בלאט 6 פון 6

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:23 pm
דורך כוכב
מושב וואס זאגסטו צו שמואלי'ס אלבום?

Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:28 pm
דורך קל וחומר
אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:32 pm
דורך moshav zekeinim
איך האב עס נאך נישט געהערט, נאר ישמע האב איך געהערט. דאס ענדלט צו די גאלדן עידזש ניגונים פון מבד און אברהם פריד. דער זינגט מיט חשק.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:36 pm
דורך moshav zekeinim
קל וחומר האט געשריבן:אין זיין טאטען'ס טעיפס וואו ער זינגט אלס קינד, זינגט ער מיטן ליטווישן הברה ווי א פרא. (געפין אויס וואו ער האט געלערנט אין חדר).


זיין זינג הברה איז לכאורה טאקע געווען ליטוויש. ווייל ער האט דאך באגלייט זיין טאטן אין שיל אלס חזן, און מסתמה האט דוד געזינגען רוב זמירות ליטווישדיג, (חוץ ווען ער איז געווען מיד אדער אנגעצויגן און אפגעכיפערט עפעס א גערער ניגון). קומט אויס אז בעת מרדכי איז אויפגעוואקסן מיטן דאווענען גאליציאניש און זינגען ליטוויש, איז אברהם אויפגעוואקסן מיט דאווענען ליטוויש און זינגען (שבת) גאליציאניש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:37 pm
דורך קאצקע ציקער
איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 5:18 pm
דורך דער דאס
ס'קען זיין מכאל שניצלער איז געווען דער ערשטער ארויס צוגיבן קאסעטן מיט די חסיד'שע הברה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 6:05 pm
דורך סמבטיון
חיים באנעט ירמיה דמן משה גאלדמאן זענען געווען אסאך פריער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:24 pm
דורך moshav zekeinim
יצחק אונגאר נאך פריער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 10:30 pm
דורך סמבטיון
פון וויזניץ?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:18 am
דורך שמעקעדיג
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך וואלט געווען נייגעריג צו הערן מרדכי זינגען אלטץ קינד. וויזוי הייסט די טעיפ אויף וואס ער זינגט?

כ'בין נישט זיכער ער מיינט אלס קינד, נאר אלס יונגערמאן. ער זינגט אויפן טעיפ 'אשא עיני', דעם ניגון ידיד נפש.

Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 12:33 am
דורך קל וחומר
איך בין יא זיכער....

ס'פארהאן פילע טעיפס פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה אין וואס מרדכי זינגט אלס קינד.
בעהט פון די בחורים מיט די הארד-דרייווס זאלן דיר שיקן אויף וואצעגרעם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 10:34 am
דורך שמעקעדיג
כ'בין נישט קיין בחור אבער כ'האב רוב קאסעטן פון ר' דוד. זאג מיר א נאמען און כ'וועל נאכזוכן.

Re: נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 11:50 am
דורך קל וחומר
געדענק נישט א ספעציפישע נאמען, עפעס ליגט מיר אין קאפ ביים ניגון 'יהללו את שם השם' זינגט דארט מרדכי (כ'האב עס געהערט לעצט פאר ארום פופצן-צוואנציג יאר צוריק, אבער אין זיכרון ליגט מיר אזוי).

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:36 am
דורך בן ישי
שמואלי ארבעט שוין אויף זיין צווייטע סידי

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:48 am
דורך שמעקעדיג
מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2017 2:09 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:מיינסט, זיין דריטע?
וויל עס איז שוין דא שמואלי 2....

ניין. ער ארבעט יעצט אויף שמואלי1. כנהוג בק"ק יארמע.

גראדע הער איך איז טובטעמ'ס ארבעט אויף א נייע סעלעט.