען דא, מען קען נישט אויסמעקן דעם זוהר מיט א וועלט פון ראשית חכמה, עס איז א חלק פון אונזער תורה.

דעריבער זענען פאראן אזעלכע (נישט בכפיה נאר מרצונם הטוב), וואס קומען און בעטן אז מען זאל זיי שלאגן מלקות. צומאל בעט מען איינעם פון די חסידים, אמאל סתם א חבר און אמאל האט מען ליב צו גיין צו הרב ראזנער שליט"א, און אמאל זענען פאראן אזעלכע וואס שעמען זיך פאר די חברים און קומען צום רבי'ן אליין, וועלכער טוט דאס פאר די חסידים.

עס איז נישט פאראן בשום אופן א מצב, אז דער רבי תמ"ל זאל אריינרופן א יונגערמאן און אים געבן מלקות אלס שטראף אדער פאר אן עבירה.

ג. פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)

ענטפער:
איך קען דיר ענטפערן באריכות, אבער איך וועל דיר ענטפערן פשוט'ער.
פארוואס איז ר' אהרן טייטלבוים אנטלאפן פון זיין טאטע'ן?
פארוואס איז ויז'ניצע רבי (א' און ב' - קודם ער און נאכדעם ער) אנטלאפן פון זיין טאטע'?
נאך א ליסטע פון רבי'שע נעמען...
פרעגסט קושיות אויף רבי'שע פאליטיק? - מאכט זיך אין יעדע קהילה - איבעראל איז דער אנדערער דער שגץ...
(גוט, איך מוז מיר באווארענען... אנדערע וועלן פרעגן אז זיי זענען נישט אנטלאפן, נאר מען האט זיי פארשיקט... מורא'דיג - אפגעפרעגט... הצד השוה אז רבי'שע פאליטיק איז דא איבעראל.)

ד. איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ענטפער:

הא הא, דו האסט א הוכחה דערויף? - אדער האסטו עס אליין געהערט פון א חבר וואס האט געהערט פון א חבר... די דורטי מיינדס פון מענטשן, וואס האבן ליב צו גלויבן יעדע שמוץ. יא יא, די זעלבע שמועות וואס מען האט געזאגט פארן צאנזער רב אז אין רוזשין פארן די פרויען אויף פערד און די פרויען טאנצן אין בית-המדרש. אלס יונגל האט מען מיר געזאגט אז דער ליובאוויטשער רבי נעמט אויף נשים מיט א פארמאכטע טיר ביחידות, מיט א היתר אז לייבל גרונער קען דארט אריינקומען (אויב ער וויל - ער וואלט עס דאך קיינמאל נישט געטאן פאר זיין רבי'ן...)

זאג נאר, וועלכער דזשענערעישן ביסטו? - ביסט טאקע אזוי פאנאטיש צו גלויבן די אלע שמועות?

אינטערעסאנט אז דו האסט מיר נישט געפרעגט איבער דאס וואס מען האט מיר פארקויפט אלס בחור, אז דער רבי האט א ריזיגע ווידאו מאשין, דארט האט ער אויגן צו יעדן חסיד אין בעדרום און ער האלט אלעס מיט מיטן חסיד, און אויף מארגן גיבט ער אים מלקות אויב האט ער זיך נישט שיין אויפגעפירט... הער אויף מיט די נאנסענס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמואל פרימו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדנירם האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.

אדנירם: ער טענה'ט דאך אז ס'איז אלץ אין ארדענונג. און אלע זענען הייליגע אידן. טלית שכולו תכלת...אנגעהויבן פון זייער רבי'ן, ביז די קלענסטע פון די חסידים...!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: הרב שלמה העלבראנץ וכת דיליה

שליחה דורך גר ותושב »

דיין תירוץ איבער די אנטלויפן פון זיין זון איז נישט אנגענומען געווארן איך וויל אבער צו לייגן א קשיא אז זיינע קינדער דאס הייסט די קדוש וטהורס אייניקלעך זענען איבער געגעיבן געווארן פאר א משפחה זיי זאלן קעיר נעמען פון זיי און עס דרייט זיך א שמועה אז די קינדער זענען נישט toilet trained און ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן מיט עסן געצייג קענט איר אפשר מסביר פשט דערפון?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראוונע האט געשריבן:
שמואל פרימו האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:אנשטאט זיך לאזן שאנטאזשירן, זאל ער פארענטפערן די פראגעס איבער דעם כת זיינע.


וועלכע קושיות? - אחת לאחת:

פארוואס מאכט דיין רבי חתונה אינגע מיידלעך מיט אלטע מענער
פארוואס טיילט דיין רבי פילן פארען ציבור?
פארוואס טיילט דיין רבי מלקות? (אין קום מיר נישט זאגען אז סאיז נישט אמת ווייל איך קען פערזענליך איינעם וואס האט געכאפט מלקות)
פארוואס איז די רבי׳ס אייגענע זון אנטלאפען? (אויך געהאט גייסטישע פראבלעמען?)
איז עס אמת אז דיין רבי איז זיך מייחד מיט נשים?

ועוד ועוד

ראוונע: דו האסט פארגעסן צו פרעגן איין וויכטיגע שאלה...אוואו איז די רביצן...? די רבי האט איהר אויפגעגעסן...?!
פארשפארט